בלאט 1 פון 2

מיין חשבון הנפש אין זיין Judgmental

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 6:21 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]פאר א וואך צוריק איז נסתלק געווארן יואלי בראך (Joel Brach).

ביי די לויה האט מען געהערט הספדים פון קרוב צו צוויי שעה איבער דעם פערזאן. איך בין געבליבן געפלעפט. איך בין געוועהן אינוואלווד אין עטליכע פראיעקטן וואס יואלי איז געוועהן אינוואלווד. איך האב נישט געהאט צופיל קיין קאנטאקט מיט אים, אבער דאס ביסל וואס איך האב געהאט האט נישט געמאכט קיין ספעציעלע פאזיטיווע רושם אויף מיר. איך האב געמיינט אז מען רעדט פון איינעם וואס האלט זיך וויכטיג אז ער איז נישט משלנו.

אבער ביים לויה האט מען געהערט גאר עפעס אנדערש, אזוי אויך זעהט מען אין די צייטונגען. איך האב גערעדט מיט עטליכע נאהנטע פון אים און פון זיי אויך געהערט אויף אים גאר שיינע זאכן, ממש תסמר שערות ראש.

1. מען פארציילט וויפיל חסד ער מיט זיינע בני בית האבן געטוהן, סיי הכנסת אורחים אויף א גרויסע פארנעם, און סיי טיילן שבת פעקלעך פאר נצרכים. בנוסף לזה פארציילן אסאך אידן וויאזוי ער האט זיי געהאלפן מיט אן הלוואה אדער א נתינה בדרך כבוד.

ר' פינקי וועבער פארציילט אז ער איז מעיד אז איינמאהל ביי א חתונה נאכן טאנצן, איז געווארן א שטיקל סכסוך צווישן די מחותנים בנוגע געלט, בשעת מעשה האט זיך יואלי בראך צאמגעפאקט און אהיים אן ווערן באצאלט. 3 וואכן שפעטער האט דער מחותן געטראפן יואלי און זאגט אים אז ער וויל אים באצאלן, זאגט יואלי וואס הייסט דו געדענקסט נישט אז דו האסט מיר באצאלט מיט קעש? פינקי געדענקט קלאר אז ער איז נישט באצאלט געווארן. כעין זה פארציילט מען אז א גביר האט באשטעלט א גאנצע בענד מיט מוזיקאנטן. יואלי האט אויסגעפינען אז ער האט פאר צוויי וואכן פארלוירן דאס גאנצע, און געבליבן אן עני ואביון מגוזלו. יואלי איז געקומען שפילן און נישט גענומען קיין באצאלט. תיכף נאכן שפילן אהיים אן נעמען קיין געלט.

2. זיין ערליכקייט: ער פלעגט פרעגן יעדע שאלה ביי זיין רב. ער האט זיך געפירט על פי הלכה כפשוטו. מען פלעגט אים זעהן שפעט ביינאכט דאווענען מעריב אין שומר שבת (ד.ה. ער פלעגט נאך א שווערע נאכט פון ארבעט, מקפיד זיין צו דאווענען מיט מנין!) די מתפללים פון זיין שבת ביהמ"ד פארציילן אז ער פלעגט דאווענען ערליך, און נישט שמועסן אינמיטן דאווענען.

3. שמחה: ער פלעגט שטענדיג זיין א בשמחה'דיגע און א מקבל את כל האדם באהבה. מענטשן פארציילן אז כאטש ער איז געוועהן א חולה די לעצטע שטיק צייט, איז ער אלעמאהל געווען בשמחה, פאזאטיוו.

4. ותשחק ליום האחרון: ער איז געוועהן בדעה צלולה ביז די לעצטע מינוט. זיין שוועסטער האט אים אונטערגעהאלטן די לעצטע שבת אויף א שפאציר בביתו. אינמיטן האט ער געזאגט they came to take me. האט זי געזאגט, וואס? האט ער איבערגעזאגט. האט זי געפרעגט וואס זאל איך טוהן? האט ער געזאגט put me down here. האט זי געזאגט אז זי גייט אים לייגן אויף די couch. גייענדיג האט ער געזאגט דעם פסוק שמע ישראל וכו', ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און נפטר געווארן!

בד"ה.
יהא זכרו ברוך.

אין די לעצטע עטליכע יאהר ארבעט איך אויף מיר בענין נישט זיין Judgmental. אבער דא האב איך געכאפט אזא פראסק! מה נאמר ומה נדבר, די מרחק פון מיין impression, ביז וואס ער איז געוועהן איז כרחוק מזרח ממערב. זעהט אויס אז איך האב נאך אסאך צו ארבעטן אויף דער נושא. איך האב איבער געשמועסט מיט א ידיד טוב בענין זה מיט א התפעלות, זאגט ער אז ס'איז נישט גוט צו רעדן וועגן דעם ווייל אנדערע וועלן אויך ווילן האבן אזא לייף סטייל. זאג איך סאו וואס איז, אויב איז דער לייף סטייל אזא גוטע לייף סטייל go ahead. ווילאנג ביסט ערליך און א גוטער ליבליכער מענטש, וואס איז א חילוק וואספארא לייף סטייל דו לעבסט אין.

מיר זענען אלעמאל פארנומען פראטעקטן אונזער מסגרת, ווען יש הרבה לשאול עליו. און ממילא ענדערש זיי א רשע אדער חיה, שלעכטער מענטש, אבער בלייב אין די מסגרת. ניין! עס מעג אמאל ארויסגעברענגט ווערן דעם אמת, דער עיקר איז זיי אן ערליכער איד, א פרייליכער איד, און האב ליב יעדער איד.

איך קען א איד וואס האט לעצטנס מנדב געוועהן א ניר. האט אים renewal געפרעגט צו ער האט א preference צו וועם ער געבט? (ס'דא וואס זענען מקפיד שומר תורה ומצוות, ס'דא וואס זענען מקפיד אז דער מקבל זאל נישט גיין צו בחירות וכו'), האט יענער געענטפערט אז ער וויל דער מקבל זיין א איד וואס איז מאמין אין גאט! פרעגט .... עס מוז נישט זיין א שומר תורה ומצוות? זאגט דער חשובער נותן, וואס האב איך פון א שומר תורה ומצוות, אויב איך בין נישט זיכער אז יענער איז מאמין אין באשעפער!

איך וויל מסיים זיין מיט א מעשה פון יואלי וואס איך האב געזעהן אין אן ארטיקל, אז יואלי האט געהאט עגמת נפש מיט א קאנטראקטאר וואס האט געארבעט אין זיין הויז. האט ער זיך אפגערעדט צו זיינס א פריינט. האט יענער אים געזאגט פארוואס זאגסטו אים גארנישט. האט יואלי געענטפערט: 'ווייל אויב איז ער איד וויל איך אים נישט וויי טוהן, אויב איז ער נישט קיין איד וויל איך נישט מאכן קיין חילול השם'.

נאכאמאל, יהא זכרו ברוך, און די משפחה זאל קענען טרעפן א נחמה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו הקיצו ורננו שוכני עפר.[/justify]

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 7:48 pm
דורך שמעקעדיג
יא, יואלי ע"ה האט געהאט א גאלדן הארץ. מען קען זיך אסאך לערנען פון אים. יהא זכרו ברוך.

בענין האשכול. די וועלט וואלט געווען הונדערט מאל א בעסערע פלאץ ווען מענטשן זאלן נישט זיין דזשאדזשמענטל.
און חרדי'שע אידן וואלטן אויסגעקוקט טויזענט מאל שענער.

קאדוס צו דיר ראש ישיבה, און ברוב ענוותנותי ( :P ) וויל איך נישט זאגן ברבים, אבער יא, איך פרוביר אויך שטארק צו ארבעטן דערויף..... איך האב שוין געשריבן אביסל דערוועגן דא.

הלואי כאטש מיר "קלוגע" ק"ש ליינער זאלן וויסן אז דאס איז די א"ב פון א גוטע חברותא. מיר קענען מאכן די וועלט א בעסער פלאץ עד כמה שידינו מגעת.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 8:07 pm
דורך וויליאמסבורגער
זייער גוט געזאגט ראש ישיבה. איך קען זאגן אז אויך בדידי הוה עובדא, פון מענטשן וואס איך האב נישט געקענט פון די נאנט, און נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך האב זיי ליידער אומבארעכטיגט אפגעשאצט נעגעטיוו.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
צו: ראש הישיבה, שמעקעדיג און וויליאמסבורגער הע"י. איך האב מיך אויסגעלערנט נישט צו זיין "דזשאדזשמענט'ל" פון א מעשה שהי': ביי אינז אין ביהמ"ד האט געדאוונט אן עלטערער איד, וועלכער האט זייער שטארק ליעב געהאט דאס ברעיטל. ביי א יעדע געלעיגנהייט , ווי א מנחה לשבת, מעריב למוצ"ש אדער אנדערע צייטן האט ער אייביג וואלונטירט צו דאווענען פאר'ן עמוד. פארשטייצעך אז דער עוילעם האט זיך גוט אונטערגעשמייכלט. א יעדער האט געזאגט אן אנדערע השערה. איינער האט געזאגט א ווערטל אז ער האלט די יארצייט נאך אלע שוויגער'ס וואס דער שידוך איז נישט געווארן. א צווייטער האט געזאגט עפעס אן אנדערע חכמה. ווען מ'האט איהם אמאל געפרעיגט נאך וועימען ער האלט יארצייט האט ער געענטפערט אין קורצן. "נאך אוישוויץ". נו, האטציך געטון א געלעכטער. און איך. זייענדיג נישט פון די ליצני הדור. אבער פון די ליצני הביהמ"ד. האב געמאכט מטעמים פון דעים ענטפער. זיך גוט אונטערגעלאכט אויף'ן חשבון פון דעים אלטן איד. אבער... ווען ער איז נפטר געווארן, ביי די לויה האט מען פארציילט אז נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט ער אנגעפיהרט א בית יתומים אין פראנקרייך. און ר'האט זיך אונטערגענומען צו האלטן אלע יארצייטן פון די אומגעיקומענע עלטערן פון די יתומים...האביך מיך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט אויסלאכן קיין איין מענטש. אפילו ס'זעהט אויס פאני. מ'קען נישט וויסן וואס פאר א צדיק דער איד איז... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :cry: :( :o

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:44 pm
דורך כוכב
הערליכע ארטיקל.
מיין פערזענליכע מוסר השכל פון דער געשיכטע איז אז העולם הזה דומה לפרוזדור און סשמייכלט נישט צו קיינעם, האט גארנישט צו פארקויפן חוץ אביסל מצות ומעשים טובים א מענטש טוט, ודוק כי 'קיצרתי, והמשכיל יבין וידום.

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 11:44 pm
דורך ונבנתה העיר
זייער שיין, ראש הישיבה, עס איז טאקע פון די זאכן הצריכים תיקון גדול, איך מיין אז אין די וועלט רעכענט זיך דאס פון די בעיסיקס אין מענטשליכקייט.

דער אמת איז אז נישט זיין דזשאדזשמענטל איז נישט נאר ווייל עס שטעלט זיך ארויס אנדערש, דער אמת'ער סוד פון נישט זיין דזשאדזשמענטל איז 'נישט זיין דזשאדזשמענטל' נקודה, אפגעזעהן צו מען האט זיך ריכטיג משער געווען אדער נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:22 am
דורך הדד בן בדד
ועל דא אמרו חז"ל: אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו...

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:24 am
דורך כוכב
הערליכע ארטיקל, וויכטיגע נושא און איך דארף עס זוכן מיט לעכט אויפן צווייטן בלאט פון אקטיווע אשכולות.

עפעס איז יסודות דיג ראנג דא, א מענטש שרייבט זיך אפ א שיין שטיקל און באלד ווערט עס פארשווינדן, א גרויסע עולם קומט עס נישט אמאל אן צו זען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:37 am
דורך outspoken
כ'ליין ראש הישיבה'ס ארטיקל נאכאמאל און נאכאמאל כ'וויל שוין לייקען און קאמענט'ען ווי גוט די ארטיקל איז, אבער כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס ער שרייבט. סארי כ'פיל זייער פארשעמט. אבער לא הביישן למד, אפשר קען איינער קלארער ארויסברענגען די פוינט.

די 2טע חלק וועגן revival , האט דער נדבן זיך דורך געשמוסט מיט א מורה הוראה?

מיר קוקט אויס די גאנצע ארטיקל ווי די רעפארמירטע מהלך, אבער אפשר בין איך Judgmental. בפרט אז אזאלעכע באזעסענע ניקים האבן דאס גע'לייקט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:10 am
דורך כוכב
הכלל, חז"ל האבן שוין אלעס געזאגט אין צוויי ווערטער, אל תדין חבירך און הוי דן לכף זכות.
מיין לעקציע האב איך געהאט פארנדיג אויף א באס און א איד האט גערעדט הויך אויפן טעלעפאן בערך אזוי: אהא זי האט דיך געקושט, אהא און זי האט דיך געהאגט אהא און זי האט דיך געזאגט איי לאוו יו, אהא, און וויאזוי האט זי אויסגעזען, אהא, און וואס האט מען גערעדט, און זי האט דיך אנגעכאפט טייט.
בקיצור דער עולם האט זיך געביסן די נעגל, ער האט גערעדט אויף הויכע טענער, סגעווען דארט בחורים, און מהאט נישט געוואוסט וואס צו טוען.
ביז איין יונגערמאן גיט זיך א שטעל אויף און זאגט אים, ר' איד, אפשר כאפט איר זיך דעם אטעם. און יענער האט אראפגעלייגט די טעלעפאן.
א וואך שפעטער פארציילט מיר איינער וואס איז געזעצן נעבן אים, אז ער האט אים דערציילט אז זיין ווייב איז געשטארבן ער איז אן אלמן און ער מיט די קינדער זענען זייער צעבראכן, זיין טאכטער האט אים אנגערופן אז די מאמי איז איר געקומען אין חלום האט ער אויס געפרעגט די פרטים פונעם חלום, און פאר דעם האט מיר יענער געדארפט פארשעמען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:13 am
דורך [NAMELESS]
דער אלמן זאל מיך מוחל זיין, אבער מיט מיין גאנצע דרך ארץ אין סימפעטי, וואס האט ער געטראכט?? מ'קען נישט אזוי רעדן אויף א באס!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:22 am
דורך כוכב
גערעכט, דער אלמן איז נעבעך נישט מיט אלעמען, און א גרויסע שוטה משוטה, אבער למעשה איז עס געווען א גוטע לעקציע אין הלכות דן זיין לכף זכות ווען מ'האט געמיינט ער רעדט ווייס איך וואך און סך הכל האט ער געפיסקעט שטותים וואס אנדערע דארפן נישט הערן, און מפארשעמט נישט אזוי שנעל א מענטש און זיכער נישט ברבים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:26 am
דורך outspoken
ער האט געטראכט פון 3 זאכען ,זיין טאכטער,זיין טאכטער און זיין טאכטער, די לעצטע זאך וואס ער האט געטראכט איז, ווי אזוי די האלבע שמועס קוקט אויס פאר זיינע שכנים. כ'האב אמאל מיטגעהאלטען אזא מצב ל''ע , ס'שרעקליך
.אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו...

נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:18 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:הכלל, חז"ל האבן שוין אלעס געזאגט אין צוויי ווערטער, אל תדין חבירך און הוי דן לכף זכות.
מיין לעקציע האב איך געהאט פארנדיג אויף א באס און א איד האט גערעדט הויך אויפן טעלעפאן בערך אזוי: אהא זי האט דיך געקושט, אהא און זי האט דיך געהאגט אהא און זי האט דיך געזאגט איי לאוו יו, אהא, און וויאזוי האט זי אויסגעזען, אהא, און וואס האט מען גערעדט, און זי האט דיך אנגעכאפט טייט.
בקיצור דער עולם האט זיך געביסן די נעגל, ער האט גערעדט אויף הויכע טענער, סגעווען דארט בחורים, און מהאט נישט געוואוסט וואס צו טוען.
ביז איין יונגערמאן גיט זיך א שטעל אויף און זאגט אים, ר' איד, אפשר כאפט איר זיך דעם אטעם. און יענער האט אראפגעלייגט די טעלעפאן.
א וואך שפעטער פארציילט מיר איינער וואס איז געזעצן נעבן אים, אז ער האט אים דערציילט אז זיין ווייב איז געשטארבן ער איז אן אלמן און ער מיט די קינדער זענען זייער צעבראכן, זיין טאכטער האט אים אנגערופן אז די מאמי איז איר געקומען אין חלום האט ער אויס געפרעגט די פרטים פונעם חלום, און פאר דעם האט מיר יענער געדארפט פארשעמען?

כוכב: ייש"כ. די "משפחה" מעגעזין אויף די שפה הטמאה, עברית ר"ל, ברענגט זייער אן אינטרעסאנטע מעשה מיט א מוסר השכל. דער דערציילער פון די מעשה ארבעט פאר א מוסד וועלכער העלפט ארויס משפחות וואס פארפלאנטערן זיך אין חובות און אנדערע פראבלעמען, אין גאנץ ארץ ישראל. איין טאג באקומט ער פון זיין אפיס א נאמען פון א משפחה מיט אן אדרעס אין א קליין שטעיטל ווייט פון די גרויסע ישובים. ער אליינס האט נישט קיין אייגענע קאר. ער נוצט פאבליק טראנספארטאציע צו פארן צו די אלע קליענטן פאר וועים מ'דארף צו העלפן. איז ער געפארן מיט א "שירות" ווען צו יענע שטאט. אינמיטן וועיג, ווען ער האט געהאלטן אין רעדן מיט זיין אפיס איבער אלע פרטים וואס מ'דארף צו טון. וויאזוי צו העלפן יענע משפחה. פארנט פון איהם איז געזעצן א איד וועלכער האט זיך פלוצלינג אויסגעדרייט צו איהם און גוט אנגעזידלט פארוואס ער האלט אין איין רעדן און שטערט די מנוחה פון די אנדערע מענטשן. ער (דער עסקן) האט זיך אנטשולדיגט און אנגעהויבן רעדן (צו זיין אפיס) זייער שטיל. נישט וועלנדיג אויפרעיגן יענעם איד. נאר פלוצלינג, ווען ער האט גערופן די נומער פון יענע משפחה האט זיך איהם געדאכט אז ער הערט א ווידער-קול. ער הערט יענע מענטש ענטפערן. און אויך הערט ער איהם אויפן טעלעפאן. און יענער מענטש האט אויכעט געהערט א ווידער-קול. ער דרייט זיך אויס און זעהט אז דער מענטש, וועים ער האט פריער אזוי שטארק אנגעזידלט איז גאר דער מענטש וועלכער איז געקומען איהם צו העלפן. פארשטייט זיך אז ער האט זיך זייער שטארק געשעמט און האט זיך אנגעהויבן פארענטפערן... דער איד האט איהם מוחל געוועין. אבער ער פארציילט די מעשה אז מ'זאל זיך אראפלערנען פון דעים נישט צו דן זיין יענעם... :? 8-) :roll: :x :oops: :oops: :oops: :( :cry: :o

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער בית מדרש פון הרב וועלץ אויף Ave I, בויעט א מקוה לזכרון פון ר' יואל בראך ז"ל.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:16 am
דורך ישמעאל הכהן
ערגעץ אין די טעג איז די יארצייט

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:22 am
דורך ישמעאל הכהן
זיין אינגל

IMG-20150519-WA0069.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 4:26 am
דורך שבת אחים
אוי וויי ס׳רייסט דאס הארץ ! כ׳קען נישט קוקן אויף די בילד !

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:30 am
דורך קאווע טרינקער
גוט געזאגט [tag]ראש הישיבה[/tag], הלוואי אויף מיר געזאגט. = הלוואי זאלן מענטשן נישט זיין אזוי judgmental אויף מיר.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:46 pm
דורך דער דאס
היינט איז די יארצייט.

תנצב"ה

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:33 pm
דורך כוכב
יהא זכרו ברוך און נאכאמאל א גרויסן ישר כח ראש ישיבה ז"ל פאר דעם שיינעם eulogy און רירנדער מוסר השכל.
די וועלט זאגט אחרי מות, קדושים! אז נאך א מענטשנ'ס טויט פארגינט זיך יעדער צו זאגן אז ער איז הייליג.
ס'ליגט אבער אן אמת אין זיך. וויאזוי איך בין געווייערד און וויאזוי רוב מענטשן זענען געווייערד איז צו קוקן אויף אנדערע מיט נעגעטיוויטי און אן עין רע און זוכן חסרונות. ס'איז א נסיון אויף וועלכע מ'דארף ארבעטן. נאך וואס א מענטש לעבט שוין נישט דעמאלט פארגינט מען אים און פלוצלונג הויבט מען אן זען, אויף אן אמת, ווי יעדע אידיש קינד איז געבענטשט מיט אזויפיל מעלות טובות און איז פול מיט גוטס און שיינע נקודות פון וועלכע מ'קען זיך אפלערנען.
דערפאר, לערנט אונז רבי אלימלך אויס צו בעטן, שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם, יעדער מענטש האט חסרונות און ס'איז בכלל נישט קיין קונץ דאס אפירצוזוכן, ס'איז טייל פון דער בריאה, יעדער יומען ביאינג איז deeply flawed, אזוי קומט עס, כי אין צדיק בארץ אשר יעשה הטוב ולא יחטא, אבער פארוואס קוקן אויף די חסרונות ווען ס'איז דא אזויפיל הערליכע און שיינע מעלות צו זען, און דאס איז יעדער איד באשר הוא שם, נישט קיין חילוק צי ער טראגט האלבע שיך אדער נייקי שיך מיט א גרויסע ווייסע טשעק דערויף.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 1:35 am
דורך יודישע שרייבער
ארויף געברענגט לע"נ דוצי שנעבאלג און משי הערצאג, ת.נ.צ.ב.ה.

די געדאנק פונעם [tag]ראש ישיבה[/tag] קען געניצט ווערן אויף זיי אויך...

אוי טוט עס וויי ווען מען הערט ווי א טאטע פון א נפטר (וואס האט קיין גרויסע נחת פון זיין זוהן אפיציעל נישט געזען, בחייו) וויינט און קרעכצט: מיין זוהן האט זיך באהאלטן פון מיר, איך האב נישט געוויסט ווער ער איז געווען!

ס'דא א באקאנט ווארט אויף די סדר הפרשיות אחרי מות, קדושים אמור, נאך וואס איינער שטארבט זאגט מען אז ער איז געווען א קדוש, שרייט זיך ארויס: למה! פארוואס טאקע?! דארפסט נישט זאגן קיין איין ווארט ליגענט (בחייו, און אוודאי נישט אחרי מותו וואס איז נישט קיין טובה פאר די נשמה...) אבער נעם א אמת'ע נקודה טובה וואס ער האט און זאג עס פאר זיין טאטע, קענסט נישט זיין טאטע? זאג עס פאר א אנדערע קרוב, ס'וועט שוין אנקומען ווי ס'דארף... זאג עס פאר אים אליינס, יעדער יוד קען ניצן עפעס חיזוק, א גוט ווארט, א שמייכל וכו' און אוודאי וכל שכן וקל וחומר איינער וואס האט אביסל געגליטשט, זיך גע'גט, נישט געקענט זעהן זיין קינד, נישט געהאט קיין קינדער, אריבער א שווערע פיינפולע מחלה אדער סיי וועלכע שוועריקייט...

נאך 27/28 יאר פון עגמת נפש און צער גידול בנים און נאכדעם וואס דער זוהן איז שוין אוועק האבן מענטשן געהאט שכל צו רעדן צום טאטן גוטס אויף זיין קינד, זייער שיין און וואויל, כאטש דאס, אבער רבי יוד: ווי זענט איר געווען ביז יעצט? ביז יעצט האט די מעלה נישט עקזעסטירט? די מעלה/מעשה וואס די פארציילסט יעצט איז געבוירן ערשט נאך זיין שטארבן?

ניין, ניין און נאכאמאל ניין! עס איז אלץ דא געווען אבער איר האט עס נישט באמערקט, אדער יא באמערקט אבער נישט באטראכט און צוגעלייגט קאפ דערצו... אנשטאט האט איר באטראכט די געשטיצטע בארד, נישט היימישע לבוש וכו' אנשטאטס צו באטראכטן זיין פנימיות... ביז יעצט האסטו נישט געזעהן און אנערקענט אין זיינע מעלות האסטו נישט געקענט רעדן דערפון, וואלסטו ווען געזעהן זיינע מעלות צעהן יאר צוריק וואלסטו עס שוין דעמאלטס געזאגט...

אוי! די כח פון א גוט בליק! די כח פון א גוט ווארט!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
האב איך נעכטן געזען א טרעפליך ווארט, מיר מיינען אז עס זענען דא מענטשן וועלכע זענען דזשאזשמענטאל און עס זענען דא וואס נישט, אבער אין אמת'ן אריין זענען מיר אלע במושכל ראשון דזשאזשמענטאל, דער דיפרענץ איז אונזערע אקטן וואס מיר טוען נאכדעם וואס מיר דזשאדזשן.