בלאט 1 פון 1
איך האב אמאל געמיינט אז...
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:29 pm
דורך בשבילי!
אז סופער 13 גראסעריי אין בארא פארק איז א ביליגע סטאר. היינט ווייס איך שוין אז נישט.
דעטאלן פעלן נישט אויס, יעדער קען שרייבן דא וואס ער האט אמאל געמיינט. אנדערש ווי "זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט" אשכול וואס דארט רעדט מען פון זאכן וואס מ'האט קיין ידיעה נישט געהאט איבער, איז דא עפעס וואס מ'האט געמיינט אז מ'ווייסט עפעס און געהאט א שיטה דערביי ביז מ'זעט אז מ'האט זיך טועה געווען. געגאנגען...
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:31 pm
דורך לית דין בר נש
די האסט אזוי אמאל געמיינט ווייל אזוי איז אמאל באמת גיוועהן אבער סארי עס האט דיר גענומען א שיינע פאר יאר צו כאפן אז עס האט זיך געטוישט!
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:33 pm
דורך כוכב
כהאב אויך אזוי געמיינט למעשה איז מעגא פופטי טרי ביליגער און בעסערע סערוויס. זייט כהאב געמופט שאפ איך ביי גאלדבערגס.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
גאלדבערג'ס אויף 18? דער איז דאך באוויסט פאר א טייערע געשעפט
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:36 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שוין דא א אשכול וואס רעדט ארום וועגען די נושא פון היימישע געשעפטען.
viewtopic.php?f=4&t=5423
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:39 pm
דורך בשבילי!
לאמיר אבער נישט פארגעסן נישט צו בלייבן צו לאנג סטאק אויף איין נושא...
שטילע אינגערמאן האקט אריין, יא נישט בלייבן שטיין לאנג. דער אשכול איז פאר ''אלעס'' וואס מ'האט געמיינט
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:45 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב אמאל געמיינט אז אידיש בלוט איז הפקר היינט ווייס איך שוין אז נישט

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:48 pm
דורך פלעין יודיש
מעניני דיומא... שבועות..
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:57 pm
דורך שעפטל
כ'האב אמאל געמיינט אז גרין'ס בעקערי איז גרינס, און באקערמאן'ס איז אקערמאן'ס... הער איך גאר ס'איז פונקט קאפויער....
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:21 pm
דורך טיטאניק
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב אמאל געמיינט אז אידיש בלוט איז הפקר היינט ווייס איך שוין אז נישט

אויב אזוי לעבסטי הערשט אין א טעות
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 9:59 pm
דורך petergrifin
אז מען מײנט נער׳ט מען זיך – מען נער׳ט זיך טאקע!
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:22 pm
דורך דריידל
איך האב אמאל געמיינט אז די נודע ביהודה האט געהייסן יהודה און די בני יששכר האט געהייסן יששכר....
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:24 pm
דורך מ גפני
און דער חפץ חיים "חיים" און דער אוהב ישראל "ישראל" און נאך...
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:50 am
דורך מצטמק ויפה
איינער וואס טוט אין שלום בית האט א אייגענע שטארקע שלום בית,
למעשה....
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 4:32 pm
דורך דריידל
איינער וואס איז א בעל מחנך און האלט איבעראל דרשות בעניני חינוך, קען טאקע שטאלצירן מיט זיינע קינדער. למעשה....... איך וויל קיינעם נישט פארשעמען, וועל איך נישט זאגן ווייטער
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 6:35 pm
דורך zurich
מצטמק ויפה האט געשריבן:איינער וואס טוט אין שלום בית האט א אייגענע שטארקע שלום בית,
למעשה....
א שיסטער גייט מיט ציריסענע שיך .
נשלח: מוצ"ש יוני 07, 2014 11:37 pm
דורך נעמ-טא-דאם
אז שטיין אונטער א ״בען טעירע (בן תורה בלע״ז)״ אין גראסערי ביים רעכענער, וועט מיר נעמען בלוי״ז 22 מינוט. דערווייל האב איך מיר געלערענט -טאקע אויף דעם ליטוואק׳ס ספירה בארד- אז עס קען נעמען גאנצע 39 מינוט. יא!! 39 מינוט!! בלי גוזמא.
פילייכט איז דער בן תורה בן דרוסאי מקפיד נישט נאר אויף ״ישן״ נאר אויך אויף ארבעים יכנו, לא יוסיף ודו״ק!!!
זיי האבן אפגעלערנט דעם ״בשבילי נברא העולם״ נישט נאר מיטן ברטנורא׳ס פשט. כ׳האב פארגעסן צו קוקן וואס די ״קהתי״ טייטשט דארט (!)
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:00 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:05 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:11 am
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:כ'האב אמאל געמיינט אז גרין'ס בעקערי איז גרינס, און באקערמאן'ס איז אקערמאן'ס... הער איך גאר ס'איז פונקט קאפויער....
נאך א מזל דו האסט געשריבן "אקערמאן" מיט א "בית" זעירא. אנישט וואלט איך געמיינט אז ס'קומט מיט א "קוף".
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:25 pm
דורך נאסע ליילעך
אז א גביר'ס מחילה איז געמאכט פון שאקאלאד.
איך האב אמאל געמיינט אז...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 3:27 pm
דורך קאמענטירער
אז אין אן ארגומענט איז יענער אינטערסירט מיט אן אמת ארויס צוהאבן די נושא.
עשירות קומט אדאנק חכמה און אז איינער פארמאגט אסאך חכמה וועט ער צום סוף צוקומען צו אן עשירות.
אז די וועלטס מעיפ ענדיגט זיך ערגעץ אין די שכינות פון וומס''ב.
אז דער ''אמאל'' איז אסאך בעסער ווי דער ''היינט''.
סגייט קומען א טאג, וואס איך וועל אויף עפעס א וועג דערשנאפען אן אוצר, און דערנאך א שארטקאט צום סוקסעס (ווער ווייסט קען נאך זיין אין איין שיינעם טאג..).