וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 9:56 pm
וואס הייסט וואס, ווען משיח וועט קומען וועט מען מאכן א... סעודעניו
מיין חדר רבי האט אמאל פארציילט, די פאלגענדע מעשה.
דער הייליגער ישמח משה, איז אמאל געווען אינטערוועגנס, ביינאכט איז ער איינגעשטאנען, ביי א פשוטער יוד א דארפסמאן.
ביי חצות הלילה איז דער ישמח משה אויפגעשטאנען, און אנגעהויבן אפרעכטן תיקון חצות בדמעות שליש, כידוע זיין געוואלדיגע השתוקקות לגאולה.
אינמיטן דער נאכט וועקט זיך די ווייב פונעם דארפסמאן אויף, און זי הערט ןוי דער רבי וויינט, עפעס שרעקליך טראכט זי האט דא פאסירט.
זי וועקט שנעל אויף איר מאן, און באפעלט אים שנעל צו גיין זען וואס גייט פאר מיטן רבין.
'רבי פארוואס וויינסטו, ווי טוט דיר וויי' פרעגט דער דארפסמאן. דער הייליגער ישמח משה הייבט אויף זיינע אויגן פון סידער'ל, און זעט פאר זיך א פארגרעבטער דארפסמאן, אן עם הארץ מדאוריתא ומדרבנן, וואס ווייסט נישט קיין מוציא איבער א רעטעך, און ער טראכט צו זיך, וואס ענטפער איך אים, ווי הייב איך אן אים מסביר צו זיין איבער'ן חורבן הבית און אונזער גלות.
א געדאנק פאלט אים ביי, אלס א תלמיד פון די תלמידי בעל שם, ווייסט ער די גרויסקייט פון א קרעכץ פון א פשוטער יוד, 'לאמיר מעורר זיין דעם דארפסמאן אויף א פשוטן אופן, און אפשר וועט דעם דארפסמאנס טרערן מקרב זיין די גאולה'.
'קינד מיינס' הייבט דער רבי אן זיינע ווערטער. איך וויין נישט צוליב א פיזישער ווייטאג, איך וויין צוליב עפעס וואס האט לאנג צוריק פאסירט.
געווען אמאל א צייט, וואס מיר יודן האבן געוואוינט אין לאנד אין ווייטען מזרח, דארט האבן מיר געהאט א פעטע לאנד ווי עס איז געוואקסן אלע מיני גוטע פרוכט, און אסאך אסאך תבואה, פילט מיט אקסן און ציגן און שאף. ליידער צוליב אונזערע זינד, האבן מיר דאס אלעס פארלוירן, און א שלעכטער רשע האט אונז פארטריבן פון דארט. קום, לאמיר צוזאמען בעטן און איינרייסן פארן באשעפער, ער זאל שוין פארגעבן אונזערע זינד, און ער זאל קומען מיט א וואלקן, אונז צוריק פירן צו אונזער לאנד.
דער דארפסמאן הערט צו ערשטוינט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געהערט די מעשה, אבער ער פארשטייט נישט. 'רבי' פרעגט ער, אבער וואס פעלט אונז דא, מיר האבן דא אויך א פעטע לאנד, מיט שאף און רינדער, פיינע אונגארישע פלוימען און טאקייער וויין, צו וואס פעלט אויס איבער צולאזן דאס גאנצע האב און גוטס, אוועק צופארן מיט א וואלקן אין ווייטן מזרח.
דער רבי פארקנייטשט זיך דעם שטערן און גלעט אויס זיין בארד, 'וואס ענטפער איך אים' טראכט ער. א געדאנק בליצט אים אויף, ער רופט זיך אן, אבער דא ווייסטו דרייען זיך די ציגיינער, זיי גנבענען און שעדיגן, פון צייט צו צייט. דארט אין ווייטן מזרח, איז דאס נישטא, ווען משיח וועט קומען, וועסטו האבן מנוחה פון די ציגיינער.
דער דארפסמאן הערט, ער האט געכאפט דעם עסק, יא די ציגיינער זענען טאקע א פראבלעם, הערשט נישט לאנג צוריק זענען זיי באפאלען דעם דארף, גענומען א טשערדע ציגן, און צובראכן פילע חפצים. עס געפעלט אים דאס עסק, אפשר לוינט זיך טאקע אוועקצומאפן פון דא, צו א רואיגערן מקום.
ער גייט אריין אין בעדרום, און פארציילט זיין ווייב די גאנצע מעשה, די פראבלעם פון די ציגיינער, און די אפפער וואס דער רבי לייגט דא פאר.
ער קומט צוריק ארויס, און רופט זיך אן צום ישמח משה, רבי מיין ווייב האט א בעסערע עצה. אפשר קענט איר זען אז משיח זאל שוין קומען, און מיט א וואלקן אפפירן אלע צוגיינער אין ווייטן מזרח אריין, און וועלן דא בלייבן וואוינען דא רואיגערהייט העפפי עווער עפטער...
עד כאן הסיפור, ביז דא האט מיין רבי דערציילט. מיר האט אבער אלטס געעגבערט, פארוואס איז נישטא קייו המשך, האט דער ישמח משה טאקע נישט געהאט וואס צו ענטפערן פארן דארפסמאן? הייסטעס דער דארפסמאן איז גערעכט?
אין א אנדערן אשכול, האבן די גדולי הפוסקים שבשטיבלנו דיסקאסירט די קאנטראווערסיאלע ווערטער פון הרב שטיינמאן אז קיינער איז נישט מחכה לגאולה. ווי עס שיינט עקזיסטירט ביים ראש ישיבה נאר צוווי קאלירן, שווארץ און ווייס. אויב האפסטו אויף די גאולה איז נישט שייך אז די זאלסט נאך עפעס זיך אנגרייטן פארן מארגענדיגן טאג, ווייל די האפסט דאך אז משיח וועט שוין דא זיין.
משא"כ א גרויס חלק מאנ"ש האבן יא פארשטאנען א מער גרויערע מהלך, אז עס איז שייך זיך אנצוגרייטן פאר מארגן, פשוט זשאסט אין קעיס ער קומט נישט אן, אבער דעס מיינט נישט אז איך וויל נישט אז משיח זאל שוין קומען.
איז פאר איך נעם א שטעלונג, וויל איך קודם וויסן אויף וואס בכלל צו האפן, וואס דארף עקספעקטען וועט זיין בימות המשיח, און אויף דעם ארויסקוקן יעדן טאג.
דער רמב"ם פרק יב הלכה ב אין הלכות מלכים, פסקנ'ט ווי שמואל אז אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעובוד מלכיות בלבד. דער רמב"ם מאכט אוועק צענדליגע פסוקים און מאמרי חז"ל וואס זאגן יא פאר עפעס אומנאטורלעכס, אז זיי זענען סתם א משל, אלעס ווייל אין זיינע אויגן איז מער מסתבר געווען א גשמיות'דיגע גאולה. נאכמער ער טענהט אז קיינער פון די אמוראים האבן נישט געהאט קיין מסורה אויף דעם ענין, ד"ה אז די סבה פארוואס דער רמב"ם נעמט זיך די רעכט צו פסקענען ווי שמואל, איז נישט געבינדן מיט עפעס כללי הוראה, נאר אזויווי לדעתו האט יעדער גערעדט אין דעם נושא סתם מסברא, קען ער אויך אפמאכען ווי עס איז אים די מערסטע מסתבר, און דאס איז פערצופאל ווי שמואל, דאס מיינט אז אפילו לו יציור שמואל וואלט נישט אזוי געזאגט, וואלט דער רמב"ם אליין אויך געקענט אזוי מחדש זיין קעגן אלע אמוראים, ווייל זיי זאגן עס דאך נאר מסברא.
לויט דעם קומט אויס, אז אויב האלט איך אז דער רמבם"ס פשט איז אויך נישט מסתבר, האב איך אויך אלע רעכטן זיך צו מחולק זיין מיט אים, ווייל ווי ער אליין זאגט איז עס א דיבעיט אין סברא.
איז לאמיר מסביר זיין פארוואס איך בין נישט צופרידן מיטן רמב"ם.
אבער קודם וויל איך אראפלייגן א הנחה, אז עס איז מוכרח צו זאגן אז ימות המשיח איז עפעס א גוטע זאך, עפעס וואס לוינט זיך אויף דעם ארופצוקוקן, ווייל די אלע פסוקים פון ווי מען ברענגט א ראיה איז דאך אן הבטחה פאר אונז. ווי למשל דער פסוק וואס דער רמב"ם ברענגט ושב ה' אלקיך את שבותך ורחמיך, איז דאך אן הבטחה אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט אויף אייביג שטראפן. נאר ער וועט אונז צום סוף אויסלייזן, נו קען נישט זיין אז די אויסלייזונג זאל זיין ערגער ווי די גלות. דאס הייסט אז לכולה עלמא איז די גאולה עפעס רעדעמפשאן א תיקון עולם, עפעס וואס זאל זיך לוינען צו ווארטן דערויף.
נו לאמיר זען וואסערע גאלדענע גליקן דער רמב"ם זאגט אונז צי.
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה. ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל. וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם. מקריבין קרבנות. ועושין שמטין ויובלות ככל מצותה האמורה בתורה. ע"כ לשון הרמב"ם בפרק יא הלכה א.
איז די ערשטע זאך זאגט ער אונז צו א קעניג. בימינו איז א מאנארכיע א חלק פונעם שווארצן עבר, און יעדער וויל וואוינען אין א פלאץ ווי עס הערשט די מערסטע דעמאקראטיע. איז די שאלה מיז איך האלטן אז משיח וועט זיין א אויסנאם און זיין קעניגרייך וועט זיך יא לוינען, אדער מעג איך זאגן איך דארף עס נישט. פאר דריי טויזנט יאר צוריק איז דוד המלך געווען דער בעסטער רעגירונג וואס מען קען זיך פארשטעלן. אבער אינעם איין און צוואנציגסטען יאר הונדערט, וויל איך א געהעריגע דעמאקראטיע ככל הגויים.
נאכמער בעצם די גאנצע זאך פון א מלך איז דאך אין די תורה א דיעבד. כמבואר בשמואל, ובחזל, סאיז דאך נאר אשימה עלי מלך ככל הגוים אשר סבובותי. נו אויב אזוי היינט אז נאר אפאר צוריקגעשטאנענע לענדלעך זענען געבליבן מיט מלכים, פארוואס זאל כלל ישראל ארויפקוקן אויף דעם און מחכה זיין בכל יום שיבוא.
די צווייטע זאך זאגט ער צו הקרבות קרבנות. איז ווייטער דעס דארף איך, ברענגן א שעפס מיט בארוועסע פיס מע'עט עס גענעענען לפני ה', און דערנאך עס מאכן פאר א פייער אפפער?
דער רמב"ם אליין האלטעך אז קרבנות איז נאר כדי מען זאל נישט מקריב זיין עבודה זרה, נו היינט אז קיינער טוט עס מער נישט, זאל איך עס דארפן?
דער מער קאנווענציאלער פשט, הגם אסאך מער רחוק מן המציאות, איז אבער פיל געשמאקער צו גלייבן און צו האפן דערצו. עפעס אזא גאולה סטייל וואס מען זאגט אין אקדמות, שטילן פון גינגאלד, שור הבור מיטן לוויתן מיטן יין המשומר, פארשטייט זיך אויב איז דא דערפון מער א R version מיז נישט זיין דוקא ווירזשינס, וואלט איך עס זיכער געכאפט. נישט אומזיסט האבן מיר אויסגעקליבן צו גלייבן אין אזא גאולה, פון אלס קליין יונגל זינגט מען שוין מיט אונז יאסעלעס ניגון, און מיר משל'ן זיך וויאזוי דער רייד אויפן וואלקן וועט אויסקוקן,און ווי אלע גוטע זאכן וועלן וואקסן אויפן בוים. אזא גאולה דארף צו זיין א געשעפט פארן דארפסמאן, אפילו אויב ליידט ער נישט פון קיין צוגיינער.
מקען אפשר מחדש זיין א פלפל, אז די מחלוקת פון רב שטיינמאן, איז תלוי אין די מחלוקת.
אויב נעם איך אן אז די גאולה איז א גשמיות'דיגע, דאס הייסט אפילו נאכדעם וואס משיח וועט קומען וועט מען נאכאלטס נישט לעקן קיין האניג, עס וועט נאך זיין נאטוליכע מלחמות מיט הרוגים פון ביידע זייטן, מען וועט דארפן מאפן מיט נאטורליכע טראנספארטאציע מיטלען קיין ארץ ישראל, און קויפן דארט א דירה מיט אפגעהארעוועטע געלט. דאן אויב האפסטו דערויף באמת יעדן טאג, פארשטיי איך נישט וויאזוי האסטו נעכטן געגעבן א דיפאזיט פאר א הויז אין ברוקלין, כ'מיין אויב קומט משיח אן מארגן ביסטו דאך באנקראט. משא"כ אויב האפן מיר אויף א גאולה מיט ניסים למעלה מדרך הטבע, האב איך מיר נישט וואס צו זארגן אויף מארגן, איינמאל משיח קומט אן, העלן דאך אנהייבן צופליען פון די ביימער וואס מדארף נאר, טו ציוואס אוועקלייגן און זיך זארגן אויף ימות המשיח. און דעס וואס איך טי היינט איז בכלל נישט קיין סתירה מיט צפייה לגאולה, ודו"ק וק"ל.
למעשה איך מיט מיין ראציאנאלער שכל, שמעקט נאכאלטס מער א גאולה וואס איך קען פארשטיין, און נישט סתם האפן אמאל אנצוקומען אין פערי לענד.
וויל איך וויסן אויב האט דער רמב"ם געמעגט מכריע זיין וויאזוי אים האט די מערסטע מסתבר געווען, איז אפשר מעג איך גלייבן אין א גאולה וואס איז מיר די מערסטע מסתבר, ווי שוין ערווענט אז דער רמב"ם אליין טענהט אז עס איז נישט דא דערין קיין מסורה און קיינער ווייסט נישט וואס באמת גייט דארט פארקומען.
מיין חלום פון א גאולה און א תיקון עולם וואלט געווען, א וועלט אן קיין מלחמות, טעראר, מארד, טיראניע, דיקטאטורישע רעזשימען, רפואות אויף אלע וויירוסען, א וועלט מיט הינדערט פראצענט קלין ענערזשי, און אן קיין ארימקייט. דעס זענען זאכן וואס הגם איך קען מיך נישט פארשטעלן אז דאס זאל באמת אמאל פארווילקעכט ווערן, וואלט דאס אבער די גרעסטע און פשוטסטע גאולה, וואס וואלט נישט נאר אוועקגנומען מיינע פערזענליכע צרות, נאר איז אויך א ישועה פאר די גאנצע ברואה.
עס איז אבער נאכאלטס דא א יסודיתדיגע פראבלעם אין יעדע אויסטייטשונג פון א גאולה על פי דרך הטבע, נישט קיין חילוק אויב עס איז דעם רמבמם"ס פשט צו מיינע, און דאס ברענגט אונז צוריק צו אונזער דארפסמאן.
דאס איז דער חלק אז די גאולה איז נישט סתם א נבואה איבער א פאסירונג וואס גייט פארקומען, נאר דער רמב"ם איז אויך מחייב מחכה צו זיין דערויף איך דארף וועלן אן האפן אז די גאולה זאל שוין פארקומען. הגם @לעיקוואוד האט שוין מעורר געווען, אז עס איז נישט מבואר פון ווי די רמב"ם האט עס גענומען, איז לכאורה די מקור דערצו מסברא. ווייל וויבאלד די הבטחת הגאולה און די תורה איז אין א פארם פון שכר ועונש, קודם סטראשעט ער אז אויב מזינדיגט קומט גלות, און נאכדעם ווען מטוט תשובה זאגט ער צו א גאולה. קומט אויס אז גאולה איז א חלק פונם אני מאמין פון שכר ועונש, נו אויב איינער האפט נישט דערויף, מיינט עס אז ער האלט נישט ביים תשובה טוהן נאר ער וויל ווייטער זינדיגן, נאכמער, מיר מוזן גלייבן אז אויב וועט יעדער תשובה טוהן קומט תכף משיח, איז נישט האפן אין גאולה, א כפירה אין שכר ועונש.
אבער וויבאלד גאולה איז א שכר, קען אפשר נאכאלטס א מענטש טענהן איך דארף עס נישט, למשל איינער וואס שטייט יעצט ברום המעלה ער איז א בילאנער, און אלע גייט אים פערזענליך גוט. וואסערע טענה קען מען האבן צו אים אויב האט ער מורא אז ער וועט עס פארלירן ווען משיח וועט קומען און מחמת דעם איז ער אויסדריקליך נישט מצפה לראותו.
בשלמא אויב האלט איך אין א גאולה רוחני, קען מען זאגן אז ער האט א חיוב צו גלייבן אז ווי עס גייט אים נישט יעצט, וועט דעמאלטס אים גיין נאכבעסער, פונקט ווי שכר ועונש בכלליות איז אויך א אמונה אין עין לא ראתה, עפעס א שכר וואס א בשר ודם קען זיך נישט פארשטעלן, אבער מיז גלייבן אז עס לוינט זיך.
משא"כ אויב האלט איך אין א גאולה גשמית, איז הדרא קושיית הדארפמאן לדוכתיה, זאל משיח נעמעו די ציגיינער און מיר דא לאזן על מי מנוחות.
אבער איך מיין אז דער תירוץ איז מוראדיג פשוט, די חיוב פון האפן איז טאקע נאר פאר איינער וואס פירט זיך אויף ערליך און עס גייט אים נישט גוט, איינער וואס זינדיגט און עס גייט אים יא גוט, ער זאל טאקע נישט האפן אויף די גאולה, ער זאל גוט ציטערן דערפון, ער דארף גלייבן אז דער מלך המשיח וועט אים מעניש זיין ווי עס קומט אים, און זיין אחכה לו בכל יום שיבא איז טייטש איך ציטער אז ער גייט קומען.
און וואס איז מיט איינעם וואס גייט גיט בעולם הזה און ער איז ערליך, א צדיק וטוב לו, אזא איינער דארף טאקע נישט האפן אויף די גאולה ווייל ער איז שוין אויסגעלייזט, פאר אים וועט די גאולה נאר זיין ווי דער רמב"ם איז מסיים אז לא נתאוו החכמים והנביאים לימות המשיח... אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה, ולא יהיה להם נוגש ומבטל כדי שיזכו לחיי העולם הבא.
דאס הייסט אז איך מיז צולייגן א תנאי אין מיין דעפיניציע פון גאולה, דעם פסוק כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד. סתם א סעקולארע גאולה פון גשמייתדיגע צרות, טוט אינטערגרובען די יסוד פון שכר ועונש און פארוואס מען האט אונז צוגעזאגט א גאולה אין די פירסט פלעיס, נאר אויב גלייב איך אז פאר א עובר עבירה וועט זיך נישט לוינען די גאולה, קומט עס נאך די פאנדעמענטאלע עיקר פון אמונה בביאת המשיח.
דיסקלעימער: בשעת איך האב אנגעהויבן שרייבן, האב איך נאכנישט געוואוסט וואס מיינע מסקנות גייען זיין, עס איז געשריבן מער ווי א שמועס און נישט ווי א מסודערדיגע ארטיקל, ואתכם הסליחה.