בלאט 1 פון 1

ברסלב'ע חסידים רופען צו קומען אנטיילנעמען היינט ביי ספירה

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:25 am
דורך עפל סיידער
אין א זעלטענע ערשיינונג האט די חסידות ברסלב מפרסם געווען א כרוז היינט בעפאר די לעצטע ספירה ציילען אז יעדער וואס וויל מרגיש זיין א טעם אינעם ציילען ספירה דאס לעצטע מאל היי יאר זאל זיך אנשליסען אין זייער חבורה ווי מען ציילט ספירה בהתלהבות
20140602_111549_resized.jpg

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:28 am
דורך קאווע טרינקער
מילא יסוד שבמלכות קען מען שפירן... אבער מלכות שבמלכות?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:31 am
דורך רויטע וואנצעס
איך צייל ספירה בהתבודדות.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך וואלט גערן געגאנגען. אבער כ'מאך שוין נישט די ברכה. אפשר קען איך מאכן א שהכל בהתלהבות?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:22 pm
דורך הירשל ציג
וואס מיינט דאס בכלל "שפירען א טעם אין ספירה?"

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:31 pm
דורך עפל סיידער
הירשל ציג האט געשריבן:וואס מיינט דאס בכלל "שפירען א טעם אין ספירה?"

אין חב''ד האט מען נישט עוסק געווען אין פילען א טעם.
אבער די ברסלב'ע קאכען זיך יא שטארק אינעם הרגש און קאך אין א מצוה, וואס זיי רופען דאס 'טעם'.

[tag]ברסלבר[/tag] זיי עס בעסער מסביר.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:40 pm
דורך הירשל ציג
עפל סיידער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:וואס מיינט דאס בכלל "שפירען א טעם אין ספירה?"

אין חב''ד האט מען נישט עוסק געווען אין פילען א טעם.
אבער די ברסלב'ע קאכען זיך יא שטארק אינעם הרגש און קאך אין א מצוה, וואס זיי רופען דאס 'טעם'.

[tag]ברסלבר[/tag] זיי עס בעסער מסביר.


יא, זיי, ביטע, בעסער מסביר