איך גיי אוועק פאר א שטיק צייט, וועל איך אייך איבער לאזן מיט די פאלגענדע געדאנק, חומר למחשבה. זאל עס דינען אלץ דעם "אל יפטר ... אלא מתוך דבר הלכה שמתוך כך זכרהו".
דעמאלט, האב איך עס נישט אויפגענומען צו ערענסט און געמיינט אז הוגה'ס נעלם ווערן איז א מעשה פון א טאג צוויי, מערסטענס א וואך, אבער נישט מער. ווי עס שיינט, אבער, האב איך מיך טועה געוועהן, און נאך ווי.
אסאך טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן זייט יענעם גורל'דיגען טאג — דער צוויי-און-צוואנציגסטער אין אפריל, 2014 למספרם. ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי כ'האב געליינט יענע תגובה מיט געמישטע געפילן. פון איין זייט האט דאך אריסטו — אנטשולדיגט — הוגה, קלאר געשריבן אז ער גייט זיך א גאנג, אבער מאידך גיסא שרייבט ער דאך אז ס'איז נאר פאר "א שטיק צייט".
ווען איך דערמאן מיך פון יענע תגובה באקום איך שמערצן. אויף מיין טויט-בעט וועל איך געדענקן ווי, ליינענדיג די תגובה, האט מיין קאפ אנגעהויבן שווינדלען ווי א וואש-מאשין, און כ'בין געלאפן אראפשלינגען א פושקע טאבלאטן. עפעס אן אינערליכע געפיל האט מיר געזאגט אז עפעס טויג נישט. עפעס איז נישט אין ארדענונג. כ'האב עס געזעהן קומען.
און יעצט שטיי איך מיט פארוויינטע אויגן, שיכור פון כמארע, מיואש און דעפרעסט. "קאווע שטיבל" האט שוין געליטן ביטערע פארלוסטן. ס'הערשט אן עפידעמיע ביי אונז אין שטיבל. אונזערע מעמבערס פאלן ווי פליגן, ממש א מגיפה. ווען נישט אונז זעמער אזוי אויסגעשפראכן קעגן כינוסים וואלט מען שוין לאנג פאררופן מאסן אסיפות צו זעען וואס אזאנס גייט דא פאר. עפעס שמעקט נישט גוט. סאמטינג איז טערעבלי רונג. אבער מיר, ווי משוגעים, זיצן מיט פארלייגטע הענט און מ'טוט גארנישט. מ'ווארט און מ'ווארט. אויף וואס ווארט מען, אז נאך חברה זאלן גיין? א גוטע שאלה.
ס'איז נישט אונזער דרך, אבער אז די מצב איז אזוי ביטער וועל איך מקיים זיין דעם ויגזל את החנית מיד המצרי. נאכאמאל — ס'איז אויסדריקלעך נישט קיין ציווי לדורות, נאר אן הוראת שעה. איך בעט דעם ציבור זיך צוצוטיילן קאפיטלעך תהלים כמו שנהגו אחינו באייטונס — איימסארי, באייוועלט.
לאמיר נישט פארפאטשקענען טייערע צייט.
א' - י'[/justify]