(פין מעלות חודש סיון, א חלק פין א ארטיקל):
װﬠן די קריסטן פלעגן אונז ווארפן אין פנים אריין די שטרﬠנגﬠ מוסר רייד פון אונזﬠרﬠ נביאים אנצואווייזן אויף אונזﬠרﬠ עוולות און חסרונות, איז עס גﬠווﬠן א ביטﬠר גﬠלﬠכטﬠר. הﬠרט נאר ווﬠר ס’קומט אונז מוסר’ן! פאר ווﬠמﬠן דארפן מיר זיך שﬠמﬠן, פאר די גﬠמיינﬠ פויﬠרן, די אויסגﬠלאסﬠנﬠ פריצים, די אכזריות’דיגﬠ גלחים? מיר האבן גﬠוואוסט גלייך ווי זיי, און דﬠר עלינו לשבח האט אונז דריי מאל טﬠגליך דﬠרמאנט, אז יﬠדﬠס ווארט פון אט די שרﬠקליכﬠ נבואות איז ביי אונז טייﬠר און הייליג, אז מיר היטן עס ווי אן אויג אין קאפ דורכאויס אלﬠ גלות’ן, ווייל דאס רﬠדט הקב”ה אליין צו זיין גﬠליבט קינד, און אונזﬠרﬠ גוי’שﬠ שכנים שרייﬠן פון קנאה. יא, מיר האבן וואס זיך צו פאררﬠכטן, מיר זﬠנﬠן גרייט אויסצוהﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון אייך. גייט מוסר’ן אייﬠרﬠ חברה וואס שיכור’ן און רויבן און מארדן. מיר ווﬠלן אויסהﬠרן די נביאים, די רבנים, די מגידים, די וואס שטייﬠן הﬠכﬠר פון אונז, נישט די וואס זינקﬠן אין תהום פון תאװת און רשﬠות.
דאסמאל, אבﬠר, איז צוריקנﬠקומﬠן די קללה פון דער השכלה. “מהרסיך ומחריביך ממך יצאו”. מיר ווﬠרן גע’מוסר’ט דורך אונזﬠרﬠ אײגﬠנﬠ, די אווﬠקגﬠפאלﬠנﬠ פון הײמישﬠ שטיבﬠר. און זייﬠרﬠ רייד, ווי פאלש און זינלאז זיי זאלן נאר זיין, ווערן גﬠשלונגען מיט דארשט דורך מיליאנﬠן ליינﬠר און ציקוקﬠר, די אייניקלﬠך פון יﬠנﬠ גלחים און זייﬠרﬠ צוהﬠרﬠר, די תלמידים פון יﬠנﬠ משכילים, רﬠפארמﬠר און משומדים. און אט די ביליגﬠ אויסוואורפן, ווﬠלכﬠ זﬠנﬠן גרייט פאר א פﬠרטל שﬠה “כבוד” צו באגראבן זייﬠרﬠ נאנטסטﬠ אין גﬠטרייסטﬠ אויף א גאנץ לﬠבן, זיי זﬠנﬠן עס נﬠווארן אונזﬠרﬠ מוכיחים?! זיי האבן שוין נישט גﬠטראפן קיין שלﬠכטס ביי זייﬠרﬠ נייﬠ פריינט אז זיי קומﬠן אונז מוסר’ן? יא, מיר ווייסן אז עס זﬠנﬠן דא עוולות און חסרונות, מיר ווייסן אז וויפיל מﬠן טוט איז נאך דא גﬠנוג וואס מתקן צו זיין; מיר זﬠנﬠן גרייט צו הﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון זיי. נישט פון מﬠנטשן וואס זוכן ביי אונז פּראבלﬠמﬠן כדי צו פארﬠנטפﬠרן זייﬠרﬠ שוואכקייטן און פוילקייטן, תאוות און מדות רﬠות.
ווﬠן רבנים און עסקנים זﬠנﬠן מﬠורר אויף אן עוולה, ווﬠן מיר זﬠﬠן אליין אז עפﬠס דארף א תיקון, דארפן מיר עס אננﬠמﬠן מיט דﬠר פולסטﬠר ערנסטקייט און זﬠן עס צו פאררﬠכטן אבﬠר ווﬠן די דﬠרנﬠר אין אידישן וויינגארטן קומﬠן אונז שטﬠכן דארט וואו עס טוט וויי, איז נישט די צייט זיך צו קלאפן על חטא. דא! איז די צייט זיך צו קלאפן אין רוקן. אויף זיי זאגט די משנה, “דﬠ מה שתשיב לאפיקורס”. מיר ענטפﬠרן! נישט דﬠם אפיקורס ווייל ער איז סייווי נישט אינטﬠרﬠסירט אין דﬠם אמת. ער זוכט נאר שמוץ אויף אונז פון אונטﬠר דר’ﬠרד כדי זיך ריינצואוואשן. אבﬠר מיר דארפן וויסן וואס מיר וואלטן אים גﬠﬠנטפﬠרט ווﬠן ער וואלט גﬠווﬠן א שטיקל מﬠנטש, כדי מיר אליין זאלן וויסן דﬠם אמת ביי זיך.
דיינﬠ מחנכים זﬠנﬠן גﬠווﬠן צו שטרﬠנג? אוי וויי. און ווﬠלכﬠ פירות האט ארויסגﬠגﬠבן דﬠר ליבﬠראלﬠר חינוך וואס דו לויבסט אזוי אויס? ווﬠמﬠנ’ס קינדﬠר וואקסן אויף פרייליכﬠר, גﬠזונטﬠר, רייפﬠר בﬠסﬠר - אונזﬠרﬠ אדﬠר זייﬠרﬠ? װי אזוי זﬠﬠן אויס אונזﬠרﬠ פארנאכלﬠסיגטﬠ קינדﬠר (אפשר דו צווישן זיי), און ווי אזוי זﬠﬠן אויס זייﬠרﬠ? דראגס, רציחות, און ערגﬠרס פארשטייסטו, אבﬠר ווﬠן אונזﬠרס א קינד פאלט חלילה א קרבן צו זיינﬠ צרות אדﬠר זיין יצר הרﬠ, מיט פיל מילדﬠרﬠ פאלגן, ביזטו להשמיד ולהרוג אויף אונזﬠרﬠ מחנכים, הא?!
אין טייל רﬠגירונגס שולﬠס טרﬠפט מﬠן ספﬠציﬠלﬠ צימﬠרן וואו גﬠווﬠזﬠנﬠ לﬠרﬠרס פארברﬠנגען א גאנצן טאג, ווייל מﬠן טאר די צוויי-פיסיגﬠ חיות נישט לאזן אין די ד’ אמות פון א קינד, אבﬠר מﬠן קﬠן זיי אויך נישט אפזאגן צוליב זייﬠרﬠ קאנטראקטן. קינדﬠר פארקויפן דראגס איינﬠר פארן צווייטן אפילו אין פריוואטﬠ שולﬠס. קריגﬠרייﬠן באשטייﬠן נישט נאר פון זידלﬠרייﬠן און גﬠשלﬠגן, נאר אויך מﬠרדﬠרליכﬠ קלﬠפ, טויט סטראשונקﬠס ווﬠלכﬠ ווﬠרן צומאל אויסגﬠפירט, און ערגﬠרﬠ גﬠוואלדטאטן. די אוניווﬠרזיטﬠטן זﬠנﬠן נﬠסטן פון זינד, שווינדלﬠרייﬠן זﬠנﬠן מﬠשים בכל יום ביי סטודﬠנטן און פראפﬠסארן, און ווﬠר עס גייט נישט אין שפאן מיט די פארגﬠשריטﬠנﬠ שיטות פון עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכת דמים, ווﬠרט אפן גﬠ’רודפ’ט, דﬠרנידﬠרט, באיקאטירט אפילו טﬠראריזירט און ארויסגﬠווארפן. און דו האסט א פראבלﬠם מיט אונזﬠר חינוך, אונזﬠרﬠ חדרים און ישיבות?!
וואס, ס’איז דא אפפאל ביי אונז, צבוﬠ’קﬠס, גנבים, בﬠלי עבירה? אזוי! און ביי דיינﬠ נייﬠ פריינט גﬠפינסטו בלויז עטיק און מאראל? זאג דﬠם אמת, וואו האסטו מﬠר מורא צו גיין, אינמיטן נאכט אין וויליאמסבורג, אדﬠר אינמיטן טאג אין הארלﬠם? אה, אבﬠר דו מיינסט נישט הארלﬠם? פארהאן אויך ארנטליכﬠ, מאראלישﬠ גוים? וואט רﬠדסטו?! צווישן 350 מיליאן אמﬠריקאנﬠר האסטו גﬠטראפן טויזנטﬠר גוטﬠ?! פסססט! און צווישן הונדﬠרט טויזנט פרומﬠ אידן האסטו גﬠטראפן צﬠנדליגﬠר שלﬠכטﬠ?! שרﬠקליך! יﬠצט נﬠם א בליי און מאך דﬠם חשבון. א שיינﬠר פארגלייך, הא?
וואס מורמלסטו דארט, אז מיר ווייסן נישט וואס ס’טוט זיך הינטﬠר אונזﬠרﬠ קוליסן. וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן בשתיקה? און וואס ס’טוט זיך הינטﬠר זייﬠרﬠ קוליסן, וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן נאכמﬠר, ווייסטו יא? דו ווייסט אז די שיידונגס ראטﬠ אין אמﬠריקﬠ האלט שוין ווייט איבﬠר פופציג פראצﬠנט, אבﬠר וואס ס’טוט זיך הינטﬠר’ן טרוקﬠנﬠם נומﬠר, וויפיל טרﬠרן און טראגﬠדיﬠס, וויפיל פארלאזטﬠ פרויﬠן און גﬠפיינינטﬠ קינדﬠר, דאס ווייסטו יא? אויב דאס וואס זיי טוﬠן בגלוי איז אזוי גﬠמיין, וואס טוﬠן זיי שוין בשתיקה?
ניין, מיר בארימﬠן זיך נישט אז מיר זﬠנﬠן בﬠסﬠר ווי די גוים. פון אונז פארלאנגט מﬠן פיל מﬠר. אבﬠר ווﬠר פארלאנגט עס פון אונז, און פארוואס פארלאננט ער עס פון אונו? קדושים תהיו - כי קדוש אני! יא, אין פארגלייך צו אים, כביכול. האבן מיר אן ענדלאזﬠר ווﬠג צו גיין. און טאקﬠ נישט נאר מיט שבת און כשרות, נאר אויך מיט אמת און ערליכקייט צדקה וחסד, וותרנות, שמירת הלשון און אהבת הבריות, ווי די תורה רﬠכנט אויס באלד דﬠרנאך: “לא תגנובו... ולא תשקרו... בצדק תשפוט עמיתך... לא תלך רכיל בﬠמך... לא תﬠמוד על דם רﬠך... לא תשנא את אחיך... לא תקום ולא תטור... ואהבת לרﬠך כמוך...” אבﬠר ווﬠן די וואט זﬠנﬠן ווייט פון קדושה כרחוק מזרח ממﬠרב פארלאנגﬠן פון אונז מﬠר ווי פון זיך און פון זייﬠרﬠ חברים צוזאמﬠן. דארפן מיר זיי עס צוריקװארפן אין פנים אריין: אדרבה, לאמיר מאכן דﬠם פארגלייך - אבﬠר א גלייכﬠר פארגלייך! פרובירט נאר צו מﬠסטן אונזﬠרﬠ בﬠסטﬠ בחורים קﬠגן אייﬠרﬠ ארנטליכסטﬠ צﬠנﬠרלינגען; אונזﬠרﬠ שוואכסטﬠ קינדﬠר קﬠגן אייﬠרﬠ געמיינסטע יוגנטליכע; אונזערע מנהיגים און בני תורה קﬠגן אייﬠרﬠ פירﬠר און גﬠלﬠרנטע; אונזﬠרﬠ פיינﬠ בﬠלי בתים קﬠגן אייﬠרﬠ אנשטﬠנדיגﬠ בירגﬠר. ראו מה בין בני לבן חמי! דאס וואס אונזﬠרﬠ ערגסטﬠ טוﬠן באיסור, טוﬠן אייﬠרﬠ בﬠסטﬠ בהיתר.
ווידﬠר אין מצוות שבין אדם לחברו מיט ווﬠלכﬠ איר טרומפייטﬠרט אזוי, ווﬠר קﬠן זיך פארגלייכן צו כלל ישראל? וואו נאך טרﬠפט מﬠן ארﬠמﬠלייט וואס גﬠבן אווﬠק א צﬠנטל פון זייﬠר גﬠהאלט פאר צדקה? וואו נאך טרﬠפט מﬠן עלטﬠרﬠ פרויﬠן און פארנומﬠנﬠ בﬠלי בתים ארומלויפן אין שפיטﬠלﬠר באזוכן קראנקﬠ? וואו נאך טרﬠפט מﬠן אין א טאג פון משתה ושמחה פילﬠ טויזנטﬠר בגילופינ’דיגﬠ יוגנטליכﬠ וואס ליגן נישט שיכור אין די גאסן, צﬠלאזן זיך נישט אין פארברﬠכן אדﬠר אוממאראלישקייט, און לויפן נאך ארום א גאנצן טאג שאפן אומגﬠהויﬠרﬠ סומﬠס פאר צדקה?! דאס איז זייﬠר פאן. זייﬠר הנאה! ווﬠר רﬠדט פון הצלה, חברים, שומרים. חסד של אמת, און אזויפיל אנדﬠרﬠ וואס טוﬠן אזויפיל מﬠר ווי ראטﬠווﬠן תפילין פון בזיון!
פרובירט נאר צו מאכן א פארגלייך צווישן אונזﬠרﬠ נדבנים און זייﬠרﬠ פילאנטראפן, וויפיל פראצﬠנט פון זייﬠרﬠ פארמﬠגנס זיי פארווﬠנדן פאר וואוילטﬠטיגﬠ צווﬠקן. אונזﬠרﬠ קמצנים אין זייﬠרﬠ קארגﬠ עשירים? אפילו ריקנים שבך מלאים מצוות כרימון!
אבﬠר ניין, דו מוזט פארגלייכן אונזﬠרﬠ ערנסטﬠ צו זייﬠרס בﬠסטﬠ כדי דﬠר קרומﬠר חשבון זאל ווי-עס-איז אויסגעגליכן ווערן. דו זאלסט קﬠנﬠן ווייטﬠר זﬠטיגן דיינﬠ תאוות און זינקﬠן אין תהום פון זינד אומגﬠשטערט.
א פרייﬠר אין ארץ ישראל האט גﬠשימפט אויף פרומﬠ אידן, פרובירנדיג אויפצואווייזן אז מיר זﬠנﬠן נישט בעסﬠר ווי זײ, און אפשר גאר ערגﬠר. “אבﬠר וואס איז מיט אונזﬠרﬠ גדולים?” האט א פרומﬠר איד אים געפרעגט. “וואו טרﬠפסט מﬠן ביי אייך אזﬠלכﬠ מענטשן וואס לﬠבן לשם שמים און גﬠבן זיך אווﬠק אינגאנצן פאר’ן כלל?”
“גﬠרﬠכט,” האט דﬠר פרייﬠר מודה גﬠווﬠן. “דאס איז טאקﬠ א פראבלﬠם.”
טאקﬠ א פראבלﬠם. די גדולים זﬠנﬠן אים מבלבל פון זיין בלבול המח. און כדי צו לﬠזן דﬠם פראבלﬠם, זוכט ער רשﬠים ביי אונז און צדיקים ביי זיי; שלﬠכטﬠ כוונות אין אונזﬠרﬠ גוטﬠ מﬠשים, און גוטﬠ כוונות אין זייﬠרﬠ שלﬠכטﬠ מﬠשים; אלﬠס כדי צו בארואיגן זיין געוויסן, זיין פינטﬠלﬠ איד.
יא, אפילו דﬠר “רשﬠ מה הוא אומר” קומט אויך פון דﬠר גﬠטליכﬠר נשמה וואס איז גﬠווﬠן ביים בארג סיני. דאס איז דﬠר בת קול יוצאת מהר חורב וואס ער פרואווט צו דﬠרשטיקן, ווייל עס מאנט פון אים און פייניגט אים און דﬠרמאנט אים אז ער איז אויך א קינד פונ’ם ממלכת כהנים וגוי קדוש און ער דארף זיך אהיימקﬠרן צו זיין טאטנ’ס פאלאץ.
ﬠס שטייט אין גמרא (ברכות ו.) אז הקב”ה לייגט אויך כביכול תפילין, נאר בﬠת אין אונזﬠרﬠ תפילין שטייט “שמﬠ ישראל ה’ אלקנו ה’ אחד”, שטייט אין זיינﬠ תפילין, “מי כﬠמך ישראל גוי אחד בארץ?
רבונו של עולם, דיינﬠ תפילין וואלגﬠרן זיך אין די מיסטן. זוך זיי אויס, רייניג זיי אפ פון דﬠם שמוץ וואס האט זיך אנגﬠקלﬠבט אין זיי, ווייז זיי דיין ליכטיגן פנים, און זיי ווﬠלן װידﬠר אויסשרייﬠן, כאיש אחד בלב אחד, “נﬠשה ונשמﬠ”.
ברעיקינג: "מעלות" אטאקירט די "סיסטעם קריטיקירער",
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
ברעיקינג: "מעלות" אטאקירט די "סיסטעם קריטיקירער",
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
די מעלות: דברי תורה פון כתה ג'.
די ארטיקל איז שיין געשריבען אבער די אינהאלט איז לעכערליך.
מ'טאר נישט קריטיקירען אונזער סיסטעם ווייל דער כתה ג' שרייבער האלט אז צווישען פיר הונדערט מיליאן גויים איז נאר דא צוויי טויזענט ארענטליכע?
ווייל זיין מאמע האט אים געזאגט אז אין די בעסטע פריוואטע שולעס פארקויפט מען דראגס?
ווואו שטארק ער פראבירט נישט צו זאגען "אבער שגץ פוי..." איז דאס די ג'יסט פונעם ארטיקל.

גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
איז שוין דא אן אשכול איבער די ״מעלות״?
אויב נישט, איז דא דער פלאץ.
ווי מאדנע עס הערט זיך, בין איך מפליא די מעלות, נישט ווייל איך גלייך די רוח פון די שרייבערס, אבער איך בין נתפעל פון דער פאקט אז איינער געבט ארויס אזוי פול יאהר נאכאנאנד שיינע באלערנדע ארטיקלען, (רעלעטיוו צו וואס איז מעגליך צו שרייבן אין אונזער טייט קאמיוניטי). און ער איז נאכנישט געווארן פארפליישיגט ביי די עקסטרעמיסטן.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ממש פאר פייער און פאר וואסער !!!
אה כהאב געטראפן חלק ב פונעם ארטיקל :
ספﬠציﬠלﬠ צימﬠרן ווﬠמﬠנ'ס קינדﬠר וואקסן מיט ליידן אדﬠר זינדיגן בשתיקה כדי זיך ריינצואוואשן פון די אכזריות'דיגﬠ גלחים פון הארלעם וואס עסעסן קאקאש קעיק מיט איי מיט צוויבל ביי שלש סעודת און זינקﬠן אין תהום דורך מיליאנﬠן קמצנים אין זייﬠרﬠ קארגﬠ עשירים כדי דﬠר קרומﬠר חשבון , לא תלך רכיל בﬠמך פאר די וואוילטﬠטיגﬠ צווﬠקן מיט בגילופינ'דיגﬠ יוגנטליכﬠ און זייערע אויסגעשוויצטע רעשוואלקעס אין פארשימלטע טלית קטן ??!!! , “מי כﬠמך ישראל גוי אחד בארץ !!!
קדושים תהיו כי קדוש אני!!!
מיט א קינד פין די גדולים וואס זﬠנﬠן אים מבלבל פון זיין בלבול המח. זאלסט קﬠנﬠן ווייטﬠר זﬠטיגן דיינﬠ תאוות פין גיין אינמיטן נאכט אין וויליאמסבורג ??? אבﬠר וואס ס'טוט זיך הינטﬠר'ן טרוקﬠנﬠם נומﬠר???
שווינדלﬠרייﬠן זﬠנﬠן מﬠשים בכל יום “אבﬠר וואס איז מיט אונזﬠרﬠ גדולים?” וויפיל טרﬠרן און טראגﬠדיﬠס ??? און דו האסט א פראבלﬠם מיט אונזﬠר חינוך, אונזﬠרﬠ חדרים און ישיבות?!
אבﬠר ניין, דו מוזט פארגלייכן אונזﬠרﬠ ערנסטﬠ “לא תגנובו... ולא תשקרו... בצדק תשפוט עמיתך... לא תלך רכיל בﬠמך... לא תﬠמוד על דם רﬠך... לא תשנא את אחיך... לא תקום ולא תטור... ואהבת לרﬠך כמוך...” אבﬠר ווﬠן די וואט זﬠנﬠן ווייט פון קדושה כרחוק מזרח ממﬠרב פארלאנגﬠן פין ארﬠמﬠלייט וואס גﬠבן אווﬠק א צﬠנטל פון זייﬠר גﬠהאלט פאר צדקה? אפילו ריקנים שבך צווישן אונזﬠרﬠ נדבנים
פון הצלה, חברים, שומרים. חסד של אמת, פארלאזטﬠ פרויﬠן און גﬠפיינינטﬠ קינדﬠר,
פסססט!
יﬠצט נﬠם א בליי און מאך דﬠם חשבון. א שיינﬠר פארגלייך, הא?

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס זי וויל מיט דעם ארטיקל,
קודם כל ווער זענען די וואס האקען אויפען "סיסטעם", רובא דרובא די וואס האבען געליטען דערפין, יעצט ס'מיז נישט זיין אז אלע זייערע טענות זענען אלעמאל גערעכט, אבער רובא דרובא שרייען פין ווייטאג נישט פין "רשעות", און אוואדאי דארף מען הערען וואס זיי זאגען, און דן זיין צי "זיי זאגען עפעס, און וואס מען קען בעסער מאכען,
איז די שרייבערין אויפגעקומען מיט א "פאטענט", אז מען זאל זיי קענען איגנארירען, און זיך נישט דארפען שפירען "גילטי", דהיינו, "זיי" זענען "רשעים" און "אפיקורסים", און "זיי" זאלען "אונז" נישט קומען זאגען קיין "מוסר", אזוי נאריש.... ס'איז דען "זיי" מיט "אונז" ??? זיי זענען קינדערלאך פין היימישע שטובער, פין היימישע מוסדות, ס'טוט זיי עפעס וויי שרייען זיי, אוודאי ברויך מען זיי אויסהערען,
האט זיך דער ארטיקל שרייבערין אויסגעוועלט די "בת היענה" סטראטעגיע, דהיינו, "זיי" זענען "רשעים" און "אפיקורסים", און "זיי" זאלען "אונז" נישט קומען זאגען קיין "מוסר", טאמער האסטו געהאט א פראבלעם דורך די יוגענט יארען, קומט עס פשוט פין רשעות און אפיקורסות, און קום נישט זאגען קיין מוסר, נאר גיי צי אלע רוחות, "פראבלעם געלייזט"!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
ישי שטיינמעץ האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס זי וויל מיט דעם ארטיקל, !
דיין פראבלעם האסטו גוט ארויסעברענגט ווייל דיין reading comprehension לעוועל איז זייער נידריג. לאמיך דיך אויסלערנען. קודם מאך זיכער אז דו פארשטייסט די פאונט וואס יענער וויל ארויסברענגען ווי מען זאגט אויף ענגליש די thesis און נאכדעם טרעף די פאקטן וואס יענער נוצט צו סופארטן זיין thesis. צו פארשטיין יענעם מיינט נישט אז מען איז מסכים מיט יענעם. אויב דו פארשטייסט נישט איז דא אפאר סיבות פארוואס. אדער ווייל דיין מח דערהייבט עס נישט, אדער ווייל עס איז שלעכט געשריבן, אדער ווייל דו ווילסט עס נישט פארשטיין וויל דאס גייט קעגן די זאך וואס דו האסט אנגענומען און די ווילסט נישט טראכטן פון עפעס אנדערש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:די מעלות: דברי תורה פון כתה ג'.
די ארטיקל איז שיין געשריבען אבער די אינהאלט איז לעכערליך.
מ'טאר נישט קריטיקירען אונזער סיסטעם ווייל דער כתה ג' שרייבער האלט אז צווישען פיר הונדערט מיליאן גויים איז נאר דא צוויי טויזענט ארענטליכע?
ווייל זיין מאמע האט אים געזאגט אז אין די בעסטע פריוואטע שולעס פארקויפט מען דראגס?
ווואו שטארק ער פראבירט נישט צו זאגען "אבער שגץ פוי..." איז דאס די ג'יסט פונעם ארטיקל.
מנחם אבראמאוויטש: שפתיים ישק. אדער וויאזוי מ'זאגט דא אין קאווע שטיבל "קישאק". דער גאנצער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך פארשלאסענע מוחות פאר פארשלאסענע מוחות. ס'פאסט פאר די רביצי ן:?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
די שרייבער האט זייער גוטע און אמת'ע נקדות, אבער איז נישט גערעכט צוליב איין סיבה.
ביז ווילאנג סאיז נישט דא פון אינסייד די קאמיוניטי א געזינטע ארגענעזאציא וואס געבט זיך באמת אפ מיט קריטיקירן אונזערע פראבלעמען, דארפ'ן מיר אויסהערן פון די וואס האבן אונדז איבערגעלאזט. ווי איידער בכלל נישט הערן וואס ברויך א תיקין.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א שאד. דער ארטיקל וואלט געקענט זיין א נארמאלער, טיפזיניגער באהאנדלונג איבער דעם קריטישן נושא און ארויסברענגען אז כאטש אונזער חינוך איז פיל מיט חסרונות (ווי דער שרייבער איז מודה) איז די ליבעראלע צוגאנג צו חינוך אויך נישט קיין מהלך און מען דארף נעמען א מיטלוועג. אנשטאט לאזט זיך דער שרייבער ארויס אין א קינדערישע האגל באגיסונג אויף גאנץ אמעריקע. כאילו דאס דארף אונז מחזק זיין. כאילו דער או טי די וועט אודאי תשובה טון נאכ'ן הערן אז אלע זיינע טענות קומען צוליב תאוות. כאילו איינעם דארף בכלל אינטערעסירן וואס די גוי'אישע צייטונגען זאגן אויף אונז. כאילו מיר זענען דא אין א מלחמה מיט איינעם. כאילו די גאנצע וועלט איז איינגעטיילט אין צדיקים און רשעים (און איך דארף אייך נישט זאגן צו וועלכע איך באלאנג).
א שאד אז די ביסל לאגיק ווערט פארשוואונדן אין א ים פון קינדערישע סעלף דעפענס. באמת א שאד.
א שאד אז די ביסל לאגיק ווערט פארשוואונדן אין א ים פון קינדערישע סעלף דעפענס. באמת א שאד.
האדם לא נברא אלא להתענג
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דו ביסט אזוי גוט. (בליעה"ר.). איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק...ייש"כ...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
יישר כח, עני טיים ר' בערל ,לאכן איז אייביג גיט ,

ווען דער נער וואלט ווען נישט געווהן מיינס וואלט איך אויך געלאכט , דערווייל ווילן זיי איינרעדן יעדעם אז זיי זענען פערפעקט און זייער סיסטעם איז די בעסטע אין אז איינער רעד א ווארט אנטקעגן איז ער א אפיקורס אין ער קען גיין מיט אלע רוחות צוזאמען מיט די גלחים אייניקלעך פון הארלעם ...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
הערשט פארשאפט די אריגינעלע מעלות ארטיקל, נישטא קיין ווערטער! שפתיים יושק יעדעס ווארט!
איך וויל צוגעבן בלויז אפאר ווערטער אין קורצן,
"דו מנוול ומושחת, וואס האסט נישט קיין רחמנות אויף דיינע אייגענע עלטערן, זיידע באבע, ברידער און שוועסטער, חברים און (געוועזענע) ידידים, אריינגערעכנט די וואס האבן זיך פרייוויליג אוועקגעגעבן דיך צו העלפן אין דיין נויט און אין דיינע שווערע זמנים, און דו האסט נישט קיין רחמנות אפילו נישט אויף זיך אליין, פארוואס? פשוט ווייל דו ביסט א "קאוערד", דו ביסט טאטאל נישט בעל הבית אויף זיך, ווייל דו קענסט נישט באהערשן דיינע גראבע און ביליגע תאוות, דו ביסט אנגעקומען צו דיין מצב ווייל דו ביסט נישט גרייט זיך צו ברעכן מיט קיין האר, דו בייגסט זיך אונטער אלע דיינע תאוות, דו ביסט נישט גרייט אוועקצוגעבן קיין קליין ברעקל פון דיינע לוסטן זיך צו שטארקן, דו ביסט נישט גרייט צו מוטשן זיך מיט ארבעטן אויף קיין מידות, און אוודאי אויף יראת שמים, דיך גייט נישט אן אז דיינע עלטערן ווערן קראנק פון דיר, ס'איז ביי דיר נישט געקומען אין חשבון עפעס יא אדער נישט צו טוהן ווייל ס'גייט יענעם באדערן, דיין גאנצער עגא שרייט ארויס "איך זיך מיך און מיינע תאוות". אין די זעלבער צייט שטייסטו מיט א פארגרעסערונג גלעזל איבער'ן עם קדוש צו זוכן חסרונות אין די אפגעהיטענע אידעלעך וואס שלאגן זיך מיט זייערע גלוסטענישן און יצר הרע'ס, (אפילו אויב נישט אייביג געווינט מען די מלחמה, און מ'ליידט דורכפעלער, אבער מיט א מלחמה פארדעם און נאכדעם!), און צוזאמען מיט די הילף פון דיינע פארדארבענע געפוטשטע חברים און חבר'טעס מיט גרויס מיה געלונגט דיר אפיר צו קראצן 'שרעקליכע און אומפארגעבבארע עבירות' אויף די 'געפערליכע דזשידן', און דו אומפארשעמטער בעל עבירה קומסט נאך מוסר זאגן אין די צייט ווען דיינע הענט זענען נאך פריש פארשמירט מיט אלע סארטן עבירות סיי בין אדם למקום און אויך בין אדם לחבירו - אריינגערעכנט טאקע די סארט אויף וועלכע דו מוסר'סט די אפגעהיטענע אידן,"
קשוט עצמך! איך בין נישט נייגעריג צו הערן קיין מוסר פון איינעם וועלכער איז א דורכפאל, און א מוסטער פון וואס און וועם "נישט" צו נעמען קיין עדווייס.

Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ווי שטענדיג, איז דער אמת ערגעץ אינדערצווישן.
בשעת איך גיב גערעכט פאר די מעלות 75%, און טאקע רוב אוועקגעפאלענע מיינען גארנישט נאר צו קריטיקירן די ערליכע און ריינוואשן זייערע זויערע געפילן, און וועלן דערביטערן דאס לעבן פון די פארבליבענע אידן, זענען ליידער אויך פאראן באמת אנגעווייטאגטע נשמות וואס דער סיסטעם האט זיי קראנק געמאכט און מען וואלט עס געקענט פארמיידן.
דער מציאות פאטשט אין פנים, אז מיט יעדע עטליכע יארן לאזן זיך די "ערליכע אידן" אראפ נאך עטליכע מדריגות צו די טענות פון די נושרים. צב"ש אמאל האט מען נישט געוואלט הערן אזא זאך אז מען שלאגט נישט קינדער פאר יעדע זאך, נאר כלומר'שט דאס איז דער דרך המקובל ומינה לא תזוע, חלילה צוצוהערן צו די היינטיגע פסיכאלאגן למיניהם; למעשה האלט מען שוין היינט אז רוב מוסדות זענען זייער AWARE אויף די אלע ABC קרענק, מען ווייסט פון דיסלעקסיק, ADHD, וכדומה, און מען האנדעלט דערמיט עקארדינגלי, עס קומען פאר אסיפות צווישן מנהלים וראשי ישיבות מיט טעראפיסטן און סקייעטריסטן אויסצוארבעטן דעם ריכטיגן מהלך און מקיים זיין דעם חנוך לנער "על פי דרכו".
עס איז דאך פאראן ביי אונז אן אנגענומענע מושג פון "קבל את האמת ממי שאמרו", דאס מיינט אז אפילו א פארפוילט עפל זאגט א הערה, אויב איז עס אמת, וועט א קלוגער מענטש אריינטראכטן, אולי יש דברים בגו, אפשר זאגט ער עפעס, אודאי זאל מען זיך נישט צוריק'טענה'ן און זיך פארענטפערן (אפשר יא, ס'איז נישט דער מדובר דא), אבער געוואלד, אויב האט ער א וואלידע טענה, קען מען דאך מיט דעם ראטעווען צוקונפטיגע דורות, מיט וועלכע רעכט נעמט מען אן צו זאגן אז מען זאל ניטאמאל קוקן צו יענע זייט?? ער איז דאך משרשו א אונזעריגער, נו אויב אזוי, הער אויס וואס ער טענה'ט, און זיי מקיים דעם תוכו אכל וקליפתו זרק?
אזא ארטיקל שרייעט ארויס, אין א וועג, "מיר זענען מצומצמים עד מאוד, און מיר ווילן בלייבן אזוי"! א נארמאלער מענטש ווייסט צו מאכן אן אונטערשייד פון ווערן פארקויפט פאר יענעם שגץ ביז צו בלויז הערן א נקודת אמת און גיין ווייטער. פארוואס ווערן מיר דערשראקן אז יענער האט א טענה אקעגן אונז אזש מען מוז יענעם דערדרוקן עד לעפר כדי מיר זאלן נישט דארפן מקבל זיין? מיר ציטערן פון רעאליטעט??
נאכאמאל, איך חזר איבער אז איך גיב גערעכט פאר די מעלות אין אלגעמיין, אבער נישט 100%. מען דארף צומאל קענען הערן אן אנדער זייט אויכעט.

וירח ה' את ריח הניחוח
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שמעקי ,לעולם ביסטו גערעכט מיט דיין שפיץ אבער פעלט אונז דען אייגענע קריטיקירערס מבפנים?? זייט היות ישראל לעם האבען מיר זיך אייביג קריטיקירט אין גרויסן און אויף יעדע טישו איז געווען א אישו. מיר דארפן נישט הערען און צוקומען צו קריטיק פון פארפוילטע לוזערס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag], כ'בין מסכים מיט דיין חלוקה אבער אויף אן אנדערע אופן. מיין חלוקה גייט אזוי. די OTD חברה זאלן זיך לערנען אז ס'נישט שיין וואס זיי טוען, בירא דשתית מיניה וכו'. זיי זאלן זיך לערנען אז זיי זענען מצער זייערע נענסטע וכו'. אבער לאז זיי זיך אליין לערנען, ס'נישט אונזערע ביזנעס זיי אויסלערנען. פון די אנדערע זייט וועלן מיר זיך לערנען נישט צו זיין אזוי הייס געבראטען, און טאקע מקבל זיין את האמת ממי שאמרו. וואס זאגסטו, א גוטע פלאן?
.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: ייש"כ פאר די דברי אמת. זיי זענען כמים קרים על נפש עייפה. איך האב איין קליינע הערה. נאר צו פארברייטערן דעם שמועס איבער חינוך דורך שלאגן, בכלליות. אזוי ווי אייביג איז דער דרך הממוצע די בעסטע. נישט אזוי ווי א סאך מלמדים פון אמאל, וועלכע האבן, א חוץ ארויסגעיבן זייער אכזריות דורך געיבן מכות רצח פאר די קינדער, האבן זיי נאך באגאסן די קינדער מיט "ווערבאל עביוז". און דער צווייטער עקסטרים, פון קיינמאל שלאגן קינדער. ס'שטייט אפילו אין מוסר ספרים (כ'מיין פלא יועץ.) אז ווען מ'שלאגט זאל עס נישט זיין מתוך כעס. און מ'זאל אויך זאגן פאר'ן קינד פארוואס מ'האט איהם געשלאגן. פון מיין עקספיריענס אויפ'ן באס. ווען איך האב געהאט א יונגל פון א משפחה, וועלכער האט געהאט עי.די.עיטש.די.. א חוץ פון די טריטמענט און מעדיצינען וועלכע ער האט גענומען, האט א פעטשל (נישט קיין פשעטל) אדער א הבטחה פון פעטש , ווען ער איז געוועין ארויס פון קאנטראל, אייביג געהאלפן...

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
דעם מאנאט (תמוז) שרייבט די מעלות אינעם "א געלעכעטער אין א זייט" אפטיילונג, עפעס וועגן קאווע שטיבל. ווער עס האט עס צו די האנט איז מכובד עס אריין צו סקענען. ייש"כ.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)