בלאט 1 פון 2

אזהרה וועגן כינוס

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 4:43 pm
דורך מנשה לוסטיג
אזהרה חמורה!
אל תאכלו חומוס בשבת הזו, אנו לא רוצים להריחה, אצל הכינוס הגדול ביום ראשון..

Serious warning!
Do not eat chickpeas this Shabbes, we not want to smell it, at big convention on Sunday ..

שטרענגע ווארנונג! נישט עסן ארבעס בעבלעך דעם שבת, מיר ווילן עס נישט דארפן שמעקן ביים כינוס אין סיטי פיעלד..

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 4:54 pm
דורך John Doe
פאר דעם טאקע מאכט מען דעם אסיפה אין א דאכלאזע שטאדיום.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעצט פארשטיי איך, לויטן מאן דאמר אז ס'וועט זיין א חילו השם דארט..
מ'האפט נאר אז די כוח הרבים וועט ארויפטרייבן דאס רויעך ביזן ספעיס..

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:11 pm
דורך ציוני
נו ליצנות פון מאכלי שבת
ע"ז כבר אמר הרה"ק מלעלוב מוהרא"ש זיע"א
תבשיל של שבת ריחו נודב

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
נישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:23 pm
דורך קרעקער
טאקע א סכנה פאר עראפלעינס אריבערציפליען העכער די סטעדיום
גוט אז מהאט גערעט צי די עף עי עי

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:24 pm
דורך געפילטע פיש
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען

מ'וועט דאס נישט שמעקען ווייל דאס גערוך פון טונא בייגעלס איינגעוויקלט אין זילבער פאפיר וועט דאס איבערזיגען.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
בדיעבד, זאל מען טרונקען בארשט ביי מוצאי, און די וואלקענעס וועלן נעלם ווערן ווי שנעל זיי זענען געקומען

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:37 pm
דורך געפילטע פיש
די מחמירים וועלן זיך צוריק האלטן פון די צוויבל קוגל אויך, מפי השמועה גייט ער נישט פונם וועלט אזוי רואיג במיתת נשיקה.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:46 pm
דורך אברעמעל
געפילטע פיש האט געשריבן:די מחמירים וועלן זיך צוריק האלטן פון די צוויבל קוגל אויך, מפי השמועה גייט ער נישט פונם וועלט אזוי רואיג במיתת נשיקה.

:) מ'מאכט דאס נאך היינט צוטאגס?

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 6:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'נישט קיין שווערע מאכל

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 6:35 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:נישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען

בחדא מחתא בעטן מיר פון אלע אידן וואס גייען שטיוול אויף די פיס זאלן די וואך מחמת כבוד הציבור נישט גיין.

אויב באונס מוז מען גיין, מחמת דינא דמלכותא דינא וכדומה, זאל מען זעהן גאר גוט אפצושווענקן די פוס במשך די גאנצע מוצאי שבת.

זונטאג נאכמיטאג איז ראטזאם צו טוישן די ציצית.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 6:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
קרעקער האט געשריבן:טאקע א סכנה פאר עראפלעינס אריבערציפליען העכער די סטעדיום
גוט אז מהאט גערעט צי די עף עי עי


יענס געלעכטער, דאס וואלט געווען א שיינעם ספעקטאקל פאר די אומות העולם אויכעט..

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:39 am
דורך איך אויך
איך האב געשריבען דערפון דא, אז מרעדט פון פילטערס אולי איז כדאי מען זאל אינסטאלירן א פילטער אונטער יעדע זיץ (והגדול לפי גדלו) אריינצוכאפען די נאטירליכע גאזן אזוי וועט עס נישט שמעקן און מוועט נאך מאכען אפאר טאלער דערפון אויך.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:46 am
דורך מנשה לוסטיג
מ'זאגט אז לעולם האט ר' אהרן יא געוואלט קומען, נאר בתנאי ביי זיין דרשה וועט זיין א פילטער

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:43 am
דורך שרייבער
מנשה, האלטסט אז דיין רבי האט הנאה ווען ער ווייסט ווען אז דו שרייבסט אזא ווערטל?

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:45 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינע פון די רבנים האט געבעטן די עסקנים, ער איז מוותר אויף סעקשן וואן, ער וויל בעסער סעקשן 8

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:11 pm
דורך ציוני
מנשה לוסטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז לעולם האט ר' אהרן יא געוואלט קומען, נאר בתנאי ביי זיין דרשה וועט זיין א פילטער


איך האב געהערט ממקור מוסמך, אז אלע דרשות זענען געפילטערט, יעדער רעדנער האט שוין איבערגעגעבן וואס ער גייט רעדן, און מ'האט דאס אפגעשריבן, ווען אויף יעדע ווארט איז געזעצן א מושב בי"ד (סליחה: מושב עסקנים)
חוץ פון ר' לייביש פשעווארסקער ער האט נישט געוואלט זאגן וואס ער גייט רעדן.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:11 pm
דורך זר זהב
אויף אייוועלט באריכט איינער אז מהר"יי מסאטמאר האט אפגעשטעלט געוויסע זאכן.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:14 pm
דורך ציוני
זר זהב האט געשריבן:אויף אייוועלט באריכט איינער אז מהר"יי מסאטמאר האט אפגעשטעלט געוויסע זאכן.

למשל?
אגב געהערט אז בגללו גייט נאוואמינסקע רבי נישט רעדן
אבער צודען האט ער נאך עפעס געטוהן?

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:16 pm
דורך זר זהב
די גאנצע פראגראם, כולל הרעדנערס וכל תוכן דבריהם, איז דורכגעקוקט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר רבי זלמן לייב טייטלבוים מ׳סאטמאר שליט״א. וכאשר התנאו מקודם. ער האט אראפגענומן געוויסע חלקים פונעם פראגראם (איינער זאגט מיר אז ער האט אפגעשטעלט א געוויסער מכתב וואס האט געזאלט פארגעליינט ווערן, (נישט באשטעטיגט).
(שטארק זיך-אייועלט)

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 4:14 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע פראגראם, כולל הרעדנערס וכל תוכן דבריהם, איז דורכגעקוקט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר רבי זלמן לייב טייטלבוים מ׳סאטמאר שליט״א. וכאשר התנאו מקודם. ער האט אראפגענומן געוויסע חלקים פונעם פראגראם (איינער זאגט מיר אז ער האט אפגעשטעלט א געוויסער מכתב וואס האט געזאלט פארגעליינט ווערן, (נישט באשטעטיגט).
(שטארק זיך-אייועלט)

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 1:00 pm
דורך אברעמעל
מ'זעהט טאקע אז ס'איז געווען דורכגעקוקט, כמעט יעדער האט דערמאנט עפעס פון סאטמאר רבי זי"ע און עפעס קעגן ציונות.