מעג די געזעלשאפט האבן טובת הנאה פון ארעסטאנטן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10593 מאל

מעג די געזעלשאפט האבן טובת הנאה פון ארעסטאנטן?

שליחה דורך אבטולמוס »

יעדער מיט אביסל שכל אין קאפ ווייסט אז דער אמעריקאנער יוסטיץ-סיסטעם טויג אויף כפרות. נישט נאר ווערן אומשולדיגע מענטשן באשטראפט, נאר אויך די שטראפן זעלבסט זענען אומפראפארציאנעל, און העלפן נישט די ברייטע געזעלשאפט. א באזונדערער פראבלעם איז דאס אז עס קאסט א געוואלד מיט געלט פאר שטייער-צאלער אויסצוהאלטן יעדן ארעסטאנט. אנשטאט דער ארעסטאנט זאל צושטייער געבן צו דער געזעלשאפט וועמען ער האט בא'עול'ט מיט זיינע פארברעכנס, ווערט ער נאך לעול ולמשא, און ער גייט גאר ארויף אויף אונזער קעסט.

א ספאנטאנע רעאקציע איז אז מ'דארף זען אז די ארעסטאנטן זאלן ארבעטן פאר דער טובה פון דער געזעלשאפט. יעדע טורמע זאל פארמאגן א פאבריק וואו די ארעסטאנטן וועלן עוסק זיין בישובו של עולם, און טון דזשאבס וואס וועלן עכ"פ אויסצאלן וואס עס קאסט זיי אויפצוהאלטן אין טורמע. אזוי שרייבנדיג פאלט מיר איין א ביישפיל: דער פאסט-סיסטעם. ווי באקאנט פארלירט דער USPS ביליאנען דאלארן יעדעס יאר, אבער וויבאלד דער סיסטעם האט א שייכות מיט דער רעגירונג, קען זיך דער באנקראטירטער ביזנעס נישט פארמאכן אדער שטעלן אויף די פיס. וואלט דען נישט געווען א גוטער פלאן אז ארעסטאנטן זאלן טון דער ארבעט פאר דעם פאסט-סיסטעם? זאל מען אריבערפירן די סארטירן-איינריכטונגען צו די טורמעס, און די ארעסטאנטן וועלן ארבעטן אומזיסט פאר דער רעגירונג, און אזוי העלפן די געזעלשאפט וועמען זיי האבן בא'עול'ט.

בהשקפה שניה ווער איך באפאלן מיט א מאראלישן געוויסנביסן. איז עטיש אז די געזעלשאפט זאל נהנה זיין פון ארעסטאנטן? קען מען דען צולאזן אז די געזעלשאפט – ווי א קאלעקטיוו – זאל האבן א טובת הנאה פון און א נגיעה פאר איינשפארן מענטשן אין טורמע?

עס דערמאנט מיר א דרשה וואס כ'האב אמאל געהערט פון א מחנך. ער האט דערציילט אז ביי זיי אין שטוב איז דער מנהג געווען אז די קינדער פלעגן ווערן באשטראפט אויף שלעכטער אויפפירונג דורך נישט באקומען קיין פוטער אויף די ברויט. אבער אין א טאג וואס סיי ווער פון די קינדער האט נישט באקומען קיין פוטער אויף די ברויט האט דער טאטע אויך נישט געלייגט קיין פוטער אויף זיין ברויט. דאס איז א הערליכער געדאנק און א שטארקער פרינציפ צו לעבן מיט א ריכטיגן חשבון ווען יא און ווען נישט צו באשטראפן, און נישט חלילה לאזן געפירט ווערן מיט אייגענע נגיעות.

לענינינו איז דער געדאנק נאך מער נוגע. אויב ארעסטאנטן ווערן א פאקטאר אין דער עקאנאמיע, ווערט געשאפן א נגיעה לטובת ארעסטירן מענטשן. דעריבער איז אפשר יתכן צו זאגן אז ווען מען ארעסטירט א מענטש טאר די גאנצע געזעלשאפט אויך נישט האבן קיין פוטער אויף די ברויט. יעדער דארף פארשטיין אז ארעסטירן איז נישט קיין לכתחילה, און עס טאר נישט עקזיסטירן די מינדעסטע נגיעה, אפילו הונטערן באוואוסטזיין, וואס האט הנאה אז נאך א מענטש זיצט אין טורמע.

איך האב נאך א צד צו דער שאלה, אבער לאמיר דערווייל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר