בלאט 1 פון 1

איך בין נישט יואב, פעריאד

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:39 pm
דורך כוכב
גייט נישט דורך א טאג וואס מ'זאל מיך נישט פארהאלטן אין אישי צי כבין יואב צו נישט און פארוואס כהאב אפגעלאזט מיין יואב ניק.
קודם כל איך בין נישט יואב און פליז קריכטס אראפ פון מיר, כזע אפילו נישט די הוה מינה, יואב איז מתוק מדבש א געשמאקע שרייבער ממש טאפ קוואליטי און איך בין סתם א זויעריר כוכב.
כקען נישט אזוי די ווערטשאפט אויב יעדער האט צען ניקס און מלייקט זיך אליין און אויב מטוישט ניקס יעדע שטיק צייט אבער כוויל קלאר מאכן כבין נישט יואב.
כבין גאנץ ניי געליינט דא און דארט אמאל לעצטנס האב איך אינטערנעט בקביעות און דעטס אבאוט איט.
עליכם השלום.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:51 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האלט אז [tag]יואב[/tag] איז יא א כוכב.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:12 pm
דורך מאטי
קוק אהער... "מאטי" מיינט קיינער נישט אז דו ביסט. נו קענסטו דיך קלאפן אין די פלייצע.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
אינטערעסאנט, די סעקונדע האסט געעפענט די אשכול, האט מען דיר אפגעלאזט און א מבול פון אישי'ס טענה'נען יעצט אז איך בין גאר יואב. פליז זאג אז דו ביסט יא, איך האלט נישט אויס די קאמפלימענטען.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:37 pm
דורך כוכב
האלט דיך נישט אזוי קליין מאטי ביזט נישט אזוי גרויס...
מאטי איך האב זייער הנאה פון אייך.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 4:30 pm
דורך פישלע העררינג
אינטרעסאנט, ואני בתומי הלכתי אז כוכב איז מאראנצןזאפט, ויואב מאן דכר שמיה.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 4:32 pm
דורך כוכב
סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 4:51 pm
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

מה יואב שם בן ד' אותיות כך כוכב שם בן ד' אותיות. ומה יואב שר צבא כך כוכב צבא השמים.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:18 pm
דורך דריידל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אינטערעסאנט, די סעקונדע האסט געעפענט די אשכול, האט מען דיר אפגעלאזט און א מבול פון אישי'ס טענה'נען יעצט אז איך בין גאר יואב. פליז זאג אז דו ביסט יא, איך האלט נישט אויס די קאמפלימענטען.


איך האב געמיינט אז די ביסט גאר כוכב און כוכב איז יואב. יעצט ווילסטי מיר זאגן אז יואב איז יואב און כוכב איז כוכב? ווען כוכב איז יואב און יואב איז רויטע, החרשתי. אבער צו זאגן אז מאטי איז כוכב און רויטע איז יואב, מאן דכר שמיה? (סארי איך האב פארלוירן טרעק און פארפארן)

איך מיין מ'זאל צוריקגיין צום שורש און זאל יעדער צוריק נעמען זיין אייגענעם ניק ווייל מיין קאפ דרייט זיך פון האלטן אזויפיל חשבונות.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

מה יואב שם בן ד' אותיות כך כוכב שם בן ד' אותיות. ומה יואב שר צבא כך כוכב צבא השמים.

וזהו אע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר...

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:34 pm
דורך אויס מענטש
למשל מיר איז געווען שווער צו פארדייען אז פישעלע הערינג איז דער פינטעלע איד. אבער זהו זה נישט וואס צו טוהן נאר ליידן און שווייגן משנה שם משנה מזל