בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
דערמאנט מיך זכרונות ווי מיין רבי האט עס דערציילט.....
למעשה ווען איך בין שפעטער געוועהן אין א"י האב איך געזעהן די קבר פון ר' מאיר בעל אקדמות. איז וואס איז נישט אמת די מעשה אדער די קבר?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:43 pm
דורך טיטאניק
יעצט גייט קימען די מעשה מיט די "וואכטנאכט" מיט די קאץ פון דער בעל שם טוב?
:D :D :D :D
נמאס פון איבערקייען איבערגעקייטע מעשיות וואס אולי איז עס געשטאנען נעבען אמת
די עיקר אז רבי היל האט געמאכט א הערליכע טעיפ און בילדער פון יפה בעתו האט מיט די השראה געקענט ווייטער דמיון'נען מעשיות מיט כישוף און שווארצע קעץ

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
דאס הייסט צו זיין ר' מאיר בעל אקדמות'ס קבר
בילד

דאס איז אין גוש חלב. אבער עס איז דא אסאך חולקים אויף דעם. ס'איז דא וואס זאגן אז ער ליגט גאר אין פוילן אדער ווירמייזא, דייטשלאנד.

אויב געדענק איך גוט ווערט די מעשה געברענגט אין אליה רבא, האט עס א פיינע מקור.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 4:26 pm
דורך מבקר
ר' מאיר בעל האקדמות, און מרדכי הצדיק פון די מגילה, זענען מסתם מגולגל געווארן. אזוי קענען זיי ביידע ליגן סיי בארץ און סיי בחו"ל.

נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז הפלא ופלא ווי א באבע מעשה האט זיך אזוי גיט אריינגעכאפט ביי כלל ישראל אין מען פארציילט דאס במסירות נפלאה עס ווייזט אויף די שוואכקייט פינעם מענטשליכע שכל

נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
лпم iοوԴ האט געשריבן:
אויב געדענק איך גוט ווערט די מעשה געברענגט אין אליה רבא, האט עס א פיינע מקור.

אין א''ר שטייט נישט וואס די מעשה איז געווען נאר אז עס איז דא א מעשה
כתב באליה רבה סי' תצ"ה סי' ה וז"ל: אחר פסוק ראשון כו'. בט"ז הקשה בזה, ודעתו לומר אקדמות קודם שיתחיל לברכת התורה. וכבר תירץ הכל בתשו' שער אפרים סי' יו"ד ומקיים המנהג. גם נמצא נדפס בל"א ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות וסיים שכיון [ש]המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס.

נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
ועי' כאן וכאן פין אוצר החכמה פורום

נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:24 pm
דורך ארטיסט
лпم iοوԴ האט געשריבן:דאס הייסט צו זיין ר' מאיר בעל אקדמות'ס קבר
בילד

דאס איז אין גוש חלב. אבער עס איז דא אסאך חולקים אויף דעם. ס'איז דא וואס זאגן אז ער ליגט גאר אין פוילן אדער ווירמייזא, דייטשלאנד.

אויב געדענק איך גוט ווערט די מעשה געברענגט אין אליה רבא, האט עס א פיינע מקור.

אט די מציבה איז איינער פון די קושיות אז די מעשה איז א לעגענדע. ווייל ר׳ מאיר וואלט דאך געדארפט ליגן מעבר לסמבטיון טא וויאזוי קומט ער אהער?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 2:14 am
דורך נולד מאוחר
.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 5:01 pm
דורך נאך א פשט
лпم iοوԴ האט געשריבן:דאס הייסט צו זיין ר' מאיר בעל אקדמות'ס קבר
בילד

דאס איז אין גוש חלב. אבער עס איז דא אסאך חולקים אויף דעם. ס'איז דא וואס זאגן אז ער ליגט גאר אין פוילן אדער ווירמייזא, דייטשלאנד.

אויב געדענק איך גוט ווערט די מעשה געברענגט אין אליה רבא, האט עס א פיינע מקור.



אויב געדענק איך גוט איז אויף איין זייט קבר שטייט ר' יצחק און אויף די אנדערע זייט קבר שטייט ר' מאיר וצ"ע

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 11:35 am
דורך געפילטע פיש
פון וויקיפדיה:

רבי מאיר חי ופעל בורמיזא, אך אין עדות ברורה לכך שאכן נולד בעיר זאת. לפי הרשימות ההיסטוריות בעיר, ובספר "הזכרת נשמות" של קהילת וירמיזה מוזכר רבי מאיר, וכך כתוב: "רבנו מאיר בר יצחק שליח צבור שתיקן שבחות למקום" ויש להניח כי אם בקהילת ורמיזה נהגו להזכיר את נשמתו, הרי שנקבר בורמיזה. אבל בכל זאת ישנה מסורת עממית, האומרת, כי רבי מאיר בר' יצחק בעל ה"אקדמות" בא לעיר לובלין שבפולניה ושם מקום מנוחתו.ישנה גם השערה עממית אחרת, כי רבי מאיר בעל הנס הקבור בטבריה, זהו רבי מאיר בעל "האקדמות", שלפי האגדה המסורתית היה מלומד בנסים. אבל אין זו יותר מהשערה עממית. מסורת נוספת היא כי בעל האקדמות, אכן נקבר בארץ ישראל, וקברו נמצא ביישוב הערבי ג'יש (גוש חלב).

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:
אויב געדענק איך גוט ווערט די מעשה געברענגט אין אליה רבא, האט עס א פיינע מקור.

אין א''ר שטייט נישט וואס די מעשה איז געווען נאר אז עס איז דא א מעשה
כתב באליה רבה סי' תצ"ה סי' ה וז"ל: אחר פסוק ראשון כו'. בט"ז הקשה בזה, ודעתו לומר אקדמות קודם שיתחיל לברכת התורה. וכבר תירץ הכל בתשו' שער אפרים סי' יו"ד ומקיים המנהג. גם נמצא נדפס בל"א ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות וסיים שכיון [ש]המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס.

ס'איז זייער קלאר אז ער מיינט די מעשה פון וואס אונז רעדן דא. איז דאך עס יא א מקור פון אליה רבא.

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 2:00 am
דורך קינד_אן_קייט
געהערט פונעם מחבר סדרת ״המפורש״ ר׳ יעקב וינגרטן וועלכער האט שטודירט דעם ענין לארכו ולרחבו אז ס׳האט נישט קלאר קיין מקור.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:18 pm
דורך געוואלדיג
נו אז עס קומט שוין נאכאמאל די הייליגע יו"ט לאזט זיך נאכאמאל דעבאטירן די אויטענטישקייט פון די מעשה.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:24 am
דורך ציבעלע-קיגל
אויפ'ן מציבה שטייט ר' יצחק בעל אקדמות, איין מינוט ער האט דאך געהייסען ר' מאיר חזן?
(די אקדמות דייט על סדר א"ב און דערנאך איז דא זיין נאמען)

און טאקע ווי אזוי קומט ער דא פון דער אנדערע זייט סמבטיון?