בלאט 1 פון 2

נקיות און מנהגים בבית הכבוד

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:08 pm
דורך טיטאניק
שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל עפענען א אשכול איבער איינע פון די הויפט ענינים ביים היימישען עוילעם, א זאך וואס פארנעמט א גרויסער אויבענאן ביי יעדער היימישער איד, א זאך וואס איז א ערנסטע נושא, נישט פשוט! די נושא ווערט דערמאנט ביי יעדע געלעגנהייט נאר מעגליך, צי ביים אויפשטיין, דארף מען צייט פאר "הכנות", אין בתי מדרשים ווערט גאר ציגעשטעלט א גאנצע סערוויס פון לייען מאטריאל פאר די בית הכבוד ווי "לוח הציבור" "גוט מארגען" און נאך, די לאנטש ברעיק אין יעדע היימישע ביזנעס ווערט אויסגעניצט ווידער צי באזיכען דעם טוילעט, אין שטיב ווען מען וויל אביסעלע א ברעיק איז ווייטער דער טוילעט דער עיר מקלט, ווער רעדט פון שבתים און ימים טובים? אוי אוי אוי די גאנצע סעודה איז מען דַן וויפיל שעות מען גייט "זיצען" אויף די און די מאכל, געוויסע מאכלים באקימען אפילו די זיגעל פון "שבעה נקיים"...
על כל פנים, דער טוילעט איז ביי אינז זייער א גרויסער יחסן, און פארנעמט זייער א חשובער ארט, דערפאר לאמיר דא ארויף ברענגען פארשידענס איבער דעם נושא,

איך האלט אז כאטש מען גייט דא רעדען אביסעלע אפען, זאל מען דאס לאזען אפן פארן פאבליק ווייל קיינער לערנט דאס נישט מיט די קינדער און בחורים, און עס איז שוין העכסט צייט צו שטודירען דעם נושא ברבים, און בחדא מחתא שוין געבען א לעקציע פאר די אומוויסענדע וואס פארעקלען די מענטשהייט שלא בזדון, פשוט ווייל מען באהאלט דאס אינטער די טיש,

פארוואס זיצען מיר אזוי לאנג אין טוילעט?
אסאך מאל האב איך שוין געפרעגט פאר מיר אליינס "פארוואס זיצען אידען אזוי לאנג אין טוילעט?" דער גוי טוט דאס נישט, פארוואס מיר יא? וואס האבען מיר געטראפען אזוי גיט און שיין אין דעם קליינעם תפיסה?
די תירוצים זענען אפאר, 1. מיר עסען זיך אן יעדע זיבעטע טאג ווי געשטאפטע גענז, במשך 24 שעה האלט מען אין איין שטאפען די קישקע מיט די שווערסטע מאכלים וואס מען האט געקענט ערפינדען, אזא סעודת שבת, א דריטעל פון דעם הייסט ביים גוי א סעודה דשינה, א גוי וועט קיינמאל נישט משיג זיין ווי אזוי א דארער יונגערמאנטשיקעל קען אריינשטיפען אזויפיל אין איין פרייטיג צינאכטס סעודה...
נאכדעם, זענען דא די אלע היימישע טעיק-אוט'ס וואס רובם היטען נישט די היגעניע, און מען פארקויפט אלטע עסען אינטער די סטיקער פון "פריש און נארהאפטיג", איך וואלט קיינעם נישט געראטען אריינציטרעטען אין א קאך פון א היימישע רעסטוראנט צי זען ווי אזוי זיי קאכען, א פחד און א שרעק, איך בין געווען א תקופה א משגיח כשרות, און זייט דעמאלט ריר איך נישט צי קיין היימשיע רעסטוראנט פוד פאר קיין געלט אין די וועלט,
די זעלבע ביי חתונות, נעמט אין די האנט אריין א "ריינע" גאפל אדער א "ריינע טעלער", און קיקט דערויף פון די נאנט וועט איר זען ווי עס קלעבט נאך דערויף פולע שיריים פון די לעצטע צען חתונות, און א מבין קען אפילו זאגען וואס מען האט סערווירט ביי די לעצטע 5 חתונות....
נאכדעם קימט צי די אלע "טיי אווענט'ס" אדער "וואכטנאכט'ס" וואס נאכדעם וואס דער יונגערמאן האט שוין געגעסען אין שטיב א ברייטער אינגערישער סאפער גייט ער אין א האלבע שעה שפעטער פריש ריפילען זיין מאגען מיט "אווער נייט קיגעל" געמישט מיט גאלע ארבעס און הערינג,
די אלע מעשיות מאכט איין זאך: "פראבלעמען ביים גיין אין טוילעט", יא יעדע זאך וואס מען לייגט אריין דארף אויך ארויסגיין, און אויב גייען אריין שווערע מלאכים גייען זיי ארויס נאך שווערער, און עס קימט ציפרי, דער יונגערמאן וויל האבען א גוף נקי צים דאווענען, און עס גייט נישט (פארוואס זאל יא גיין?) דעריבער זעצט ער זיך אריין אין טוילעט, און ווארט אויף ישועות השם, ער פלאגט זיך ווי א מקשה לילד....
אמאל האט מען נישט געהאט די היינטיגע ליין מאטריאל פלעגט מען זיך באשעפטיגען אין "שרייבען אויף די ווענט" פון די טוילעט, די געשרייבעכטס איז געווען פלאי פלאים,
היינט אבער אכשיר דרא, אידען האבען זיך מרחם געווען און אנגעהויבען צי פרינטען כל מיני מיני צייטינגען פארען עוילעם, און דאס איז געווארען די באשעפטיגונג אין טוילעט,
לעצטענס זייט די אלע חרמות קעגען טריפהנע סעלפאונס האבען די כולל יונגעלייט אין טאש צוויי שטיק, איינס א כשר'ע וואס מען ניצט איבעראל, און איינס א "אפענע" וואס ווערט געניצט אין טוילעט, און נאר דארט, צי קענען שרייבען אויף קאווע שטיבעל..... א ווינדער אז קאווע שטיבעל בליעט? וויפיל וואכטנאכטס זענען דא א נאכט קיין עיין הרע?
איין ווארט, פרעסט ווייניגער און די טוילעט וועט זיין אסאך קערצער, פון א האלבע שעה קען עס ווערען צי א מינוט ממש.

מיט נעמען א גלעזעל וואסער אין טוילעט
אין די אשכול פון "אכשר דרא" האט מען דן געווען די לעצטע טעג איבער דעם נושא viewtopic.php?p=204968#p204968 פון מיט נעמען וואסער אין טוילעט, און דער עולם ווינדערט זיך פארוואס דער גוי נעמט דאס נישט מיט,
די אמת איז אז דער גוי דארף טאקע נישט האבען קיין ריכטיגע גוף נקי צים לערנען אין דאווענען, אבער פארט זענען זיי נישט קיין חזירים (עכ"פ נישט אלע) און די סיבה פארוואס די וועסט קיינמאל נישט זען א גוי זיך שלעפען מיט וואסער איז ווייל ער עסט זיך נישט אן ביי וואכטנאכטס און טי פארטיס כדלעיל.....
אווערנייט קיגעל איז א סגולה פאר פראבלעמען מיטען זיך אינטערווישען.

האלטען ריין דער טוילעט
דאס איז א נושא וואס האט דוקא מיט אונז, ביי גויים איז דאס אויך נישט אזוי איי איי איי, אבער געווענליך נאר ביי שווארצע שמיציגע חברה,
די נושא פון ריינע בית הכסא'ס, האט מיר איינער אמאל געפרעגט אין שיל "זאגט נאר ווי איז די בית הכבוד" זאג איך עם "גייט נאך די גערוך"...
יא ליידער מיר זענען א באנדע חזירים ממש, די טוילעטס זענען אנגעשפריצט און אנגעשמירט ווי משוגע, א פחד און א שרעק ווען מען גייט אריין, מען קען מיינען אז סוסים וחמורים ניצען דאס, פארוואס זאל מען נישט מחנך זיין די קינדער שוין פון די יונגע יארען אז מען מיז אכטינג געבען נישט צי דארעך ווייקען די גאנצע טוילעט ווען מען איז מטיל מים?
זאג עם, הייב אויף די זיצער, און נאכדעם עפען געהעריג דיינע הויזען, און מאך זיכער אז עס זאל זיך נישט פארהאנקענען ערגעץ ווי, און גיי אין טוילעט גראד אריין אין דעם לאך, די לאך איז גענוג גרויס... אזוי שוואך קענט איר צילען?
טראכט אז באלד קימט א צווייטער נאך דיר, און פארוואס מיז ער זיצען אין דיין מי רגליים??? למה??? גרוילהאפטיגקייט!
עס איז בכלל נישט שווער צי טרענירען קינדער צי דעם, זייער א גרינגע זאך, און יעדע טאטע מאמע איז מחויב דאס צי לערנען פאר די קינדער, ביי מיר אין שטוב געב איך כמעט נישט קיין פעטש, אבער די קינדער ווייסען אז אויב שפריצט איינער אן א טוילעט וועט ער כאפען גוטע פעטש פון מיר!
די זעלבע איז מיט די אנדערע חלק טוילעט, פארוואס מיז עס ווערען אנגעשמירט? למה? ווי שווער איז זיך אביסעל צי בעהעיווען ווי א מענטש? הא?
חברה, לאמיר אנהייבן רעדן פון דעם מער! עס איז נישט נארמאל וואס גייט פאר!

נאכדעם זענען רוב טוילעטס פארשטאפט מיט א ים מיט טישו'ס, אז מען ניצט א האלבע ראל אויף אמאל ווערט די טוילעט פארשטאפט,
די עצה: ניץ ווייניג, און נאך יעדע ביסעל פעיפער "פלאש" אראפ, מיסט נישט ווארטען ביז די טוילעט איז פול על גדותיו צי קענען פלאשען, שפאר נישט קיין וואסער, פלאש נאך יעדע צוויי טישו'ס

די גערוך
איינע פון די קינצען צי האלטען די גערוך אביסעלע אינטער קאנטראל איז, צי פלאשען גלייך נאכן לאזן פאלן די ערשטע באמבע, ווארט נישט ביז נאכען זיך אפווישען, נאר פלאש גלייך! מען קען זיך ווישען נאכדעם אויך, און אזוי שטינקט עס נישט אן די גאנצע מענטשהייט, פשוט שפאר די גרוך און נישט די וואסער.
טראכט אז נעבען דיר פון ביידע זייטען זיצען נאך אירע, און זיי ברויכען נישט שמעקען דיינע סחורה, האסט אראפ געשיקט אביסעל? פלאש, קענסט פלאשען אפילו בין גברא לגברא והמבין יבין, מען מיז אפילו נישט ווארטען ביז ווען מען האט אינגאנצען מסיים געווען!
די זעלבע דארף מען שטרענג אויסלערנען קינדער אז אויב שפירט מען אז מען דארף "נפחענען" זאל מען זיך פירען מענטשלעך און גיין פייפען ווי מענטשען דרייען זיך נישט, און טי דאס אויך אין שטיב, עס איז מוצאי? די מלאכים זינגען שירה? זינג מיט זיי אפען פארטש! יא מאך התבודדות! נישט דיין זין און נישט דיין טאכטער, נישט דיין איידעם און נישט דיין שניר דארף הערען און שמעקען די שירה!
תכלעס, ווער עס האט וואס צי מוסיף זיין איז מכובד!

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:37 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק האט געשריבן:טראכט אז באלד קימט א צווייטער נאך דיר, און פארוואס מיז ער זיצען אין דיין מי רגליים??? למה??? גרוילהאפטיגקייט!!

נישטא ביי מיר אזא זאך ווי זיך ארויפזעצן אין א פובליק ביהכ"ס אן גוט אפרייניגען דעם ברעטל בעפאר. עס איז וויכטיג פאר יעדן סיי אלס מענטשליכקייט און סיי צוליב היגעניע/ריינקייט.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האב אין מיין חלום אמאל גע'דמיונ'ט פון אן איידיע א ביהמ"ד מיט מעמבערס וואו יעדער האט זיין ''פובליק ביסקיסע'', ס'קומט מיט א נומבער שלאס, יעדער רייניגט אליינס און קויפט זיך טישוס אליינס. נאכדעם א פאר פאבליק ביסקיסעס פאר אנדערע נישט שטענדיגע מתפללים. ס'וועט זיין א דורכברוך אויב מ'קען דאס אויספירן

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:58 pm
דורך טיטאניק
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האב אין מיין חלום אמאל גע'דמיונ'ט פון אן איידיע א ביהמ"ד מיט מעמבערס וואו יעדער האט זיין ''פובליק ביסקיסע'', ס'קומט מיט א נומבער שלאס, יעדער רייניגט אליינס און קויפט זיך טישוס אליינס. נאכדעם א פאר פאבליק ביסקיסעס פאר אנדערע נישט שטענדיגע מתפללים. ס'וועט זיין א דורכברוך אויב מ'קען דאס אויספירן

ריזיגער רעיון
די זעלבע קען זיין מיט מקוואות אויך, דאכט זעך אז איך האב שוין אמאל געהערט פון אזא רעיון

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
איך געדענק עפעס א משנה ברורה וואס איז מתיר צו נפח'נען ברבים מען איז נישט עובר אויף בל תשקצו

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 1:45 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האב אין מיין חלום אמאל גע'דמיונ'ט פון אן איידיע א ביהמ"ד מיט מעמבערס וואו יעדער האט זיין ''פובליק ביסקיסע'', ס'קומט מיט א נומבער שלאס, יעדער רייניגט אליינס און קויפט זיך טישוס אליינס. נאכדעם א פאר פאבליק ביסקיסעס פאר אנדערע נישט שטענדיגע מתפללים. ס'וועט זיין א דורכברוך אויב מ'קען דאס אויספירן

ביה"כ מיט נומבער לאקס?
וואס איז נאכאמאל נחום'ס נומבער?
היינט נאכט אויפן האטליין "דער צולאסטע פערד ישמאל הכהן, א מעגא חזיר"

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:11 pm
דורך גאלד
וואסי פשט פון די שמולע פובליק טוילעטס מיט האלבע ווענט,
מיר וואלט קיינמאל עולה על הדעת געווען צו דיזיינען אזא זאך,
מ'זיצט ממש לעבן יענעם, מ'הערט יענעמס שווערע אטעמען, ווי ס'קומט בכבידות, כרעדט שוין נישט פון די נפיחות,
קאמאן, אביסל דיגניטי, אונז זעמיר נישט קיין בעלי חיים,

אויך וואסי פשט פון די נארישע ריגלעך אויף די טירן, די צינג ווערט אזוי לויז,
ווי פארשאפט מען אזעלכע צידרייטע ריגלעך
די טיר איז אדער צו ווייט אדער צו נאנט, ס'אגאנצע אפקומעניש צו פשוט פארמאכן א טוילעט,
בכלל איז שווער זיך צו קאנצעטרירן איבער א לויזע שלאס בעת די אפפאל שטייט שוין ביים שוועל,
ס'פשוט רשעות צו לאזן אזעלעכע שלעסער,

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:23 pm
דורך outspoken
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האב אין מיין חלום אמאל גע'דמיונ'ט פון אן איידיע א ביהמ"ד מיט מעמבערס וואו יעדער האט זיין ''פובליק ביסקיסע'', ס'קומט מיט א נומבער שלאס, יעדער רייניגט אליינס און קויפט זיך טישוס אליינס. נאכדעם א פאר פאבליק ביסקיסעס פאר אנדערע נישט שטענדיגע מתפללים. ס'וועט זיין א דורכברוך אויב מ'קען דאס אויספירן

אין פאפא איז דא איינס. אויך סאטמעאר 15 AVE (כ'דענק נישט צו ס'האט א נומבער שלאס אדער די VIP האבן שליסלעך.)

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:24 pm
דורך טיטאניק
ריכטיג האט געשריבן:איך געדענק עפעס א משנה ברורה וואס איז מתיר צו נפח'נען ברבים מען איז נישט עובר אויף בל תשקצו

איך ווייס נישט וואס די זאגסט
ברענג מיר איינער וואס האט ליב דעם גערוך
פוי פעך

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:50 pm
דורך יין שרף
שיין געשריבן, אבער זייער זייער פראסט, מ'קען שרייבן די זעלבע בלשון נקיה.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:53 pm
דורך יין שרף
גאלד האט געשריבן:וואסי פשט פון די שמולע פובליק טוילעטס מיט האלבע ווענט,
מיר וואלט קיינמאל עולה על הדעת געווען צו דיזיינען אזא זאך,

אזוי קען מען זעהן אויב ס'איז דא צוויי פיס אדער פיר! והמבין יבין.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 2:58 pm
דורך לית דין בר נש
outspoken האט געשריבן:אויך סאטמעאר 15 AVE (כ'דענק נישט צו ס'האט א נומבער שלאס אדער די VIP האבן שליסלעך.)

נישט ריכטיג דאס איז א בית הכסא פאר אלטע אידן ווייל אויף יענע שטאק איז נישט דא קיין ביה"כ בשעת אלע תפילות איז עס אפען און ווער עס וויל קען עס ניצן נאר זיי בעטן מען זאל עס לאזן פאר די זקנים. נאר דוירכן טאג ווען עס איז נישט דא דוירט קיין זקנים ווערט עס פארשפארט.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 3:10 pm
דורך שרייבער
אסאך פון די פראבלעמען פון די ריינקייט אין די ביה"כ האט ווי אזוי מען האט אונז מחנך געווען בעניני קדושה, ואם הלכה היא נקבלו, אבער די שאלה איז מהו ההלכה, האב מיר דא געעפענט א שמועס דערוועגן
viewtopic.php?f=22&t=6580

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 3:56 pm
דורך מ גפני
[tag]טיטאניק[/tag] האסט זייער גוט אראפגעלייגט דיין ארטיקל, איין זאך האסטו פארגעסן איז דאס אז מאנכע מענטשן קומען אריין אין פובליק ביה"כ מיט א גרויס געיעג זיי פאנטשן אויף דעם טיר טראסקענען אראפ דאס ברעטל וואס דער פריערדיגער האט געלאזט אויפגעהויבן, אלע אנדערע וואס זענען פארטיפט אין לייענען די צעטלעך אדער פארנומען מיט זייערע צרכים ווערן דערציטערט און שפרונגן אויף פון דעם ווילדן געיעג/אויסברוך

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 5:01 pm
דורך איחוד פעלד
און אז מען רעדט שוין, אמאהל איז דער גרודער צו הויך, כ'מיין די גיבסט זיך ארויס? בהצלחה, אבער מאך נישט אזויפיל גערודער!

זאג נאר, ביי דיר אינדערהיים מאכסטו אויך אזויפיל גערודער?

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
ווער וויל מאכן א פי.די.עף. פון די ארטיקלען דא און עס ארונטערווארפן אין אלע בתי כסאות?

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:16 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך האלט נישט אז די ביסט גערעכט מיט דעם אז אונזערע ביה"כ'ס זענען שמוציגער ווי ביי די גוים.

אבער בנוגע דעם ענין פון עים'ן, האב איך אמאל געזעהן די פאלגענדע מודעה אין א ביה"כ

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:41 pm
דורך דריידל
מ'דערציילט אויף איינע פון די באקאנטע פארצייטישע פיגורן, אז מ'האט געהערט ווי ער קרעכצט אין ביה"כ בשעת'ן זיך מכין זיין, אין ער בעט זיך "אוי, כאטשיק א כזית"

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האב אין מיין חלום אמאל גע'דמיונ'ט פון אן איידיע א ביהמ"ד מיט מעמבערס וואו יעדער האט זיין ''פובליק ביסקיסע'', ס'קומט מיט א נומבער שלאס, יעדער רייניגט אליינס און קויפט זיך טישוס אליינס. נאכדעם א פאר פאבליק ביסקיסעס פאר אנדערע נישט שטענדיגע מתפללים. ס'וועט זיין א דורכברוך אויב מ'קען דאס אויספירן

ריזיגער רעיון
די זעלבע קען זיין מיט מקוואות אויך, דאכט זעך אז איך האב שוין אמאל געהערט פון אזא רעיון

ישמעאל הכהן: זייער א גוטער רעיון. אבער ביזדערווייל דארפן מיר אויכעט מאכן א לעיבן. ביז צו די קרעיטשמע דארף מען אויכעט א טרינק בראנפן. איז לאמיר פאלגן טיטאניק'ס עצות. וכל המוסיף מוסיפין לו... :? :lol: :x :P :oops: :roll: ;) :( :o

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק: ייש"כ. פאר אויפמערקזאם מאכן דעם עוילעם איבער די גאר וויכטיגע נושא. איך פערזענליך בין מיך נוהג אפ צו ווישן דעם "ברעיטל" איידער איך זעץ מיך אראפ אחר כבוד. מפני מעשה שהי'.
דו האסט (בליעה"ר) עפעס א מורא'דיגן טאלאנט צו נעמען א לעיבנסוויכטיגן סובדזשעקט, וואס קיינער וויל נישט רעדן דעריבער. און צולייגן עס אויף קליינע טעלערלעך, צוגעזאלצן מיט א ביסל הומאר. ברחל בתך הקטנה. (שיעור נישט געספעלט אנדערש, מיט נקודות.). אזוי אז אפילו דער גרעסטער דומקאפ קען כאפן וואס און וועימען מען מיינט... :? 8-) :lol: :D :) ;) :roll: :P :oops: :o

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
וויליאמסבורגער האט געשריבן:איך האלט נישט אז די ביסט גערעכט מיט דעם אז אונזערע ביה"כ'ס זענען שמוציגער ווי ביי די גוים.

אבער בנוגע דעם ענין פון עים'ן, האב איך אמאל געזעהן די פאלגענדע מודעה אין א ביה"כ

אפשר די, ביי די רעסט עריעס (אויפ'ן טראוועי, למשל.) ווייל דארט האלטן זיי אין איין רייניגן. אבער סתם ביהכ"ס'ס, ווי אין קאורט אדער מאטאר וועהיקל, סרח'ט עס אוועק בגדול... 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :( :o

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:15 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער וויל מאכן א פי.די.עף. פון די ארטיקלען דא און עס ארונטערווארפן אין אלע בתי כסאות?

פעלט נישט אויס, א שאד די פאפיר, דער עולם האט מילא צוויי סעלפאונס איינס פאר "נעשה" א כשרע צי זאגען אז מען טיט ווי די רבנים הייסען
און איינס פאר "נשמע" א אפענע צי קענען זען און הערען אלעס וואס מען וויל
סא דע רעולם ליינט מילא קאווע שטיבעל

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 10:10 am
דורך מ גפני
דריידל האט געשריבן:מ'דערציילט אויף איינע פון די באקאנטע פארצייטישע פיגורן, אז מ'האט געהערט ווי ער קרעכצט אין ביה"כ בשעת'ן זיך מכין זיין, אין ער בעט זיך "אוי, כאטשיק א כזית"

דער "פארצייטישע פיגור" פון וועם דו רעדסט איז א איד פון קרית יואל וואס לעבט שוין נישט, אויף אים פארציילט מען אויך אז ער האט אנגעפרעגט דעם בעל קרית יואל זי"ע אויב ער מעג טרינקן "פלוימען זאפט" (שליוואוויץ) פאר'ן דאווענען ווייל ס'העלפט אים מיט די הכנות...