בלאט 1 פון 1
כוכב שרייבט אונטער א קול קורא
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:06 am
דורך כוכב
די בארא פארקער איינוואוינער זענען היינט אויפגעשטאנען צו אן איבערגעקערטע שטאט מיט א פריש ערשינענע קול קורא קעגן א היימישע טעראפיסקע.
איך אליין נעם נישט קיין שטעלונג אין די פרשה פשוט ווייל איך בין נישט באהאוונט אין די פרטי הדברים, אזויפיל זעט אויס קלאר אז אזא רב ווי ר חיים לייב, וואס איז נישט קיין מענטש וואס שרייבט אונטער יעדע קול קורא, ער ווערט נישט שנעל עקסייטעד, איז דא ארויס פון זיין וועג, ואתו עמו נאך ערנסטע רבנים כהרב טויבער והרב האגער, לאזט זיך גלייבן אז ערנסטע מיסברויכן האבן פאסירט דא דורך די מרת שטערן, אבל לא על זה אנו דנין.
וואס איך וויל אדרעסירן איז דער פאקט אז מרת שטערן האט נישט קיין לייסענס.
זי איז ווייט נישט די איינציגסטע, מענער און פרויען צוגלייך, וואס פאררופן זיך טעראפיסטן אן האבן לייסענס.
עס איז דער מציאות אז א טעראפיסט איז בכוח אנצוזייען גרויסע חרבנות און צומאל מאכן זיי מער קאליע ווי ריוח, מיר ווייסן אבער אז מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות, און א איד האט אן אחריות זיך צו היילן אין פאל פון א פראבלעם ביי א פראפעסיאנאל.
אבער די טעראפיסטן וואס האבן נישט קיין לייסענס איז דמם בראשם. מיט וואס פאר א היתר שפילן זיי זיך מיט אידיש בלוט.
בעיני ראיתי ווי אן אזוי גערופענער טעראפיסט וואס זיין פראפעסיע באשטייט פון הערן א פאר טעיפס האט גענומען א יונגערמאן און אים פשוט צוגרינד געלייגט בידים, נישט ווייל זיין סטראטעגיע האט נישט געארבעט, נאר ווייל זיין מהלך האט יא געארבעט, ער האט זיך אויסגעבויעט א מהלך פון יענעם צעקלאפן ביז ער זעט אים חרוב ונחרב, וכך הוה. א יונג ביימל, א לעכטיגער יונגערמאן, דרייט זיך ארום ווי א מציבה .
ובכן, במר נפשי אבקש, איך קום יעצט ארויס מיט א קול קורא, אחי ורעי מנע אתכם, פון א טעראפיסט וואס האט נישט קיין לייסענס זאל מען אנטלויפן ווי פון פייער, אל תמות כדרך שמת פלוני, פארלאז דיך נישט אויף קיין לופטיגע רעקאמאנדאציעס, עס איז א ביטערע שפיל.
ובזה יצאתי חובתי ובאתי על החותם
כוכב
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:12 am
דורך שעפטל
יתר חתימות יתפרסמו בקרוב ממש כרגיל...
[tag]כוכב[/tag], האסט א גאר שטארקע פוינט, נאר וואס דען, איינער צווינגט איינעם צו גיין צו אזא טערעפיסט? פאר דו גייסט (נישט דו, כ'מיין צו זאגן דיין חבר) פרעג דיך נאך, בעט פון אים/איר זייער לייסענס וכו'.
צוויי קליינע חילוקים... איינס, הרב האגער שרייבט גראדע יא אונטער סיי וואספארא צעטיל ס'גייט הענגן... צווייטענס, יענס איז באמת א קול קורא, צוליב די נעמען אינטערגעשריבן, נאמען קעגן וועם און אפילו א בילד.... דיינס איז א פשוט'ע פאשקעוויל אן קיין שום אינפארמאציע....
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:18 am
דורך כוכב
קיינער צווינגט נישט איז נישט קיין תירוץ, ווען א מענטש איז אין נויט כאפט ער זיך אן אין סיי וואס, און נישט אלעמאל ווייסט ער פונקטליך יענעמס קוואליפיקאציעס.
איך בין נייגעריג, דו וואלסט געזאגט די זעלבע תורה אויף א כירוריג וואס מאכט אפעראציעס אן לייסענס ווייל ווער צווינגט צו קומען?
טעראפי איז אן אומנות, און ווער ספראקטיצירט דאס אן לייסענס איז דמו בראשו.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:21 am
דורך פליקער
פיל ערגער זענען די וואס האבן יא לייסענס, זיי זענען עלול אויף פיל ערגערע קאנצעקענצען, ווייל די גויאישע מהלכים זענען נישט פאסיג פאר א אידיש פאר פאלק.
א אידישע פאר פאלק ווערט געפארט אנדערש ווי ביי א גוי, על כן איז זייער וועיג צי פארעכטן פראבלעימען אנדערש ווי ביי א גוי.
די פראבלעים איז מער אז די וואס פאריפן זיך ווי עקספערטן אינעם ענין זענען בלויז רשעים, זיי מיינען נישט די ענין פון שלום בית, זיי גלייכען שרעקליך שמוץ, צימאל איזדעקעווען זיי זיי זיך נאך ווען זיי שפירן אז זיי האבן איינעם אינדע הענט געבינדן ווי א שעפס, און נאר מחמת זייערע גרויס חסדים שעכטען זיי נישט.
צי זיין א טערעפיסט מיז מען זיין מער ווי בלויז וויליג אויסציהערן יענעם'ס צרות, עס מיז וויי טיען יענעם'ס צרה, מען מיז מיט שפירן די צרה, זיך אריין לייגן ראשו ורובו צי דערגיין די שורש הצרה, נישט א האלבע שעה סעסיא און זאגן קום ציריק און א וואך, געב אהער צוויי פיפציג, אזוי קען קיין צרה נישט ווערן פאראכטן נישט קיין חילוק אויב מען האט לייסענס צי נישט.
מען ברויך טרעפן א קליגן בעל בית מיט אביסל פראקטיק, וועט אויסגלייכן די פראבלעימען מיט א שכל הישר, נאר אזוי וועט ארבייטן.
גייטס נישט צי קיין טערעפיסטן, זיי וועלן נאך זיין ביי אייך און בעט ביי סעסיע נומער איין'ס, חוץ בזיונות וועט איר גארנישט האבן זאכלעך.
אגב ביי רבנים אינקלודינג אלע וואס האבן אינטערגעשריבן די קול קורא, וועט איר זעין גאר עינליכע ריזאלטאטן, זיי וועלן אייך זויגען דאס בליט ווי מרס טראפיקאנע זויגט אראנזש דזשאס, און דארט וועט זיך עס ענדיגן, גייטס צי קליגע בעל בתים וואס נעמען זיך אינטער זיך אריין לייגען אינעם סיטעאציע, כילו האי ואולי.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:23 am
דורך שעפטל
כוכב האט געשריבן:קיינער צווינגט נישט איז נישט קיין תירוץ, ווען א מענטש איז אין נויט כאפט ער זיך אן אין סיי וואס, און נישט אלעמאל ווייסט ער פונקטליך יענעמס קוואליפיקאציעס.
איך בין נייגעריג, דו וואלסט געזאגט די זעלבע תורה אויף א כירוריג וואס מאכט אפעראציעס אן לייסענס ווייל ווער צווינגט צו קומען?
טעראפי איז אן אומנות, און ווער ספראקטיצירט דאס אן לייסענס איז דמו בראשו.
גראדע יא!!! איינער וואס גייט צו א דאקטער (וואס איז נישט גלייך צום נמשל) אן דעם וואס ער ווייסט אז יענער האט לייסענס, למשל, יענער פראקטעצירט אין עפעס א בעיסמענט און נישט אין א שפיטאל צו קליניק איז דמו בראש הפאציענט
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:31 am
דורך כוכב
איך בין מסכים אין טייל מיט פליקער, אז ווען איינער איז נישטא פאר געלט און ער ארבעט מיט הארץ און נשמה קען ער אויפטון אפילו ער האט נישט קיין לייסענס.
נעמט למשל הרב אפרים גלעסמאן, איך גלויב ער האט נישט קיין לייסענס, אבער עס איז א ברייט באקאנטע פאקט אז ער ראטעוועט אידישע נפשות באופן הפלא ופלא, ווייל ער איז נישטא צו פארדינען אפאר פארשטינקענע גראשן נאר אויפצורעכטן אידישע שטיבער.
איך וואלט אויך מחלק געווען ווען מבאגלייט אן אידיווידואל וואס דארף הילף, ווי א בחורל מיט נפשותדיגע פראבעלעמען, איז צומאל אז מהאט אן אוזן קשבת און עטוואס פארשטאנד אין נסיון החיים קען מען זיין שטארק בייהילפיג, ווידער ווען עס קומט צו קאמפליצירטע קעיסעס ווי קריגערייען צווישן פארפעלקער, איז שומו שמים צו וואס די אומטעראפיסטן זענען אומשטאנד, זיי הייבן אן נעמען צדדים אין דער וועלט אריין ותוצאות מי ישרנו.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:34 am
דורך [NAMELESS]
גראדע הער איך אז שטערן האט פונקט יא לייסענס
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:35 am
דורך שמעקעדיג
דער אמת איז אינדערמיט, פונקט ווי אלעמאל. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב עס דא אין שטיבל. איך האב שוין מיטגעהאלטן און באגלייט אסאך קעיסעס, יש ויש! פאראן לייסענסד טעראפיסט וואס זענען ווערד א הויקער, זיי ווייסן נאר צו רייסן ריזיגע געלטער פאר 45 מינוט און דיר הייסן צוריקקומען נעקסטע וואך נאכאמאל, און נאכדעם נאכאמאל, און מצד שני קען איך היימישע אינגעלייט, געבוירן מיט א שכל הישר און א ווארעם הארץ וואס האבן נישט געטשארדזש קיין פרוטה און אויפגעבויעט צובראכענע שטובער עד להפליא!
איך זאג (אויב מען פרעגט מיר), אז 2 תנאים זאל זיין ווען מען דארף אנקומען צו הילף. ערשטנס, רעפערענס! פרעגט אייך נאך פון אנדערע קליענטן (אויב שייך, געווענליך טאר א טעראפיסט אדער אפילו עסקן נישט ארויסגעבן פריוואטע אינפארמאציע, אבער דער וואס שיקט אייך אהין קען זיכער געוואר ווערן), הערט אויס פון אנדערע וועלכע מהלך יענער נוצט, ווי לאנג מען שלעפט, און צי מען זעהט גוטע רעזולטאטן. צווייטענס: זייט אייך נישט מחייב גארנישט, און טאמער נאך 4-5 סעסיעס זעהט איר אז מען האלט נאך ביים א' (אפגערעדט אויב שפירסטו אז ער צוברעכט דיר/אדער ער/זי האט א נגיעה צו א געוויסע צד), פוצט אוועק פון דארטן ווי אמשנעלסטן.
ודי בזה.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 10:49 am
דורך [NAMELESS]
מסכים, אבער דער וואס שיקט מיר אהין האלט דאך אודאי אז יענער איז גוט סוי וואס האב איך פון זיינע רעפערנצן?
צווייטענס אמאל איז דוקא יא וויכטיג אונטערצושרייבן שטרי בירורין (פארשטייט זיך מיט די פולסטע זהירות ) א שטייגער אז מ'לויפט שוין צום ארום צום זיבעטן מענטש און מען קומט אין ערגעץ נישט אן.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:43 am
דורך נעגאשיעיטאר
שומר נפשו ירחק ממנה ומהם.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:57 am
דורך כוכב
נעגאשי, זי איז נישט קיין גרושה, דו רעדסט פאר פייער און פאר וואסער.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 12:08 pm
דורך נעגאשיעיטאר
כוכב האט געשריבן:נעגאשי, זי איז נישט.
נניח.
נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 8:20 pm
דורך MickyMouse
איך בין שוין געווען ביי מערערע טעראפיסטן, אידישע און גוי׳שע, מיט לייסענס און אנע לייסענס.
זיי זענען אלע די זעלבע ווערט.
אלע זענען זע געקומען מיט גוטע רעפרענסעס, אז ביי זיי איז נישטא קיין געפעניערייען. אדער פיקסען זיי עס אדער אן ענד צי די צרות.
למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי אלע מיינען די פאר טאלער וואס קומט וועכענטליך.
און עס איז ברייט באקאנט אין די וועלט פון טערעפי אז אומזיסט ארבעט עס נישט ווייל די באטרעפענדע האבן נישט קיין ווילן עס צי מאכן ארבעטן, נאר אויב עס קאסט זיי. איך בין קיינמאל נישט געווען ביי איינעם וואס טיט דאס לשם מצוה סאוי איך קען נישט זאגן מיין עקספיריענס.
איך בין נישט באקאנט מיט די רעגולאציעס וועגן זאגן נעמען פון טערעפיסטן מיט וועם איך האב געארבעט, און איך בין זיכער אז עס זענען דא פאר וועם זיי האבן יא אויפגעטוען, אבער מען קען נישט זיין פארזיכערט מיט קיינעם.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:07 am
דורך עפל סיידער
שעפטל האט געשריבן:יתר חתימות יתפרסמו בקרוב ממש כרגיל...
..
נו? לאמיר צולייגען מיין חתימה, ווי זענען די יתר חתימות.