בלאט 1 פון 1
חסידישע שרייבער: שלום בערגער איבער אידישע ליטעראטור
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 1:00 pm
דורך געפילטע פיש
אן ארטיקעל אין Tabletmag.com איבער די אנליין שרייבעריי, פון קטלא קניא, צו שפיצעל שטרימפקינד, עצור כאן חושבים צו אונזער קאווע שטיבעל. זייער שיין געשריבן,
כאפט א בליק
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 3:18 pm
דורך יידל
ער האט דאך גערעדט צו א שרייבער אינעם שטערן, זאגט ער.
Hasidic Writers, Plugged In
נשלח: מוצ"ש מאי 19, 2012 11:13 pm
דורך זר זהב
אן ארטיקל איבער די מצב פון אידישע ליטעראטור. ער רעדט אויך פונעם "שטערן" און וועגן די איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער ארטיקל ברענגט ארויס, סאיז א לאנגס און א ברייטס. ס'זעהט אויס אינטערעסאנט.
http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... plugged-in
נשלח: מוצ"ש מאי 19, 2012 11:27 pm
דורך הערשל
נשלח: מוצ"ש מאי 19, 2012 11:32 pm
דורך זר זהב
נישט באמערקט! ווען מ'וואלט עס ווען געשטעלט אינעם "מידיא ווינקל" וואלט איך עס באמערקט.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 12:35 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:נישט באמערקט! ווען מ'וואלט עס ווען געשטעלט אינעם "מידיא ווינקל" וואלט איך עס באמערקט.
כ'האב מיר טאקע גע'יושב'ט צי איך זאל עס לייגען אין נייעס אין קורצען, אבער כ'געטראכט אז ער פארקויפט נישט קיין נייעס, נאר ס'איז אן אנאליז אויף חסידישע\אידישע שרייבער און ליטעראטור און ממילא קומט עס אין קונסט, טאמער די מנהלים האלטן אז ס'קומט אין נייעס קאנען זיי עס גערען אריבער רוקן.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:12 am
דורך זר זהב
פארוואס קונסט ? ס'רעדט דאך פון היימישע מידיא.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:34 am
דורך קרעמער1
א דאנק דעם ארטיקל ציעט ער א פאראלעל פונעם שטערן צו אונזער קאווע-שטיבל...
http://balboos.com/forum/showthread.php ... 43#pid3843
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:45 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
דער קאמענטאטאר אין דעם צוגעברענגטן פארום האט דורכגעפירט א געלונגען שטיקל אינוועסטיגעיטיוו זשורנאליזם
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:05 pm
דורך פינטאו
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סוד ווער עס שרייבט דעם "וועלטעלעך" בלאג.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:29 pm
דורך יידל
דער אינגערמאן פונעם בעל-הבית סייט (דמתקריא לוזער מענדל) שיינט ווי א היץ קאפ. קודם כל, אין בערגער'ס ארטיקל שטייט אז "ישעיה" איז געווען א שרייבער אינעם שטערן. ס'משמע אז ער איז מער נישט דארט קיין שרייבער. צווייטענס, מישט ער א קוגל צווישן חידוש העולם און גיל העולם.... שוין כ'וועל נישט אריינגיין. דריטנס, בערגער שרייבט נישט אז ער גלייבט נישט, נאר אז ער האט ספיקות. א חילוק כרחוק מזרח ממערב.
לויט מיין השערה איז לוזער מענדל דער וואס פירט די מערכה קעגן דעם שטערן... דזשאסט קידינג.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:41 pm
דורך פינטאו
אוודאי "געווען", לויט בערגער האט זיך דאך דער שטערן פארמאכט.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:44 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יידל האט געשריבן:דער אינגערמאן פונעם בעל-הבית סייט (דמתקריא לוזער מענדל) שיינט ווי א היץ קאפ. קודם כל, אין בערגער'ס ארטיקל שטייט אז "ישעיה" איז געווען א שרייבער אינעם שטערן. ס'משמע אז ער איז מער נישט דארט קיין שרייבער. צווייטענס, מישט ער א קוגל צווישן חידוש העולם און גיל העולם.... שוין כ'וועל נישט אריינגיין. דריטנס, בערגער שרייבט נישט אז ער גלייבט נישט, נאר אז ער האט ספיקות. א חילוק כרחוק מזרח ממערב.
לויט מיין השערה איז לוזער מענדל דער וואס פירט די מערכה קעגן דעם שטערן... דזשאסט קידינג.
איך האב עס אויך אזוי אנגעקוקט. איך האב אפגעלערנט "ישעי-ה"'ן ווי דעם טיפישן יונגערמאן וואס האט אלע יארן געהערט איין זאך, און דערנאך געקומען צו דער הכרה אז טייל פון די זאכן וואס די מחנכים האבן אים פארקויפט זענען נישט פונקט אזוי. און היות אונזער ציבור ווערט נישט צוגעגרייט צו זיך ספראווען מיט אנדערע שיטות און השקפות, אין צוגאב צו שפילן א גאנצלעביגן בעת היענה שפיל, ווערט מען פארלוירן איינמאל מען הייבט אן טראכטן און לייענען.
נו, "ישעיה" פון זיינע אייגענע ווערטער קומט פאר ווי אן אויפריכטיגער מענטש -- עמיצער וואס זוכט די תירוצים, נישט די קשיות. תירוצים זענען פאראן גוטע. איך בין זיכער אז ער האט זיי געטראפן...
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:49 pm
דורך יידל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:דער אינגערמאן פונעם בעל-הבית סייט (דמתקריא לוזער מענדל) שיינט ווי א היץ קאפ. קודם כל, אין בערגער'ס ארטיקל שטייט אז "ישעיה" איז געווען א שרייבער אינעם שטערן. ס'משמע אז ער איז מער נישט דארט קיין שרייבער. צווייטענס, מישט ער א קוגל צווישן חידוש העולם און גיל העולם.... שוין כ'וועל נישט אריינגיין. דריטנס, בערגער שרייבט נישט אז ער גלייבט נישט, נאר אז ער האט ספיקות. א חילוק כרחוק מזרח ממערב.
לויט מיין השערה איז לוזער מענדל דער וואס פירט די מערכה קעגן דעם שטערן... דזשאסט קידינג.
איך האב עס אויך אזוי אנגעקוקט. איך האב אפגעלערנט "ישעי-ה"'ן ווי דעם טיפישן יונגערמאן וואס האט אלע יארן געהערט איין זאך, און דערנאך געקומען צו דער הכרה אז טייל פון די זאכן וואס די מחנכים האבן אים פארקויפט זענען נישט פונקט אזוי. און היות אונזער ציבור ווערט נישט צוגעגרייט צו זיך ספראווען מיט אנדערע שיטות און השקפות, אין צוגאב צו שפילן א גאנצלעביגן בעת היענה שפיל, ווערט מען פארלוירן איינמאל מען הייבט אן טראכטן און לייענען.
נו, "ישעיה" פון זיינע אייגענע ווערטער קומט פאר ווי אן אויפריכטיגער מענטש -- עמיצער וואס זוכט די תירוצים, נישט די קשיות. תירוצים זענען פאראן גוטע. איך בין זיכער אז ער האט זיי געטראפן...
אקוראט אזוי. און דאס אז לוזער מענדל שרייט גלייך "אפיקורסות" "עיקרי אמונה", דאס איז די גרעסטע באווייז אז "ישעיה" האט רעכט...
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:50 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יידל האט געשריבן:אקוראט אזוי. און דאס אז לוזער מענדל שרייט גלייך "אפיקורסות" "עיקרי אמונה", דאס איז די גרעסטע באווייז אז "ישעיה" האט רעכט...
אשפגתי
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 2:21 pm
דורך קרעקער
נא נא חברה עטץ זענטץ נישט גערעכט
אויב איזס אמת איזס א געפערליכע עולה, און דו שטערען דארף ארויסקימען אפען און ארויסווארפען דעם שרייבער
אין נושט ווארטען ביז דע רבנים וועלען עס אויסגעפינען און שרייען WE TOLD YOU SO
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 2:53 pm
דורך מוראדיג
עס איז שווער צו גלייבן אז שלום בערגער האט סתם אויפגעקאכט א געשיכטע, אבער אויב זאל מען נישט וועלן זאגן אז ער איז סתם א ליגנער, מוז מען בע"כ אננעמען אז עפעס אן ערנסטע טעות איז געשען אין דעם ארטיקל.
איין פאקט זענען מיר אלע עדות: דער שטערן קומט ווייטער ארויס. יעצט אויב ער שרייבט אז עס איז צוגעמאכט, וואס קיין איין חסידישער איד וואס גייט אין גראסערי האט נישט אזא טעות און וואלט אים אזוינס נישט געזאגט, און נאך דערצו אויב האט ער אנגעבליך געהאט אן אינטערוויו מיט א שטערן שרייבער אליין, אפילו אויב א געוועזענע, איז די בעסטע סימן אז עפעס שטימט נישט דא מיט דעם אנגעבליכן אינטערוויו.
אויך איז גאר מאדנע, ווייל אפילו אויב זאל א שטערן שרייבער זיין א האלבער שייגעץ , וואלט ער דען דאס געגאנגען אויספויקן ברבים און דאס נאך געלאזט יענעם שרייבן? זיכער וואלט ער נישט געזאגט אדער ווייניגסטנס נישט געלאזט יענעם שרייבן דעם פאקט אז ער איז א שטערן שרייבער? וויל ער דען באגראבן זיין אייגענע פרנסה קוואל?
עס איז קלאר אז עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא געווען, אדער אפשר גאר האט א שונא פונעם שטערן זיי אונטערגעשטעלט א גוטס...
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 3:51 pm
דורך יידל
אפשר מיינט בערגער די צייטשריפט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:19 am
דורך John Doe
ער איז נישט מער ווי גערעכט. ליידער איז דער נסיון הדור היינט צו בלייבן ערליך און ווארעם צו אידישקייט טראץ דעם וואס די מנהגי העדה פירן זיך שלא על פי תורה.