בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:07 pm
דורך חד גדיא

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
עס גייט ארום א רומער אז דער פאון וועט לכתחילה גיין אויסשליסליך צו AT&T, גענוי ווי דער אייפאון אין די בראשית יארן.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שוין נישט קיין רומער...

דא קען מען זעהן א דעמא אויך עמעזאן וועבסייט
http://www.amazon.com/oc/firephonevideo/

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:33 pm
דורך מצטמק ויפה
:

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:36 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז דאך אזא נארישקייט אז איך קען גארנישט באגרייפן. מען שיסט זיך בידים אין די פוס! זיי שליסן אויס אלע ווערייזאן און ספרינט/טי.מאביל קאסטומערס.
פארוואס זאל זיך עס לוינען פאר א קאמפאני צו טון אזוינס?

מסתמא ווייסן זיי וואס איך ווייס, און זיי האבן זיכער א וואליד סיבה צו וואס זיי טוען עס. אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבן.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:17 pm
דורך שמערל
איך ווייס נישט די סיבה, אבער ווען די איי פאון איז ארויסגעקומען איז עס אויך נאר געווען אויף AT&T

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 9:13 pm
דורך petergrifin
איך מיין סאיז וועגן די איינע קעריער צאלט אסאך געלט עס צו
האבן עסקלוסווילי און גאראנטירען צו רוקען א גוויסע סכום.
שפעטער נאך עטליכע חדשים פארקויפען עס די אנדערע קעריערס.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:11 pm
דורך ונבנתה העיר
דיסאפוינטעד.

די ספעקס/הארדווער איז א געלעכטער קעגן די לייבן אינעם זעלבן פרייס-רעינדש, און איך זעה נישט די גרויסע גליק אין אביסלע כמו 3D אפעקטס (קיין 3D מאוויס קען מען נישט זעהן אויף איהר, אויב איך פארשטיי גוט).

זיי פראבירן עס צו באצוקערן מיט בחינם'דיגע קלאוד סטארעדש פאר בילדער און (לעת עתה) א יאהר פון פריים, אבער נישט דאס האט די פסוק געמיינט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:58 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס זאגסטו א געלעכטער? עס האט א טאפ-נאטש פראסעסאר און HD סקרין.
עם איי מיסינג סאמטינג?

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:42 pm
דורך געפילטע פיש
די Mayday לייוו אן סקרין סאפארט איז א גרויסע מעלה פאר די וואס זענען נישט טעק סעווי, אדער איינזאמע מענטשען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:33 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס זאגסטו א געלעכטער? עס האט א טאפ-נאטש פראסעסאר און HD סקרין.
עם איי מיסינג סאמטינג?

די פראסעסאר איז טאקע נישט שלעכט, אבער עס איז נאכאלץ א 2.2 קעגן 2.5 אין די S5, די סקרין איז אביסל אויף די קלענערע זייט פאר ענדרויד חסידים, און די HD באשטייט ס"ה פון 720p וואס וואלט גוט געפאסט פאר א מיד-רעינדש פאון.

ווער רעדט נאך פונעם אויסזעהן, אפגערעדט לגבי דעם מעטאלענעם htc m8 (מיט זיינע ספיקערס), אבער אפי' לגבי דעם S5 זעהט עס אויס נענטער צו א פראטאטייפ ווי צו א היי-ענד פאון.

בעיקר איז אבער יצא קצפי אז איך זעה נאכנישט די גרויסע גליק אויף וועלכע די חכמי אמאזאן האבן געארבעט יאהרן, און וואס מאכט זיי טראכטן אז זיי קענען אנקומען לאחר המעשה און נעמען א שיינע פארציע ווען זיי זענען גארנישט מחדש.

די htc one m8:

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:16 pm
דורך שמערל
געפילטע פיש האט געשריבן:די Mayday לייוו אן סקרין סאפארט איז א גרויסע מעלה פאר די וואס זענען נישט טעק סעווי, אדער איינזאמע מענטשען.

צו וועם פונקטליך צילן זיי, צו איינער וואס האט שוין א איי פאון און קען זיך נישט אויס דערמיט? איז דען דא אזא זאך בכלל?

אויב רעדט מען פון איינעם וואס האט נאך א פליפ פאון, אזא איינער ווייסטאך ניטאמאל וואס עמעזאן איז, ער מיינט נאך אז ביכער קויפט מען אין א בארניס ענד נאבעל געשעפט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:21 pm
דורך געפילטע פיש
צו זיידעס און באבעס וואס האבן נאך פליפ פאונס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:27 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, עס איז יא 1080 HD, נישט 720.

---

טעיתי. ונבנתה איז גערעכט. 720 איט איז.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
ווי גייט די 3D פיטשער צונוצקימען? און פארוואס קען מען נישט זעהן 3D מאוויס?

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:59 am
דורך געפילטע פיש
ס'קען צונוץ קומען סתם מיט די עכטקייט פונעם סקרין, מ'קען בויען געימס אויף דעם, עפפס, וכדו'. ס'איז נישט עכט 3D, מיט עכט מיין איך אז ביידע אויגן זעען די זעלבע זאך, ס'איז נאר סימיולעיטעד 3D ווייל מ'מיינט אז די זאך אינעם סקרין האט depth of field וויבאלד די זאכן פון פארנט רוקן זיך שנעלער ווי די זאכן אין די הונטערגרונד. משא"כ 3D מאוויס באשטייט פון צוויי עקסטערע טרעקס וואס איינס זעט די רעכטע אויג, און די צווייטע זעט די לינקע אויג.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:33 am
דורך שמעקעדיג
[left]The 4.7-inch, 720p display is on the small side for flagship phones, but Amazon stressed the importance of one-handed usability. Amazon reps said that the majority of users wouldn't be able to tell the difference between 720p and 1080p at this size, and the sacrifices in terms of battery life weren't worth it. Instead Amazon worked on creating a high-quality 720p panel with a wide viewing angle and exceedingly bright maximum brightness setting[/left]

www.pcmag.com/article2/0,2817,2459720,00.asp

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:17 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:03 am
דורך ונבנתה העיר
עס קומט אריין די פרייליכע נייעס אז אין די צייט וואס עפל\סעמסאנג פארקויפן מיליאנען טעלעפאונס אין זייער ערשטע וואך האט עמעזאן נישט באוויזן צו פארקויפן אין א גאנצע חודש מער ווי 35 טויזענט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:01 am
דורך שמעקעדיג
לשמחה מה זו עושה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:30 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
די עמעזאן טעלעפאן איז א היפשע דורעכפאל. עמעזאן האט היינט געמאלדען אז זיי לאזן אראפ די פרייז פון 199 דאללער צו 99 סענט!!
http://online.wsj.com/articles/amazon-t ... 1410191420

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
די מארעל אף די סטארי, הער אויף פרובירן אריינכאפן די גאנצע וועלט! פאקוס אויף וואס עס גייט, און פארבעסער דארט די סערוויס מיט די פרייזן.