בלאט 1 פון 1
עטענשאן פליז.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:44 pm
דורך עפל סיידער
עטענשען:
מיין מיידעל שטייט לעצטענס און בעט מיר אויף אלע מיני אופנים עטענשען און עפעס קען איך לעצטענס נישט נאכקומען דאס צו געבן ווייסט אינער צו דאס ברויך פסיכילאגישע באהאנדלונג (איך אדער זי?)
מען רעדט פון אן עלעף יעריגע מיידעל און א פינעף און דרייסיג יעריגע טאטע (נא... גילוי)
ווייסט איינער מער איבער אזוינע פראבלעימען
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
האט זיך די פראבלעם אנגעהויבן בערך פרייטאג מערץ 14, 2014?
ווערטלעך אין די זייט.
זיי מברר אויב עפעס האט זיך לעצטענס געטוישט אין איר לעבן אדער סדר היום. למשל, א נייע קינד אין משפחה, נייע דירה, רוף אויך די טיטשערס אויב עפעס איז אנדערש אין סקול. אויב עפעס איז אנדערש רעדט מיט דיין קינד איבער דעם, בארואיג איר וכדומה. אמאל קען זיין אז שכנים אדער קינדער אין די קלאס טשעפענען. אדרעס אלע אישוס קודם און נאכדעם גיב איר ליבשאפט און אויפמערקזאמקייט ווען דו קענסט, אבער קודם דארפסטו וויסן וואס גייט פאר. א גוטע געדאנק בנוסף צו אהבה כללית, איז נעם א בעבי סיטטער יעדע שטיק צייט, גיי דו מיט דיין ווייב מיט איר - די גרויסע מיידל אויף א נאכטמאל, אדער א outing. ס'וועט איר געבן געוואלדיגע חיזוק און אהבה. הצלחה!
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:49 pm
דורך מ גפני
גיב איר אוועק 15 מינוט פון דיין טייערע צייט רעד צו איר, הער פון איר ווי אזוי איר טאג איז דורך, אבער טוה עס מיט אן אמת, לייג אוועק דיין פאון און אלע ארומיגע זאכן, ס'איז בדוק ומנוסה אז ביידע פון ענק וועלן פארדינען פון דעם
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 11:50 am
דורך געשוויסטער
[tag]עפל סיידער[/tag], דאס איז א נארמאלע זאך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטוב'ער
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:11 pm
דורך עפל סיידער
געשוויסטער האט געשריבן:[tag]עפל סיידער[/tag], דאס איז א נארמאלע זאך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטוב'ער
נו וואס מאכסטו שלום בית אישו'ס אין א געסעטעלטע שטוב ב''ה.
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
די בעסטע זאך אויב זי אי שוין 11 יאר אין שרייבט גיהעריג נעם פון איר א כתב יד אין גיב דאס צו א גרפולוג זאל דאס טשעקען א געלונגנער גרפולוג וואס האט אקספירייענס וועט גלייך ויסען צו זאגען וואס דא גייט פאר אין וועט לכאורה ברענגען גיטע רעזאלטאטען אבער מדארף מברר זיין ווער די גרפולוג איז וייל סאיז דא אסאך איינגערטע שוסטערס
סאיז דא דער באקאנטער גרפולוג אברהם מרדכי אשלג פון אשדוד מקען עם שיקען בריווען אין כת״י אויפן קאמפיוטער אין שטיין מיט עם אין קאנטאקט ער איז באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע גרפולוגען ביי די היימישער עולם וואס האט שוין ארויס גיהאלפען פיל מענטשען
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:38 pm
דורך Chuchem
I think רויטע וואנצעס@ is right.
Check if she lost any source of attention, from a teacher, friend or family member.
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:25 pm
דורך עפל סיידער
Chuchem האט געשריבן:I think רויטע וואנצעס@ is right.
Check if she lost any source of attention, from a teacher, friend or family member.
שוין געטשעקט אבער עס קוקט נישט אויס אז דאס איז די סיבה, מעגליך עס האט ביי אנדערע פעלער א שייכות צו דעם, דא קוקט נישט אויס אז דעס זאל האבען מיט דעם.
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:31 pm
דורך קפנדריא
געווענליך איז דאס אן אנדייטונג אז זי האט נישט קיין חבר'טעס, בעט זיך אנערקענונג אין שטוב, צומאל איז דאס צוליב וואס זי הערט זי ך אן פון א נאנטע חבר'טע וואס די טאטע האט איר אלץ פארציילט אדער געגעבן, זי וויל אויך האבן דעם געפיל אדער עס קענען צוריק פארציילן, אמאל איז דאס צוליב פראבלעמען אין שולע מיט די לערערין / מנהלת, און זעלטענע פעלער איז דאס א רויטע ליכט אז עפעס איז זי געטשעפעט געווארן (!) אדער גייט זי דורך שווערע דורכגענג, (אין די יארן 11-12 איז דא ספעציעלע ענדערונגען וואס דארפן פיל פאטערליכע און מוטערליכע ליבשאפט).
שטענדיג איז וויכטיג צו געבן צייט, אטענשאן און ליבשאפט פאר אלע קינדער, נאך בעפאר זיי פאדערן...
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:41 pm
דורך Chuchem
It could also be a jealousy issue.
Possiblly, she heard or saw, something that she would want, and she cant express it.
To find this out from her, you will have to spend quality time with her.