בלאט 1 פון 7
נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיט פיל רעספעקט שטעל איך די פראגע מעגליך א נארישע וועגן לעצטע נעמען וואס אפילו איך אלץ א וויליאמסבורגע געבוירענער האב זיך שוין צוגעוואוינט צו גענוג נעמען וואס קלינגען נישט לעפקאוויטש שווארץ אדער פריעדמאן. ווען מ'לייענט שמחות אין אנדערע געגענטער זעט מען נעמען וואס האט אפילו נישט פשט אבער עט ליעסט מיינט עס נישט עפעס נישט בכבוד'יג, למשל אז איר וועט ארומגיין אין לעיקוואוד און ליינען די טעוולען אויף די הייזער וועט מען רוב נעמען נישט וויסן וויאזוי אפילו ארויסצוזאגן, רוב זענען געשריבן ווי ס'וואלט געווען לשון קודש נעמען און די צוגעלייגטע שימוש אותיות (א,ע, יי) אן קיין באדייט ווי מ'איז געוואונט מיט כמעט אלע היימישע נעמען.
נאכדעם זענען דא ביי די היימישע נעמען וואס האט יא א פשט אבער מאכט מיט ווינדערן פארוואס איינער זאל זיך אזוי האבן גערופן. איך וואלט געטוישט נעמען קלאר און דייטליך, עכ"פ אזוי רעד איך זיך איין. פון וואו האט זיך אנגעהויבן און פארוואס האלט מען עס אן.
למשל, מיט כבוד, אזא נאמען ווי 'קרעש'? דער ערשטער וואס האט זיך אזוי גערופן האט געהאט א אנדערע באדייט מיט 'קרעש'? וואס נאך קען מיינען קרעש אין אן אנדערע שפראך?
און דער נאמען 'שטויב', וואס איז אזוי גוט מיט שטויב?
'שלעפעריג'? ווי לאנג קען מען זיין שלעפעריג?
'שימל'? פארוואס ?
ליגט עפעס טיפער אין די נעמען?
נאר מיט כבוד ביטע.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:06 pm
דורך דריידל
איך האב מיך אלץ געווינדערט אויף די נאמען עלעפאנט. איז דאס אמאל געווען א בכבודיגע בהמה אז מענטשן זאלן זיך אידענטיפעצירן דערמיט? עס קען אבער זיין אז אין די שפראך וואס די מענטשן האבן זיך באניצט בימים ההם, האבן די ווערטער געהאט אן אנדערע באדייט.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:07 pm
דורך ישמעאל הכהן
אמאל האט מען מלחמה געהאטן מיט עלעפאנטן. איז עס אפשר געווען א סימבאל פון שטארקייט!?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
ס'דא א נאמען טויטער און קלאץ?
אלע אנדערע זענען עט ליעסט נישט פאני
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:13 pm
דורך שמעקעדיג
"גארניש".
אפשר האבן זיי זיך געהאלטן קליין?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:15 pm
דורך דריידל
קוקט אויס אז מנשה האט געעפענט די פאון בוק און זיך גענומען נאכשרייבן נעמען.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט געעפנט א פאון בוק? איך טרעף נישט דארט אזעלכע עקלדיגע נעמען.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:21 pm
דורך שמעקעדיג
ישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:31 pm
דורך טיטאניק
קיש
פינס
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 9:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
דריידל האט געשריבן:קוקט אויס אז מנשה האט געעפענט די פאון בוק און זיך גענומען נאכשרייבן נעמען.
איך קען יעדען פון די נעמען וואס איך האב אויסגערעכענט, נאר א טייל פון זיי האבן טאקע מיט די יארן געטוישט צוליב בושה, למשל 'טויטער' און קלאץ האבן אביסל געטוישט, און פארטסגאנג האט אויך טיילווייז פראבירט טוישן.
אבער ס'דא נאך אסאך ווילדע נעמען וואס איז שווער צו פארשטיין דעם חשבון, און אויך פעקעטע איז נישט פארשטענדליך. ממילא גאלד אבער שווארץ?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:41 pm
דורך דריידל
א נאמען וואס איז נישט פארשטענדליך פאר דיר קען זיין פארשטענדליך אין א שפראך וואס די קענסט נישט
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:42 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן: און אויך פעקעטע איז נישט פארשטענדליך. ממילא גאלד אבער שווארץ?
לעפלער איז פארשטענדליך?
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:43 pm
דורך טיטאניק
לעפלער?
שמעלצער?
זייער פאני נעמען אן קיין שים זין
שמא קא גרים זאגען חז"ל
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואנצעס.. איי ס'בושות.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
גראדע די נאמען 'לאפפלער' קומט פון א נאמען פון א שטאט אין מאלדאווע, דאס האב איך געטראפן אין די חבד'סקע ביכער.
און עס איז נישט לעפלער, נאר לאופלער, ווי א האלבע חולם א האלבע נול אין די אויבערלענדישע הברה.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:05 pm
דורך גאלד
כ'הייב איינמאל אויף מיין טעלעפאן יענער רעדט אבער כאפ נישט צו וועם איך רעד, פרעג איך יענעם ווער זענט איר? ענפערט ער "איך בין שלעפעריג!", זאג איך אים דעמאלטס גיי שלאפן, וואס רופט איר מיך
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:26 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:גראדע די נאמען 'לאפפלער' קומט פון א נאמען פון א שטאט אין מאלדאווע, דאס האב איך געטראפן אין די חבד'סקע ביכער.
און עס איז נישט לעפלער, נאר לאופלער, ווי א האלבע חולם א האלבע נול אין די אויבערלענדישע הברה.
לוסטיג איז שוין יא א שיינע נאמען גראדע
איך האב עס זייער ליב
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:49 pm
דורך איחוד פעלד
אמאהל ווען מען האט געמאכט די לעצטע נעמען האבען זיך די אידען אויסגעלאכט פין דעם, און בכלל נישט גענומען ערענסט די לעצטע נאמען.
ביז דער קריג האט מען זיך נישט עכט גערופען מיט די לעצטע נאמען אזוי פיל, אסאך מענטשען וואס זיי האט מען גערופען אויף די שטאט, ווידער אנדערע וואס האבען זיך יא גערופען מיט די לעצטע נאמען. אין דייטשלאנד איז די לעצטע נאמען געוועהן מער אפיציעל אפילו ביי די היימישע אידען, ווייל דארט איז אלץ געוועהן מער מאדערען.
ממילא אז איינער האט געהייסען א נאמען וואס איז נישט געוועהן אזוי באטעמ'ט האט מען עס פשוט איגנארירט מער. פלענטי מענטשען האבען זיך טאקע נאך די קריג געטוישט די נעמען אויף שענערע בעסערע נעמען, און קיינער ווייסט נישט.
שטעל דיך פאר למשל ווען די ניקס פין ק"ש ווערען ווען אפיציעל און די ניקס ווערען נעמען, מיטאמאל זעהט זיך יעדער מיט א נאמען וואס ער איז נישט אזוי צופרידען, אבער כל זמן עס איז נאר א ניק קען מען זיך בוחר זיין נישט בא'טעמ'טע נעמען און קיינער גיבט נישט קיין איבריגע מחשבה דערויף.
נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:58 pm
דורך רוח קדים
טיטאניק האט געשריבן:לעפלער?
שמעלצער?
זייער פאני נעמען אן קיין שים זין
שמא קא גרים זאגען חז"ל
פארוואס איז שמעלצער פאני? אז איינער איז געוועזן א שמעלצער, האט ער זיך גערופען על שם מלאכתו.
נאר דאס אז אסאך נעמען ענדיגן זיך מיט ״פעלד״, קען זיין ס׳איז געוועזן קיל צו האבן פעלד אלס נאמען, פונקט ווי היינט איז אין סטיל גראסערי׳ס גיבן זיך נעמען פון פרוכט.
ווייסט איינער פשט אין ״ערנפעלד״? חשובע פעלד?
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:10 am
דורך שמעקעדיג
וכן גרינפעלד, ווייספעלד, איחוד פעלד....
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:17 am
דורך דריידל
פעלדמאן....
אגב אונזער פעטער עשו איז געווען דער ערשטער וואס האט געהייסן פעלדמאן. ויהי עשו.... "איש שדה"
ווען איך בין געווען אין א"י האב איך געטראפן איינעם מיט די לעצטע נאמען "הר זהב". לכאורה איז עס געטוישט פון גאלדבערג