בלאט 1 פון 3
נעמן בירט קאנטראל צוליב א שוועסטער'ס חתונה
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:13 pm
דורך הרב_שלום
מיין ווייב גייט זיך טונקען די וואך אבער פון די אנדרע זייט איז איהר שוועסטער א כלה און די חתונה האט מען קובע געווען אויף חודש אדר הבעל"ט
יעצט איז מיין שאלה מעג מיין ווייב נעמן בירט קאנטראל צוליב דעם אז זי קענען אנטייל נעמען אין איהר שוועסטער'ס חתונה
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:49 pm
דורך פארוואס?
מותר לך, מותר לך, מותר לך.
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:57 pm
דורך ארטיסט
פרעג א לאקאלע מורה הוראה. דא אויף ק״ש וועסטו א לעגעטימע היתר נישט קריגן.
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 11:16 pm
דורך געפילטע פיש
און ביי קיין לאקאלער מורה הוראה וועט ער קיין 'לעגיטימער' איסור אויך נישט באקומען.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:09 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע ביטע זיי מסביר, ייש"כ
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 1:43 am
דורך געפילטע פיש
אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 9:33 am
דורך מ גפני
די איסור פון נעמען ב"ק אן רשות פון א "לאקאלע מורה הוראה" איז אז דו האלטסט אפ זיין BONUS...
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 10:33 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
עס קען זיין ביטול מצות עשה אויב מ'נעמט אן אז א פרוי איז מצווה אויף שבת יצרה, און בידיעת בעלה קען עס זיין ביטול פו"ר אדער לערב אל תנח.
אויב סירוס זמני הייסט סירוס קען זיין דער פראבלעם אויך.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 am
דורך הרב_שלום
@ריכטיג מיין ציהל איז נישט צו האבן א ליידיגע שטוב איך וויל האבן א פילע שטוב אזוי יעדע אידישע טאטע און מאמע
מיין שאלה איז נאר פון צו ווארטן נאך א חודש אנשטאט האבן אדר וויל איך האבן אייר
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:58 am
דורך משולם שטיינפעלד
ביטול מצוות עשה איז אפילו מען טוט עס שפעטער.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:13 pm
דורך כוכב
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
אויף דער איסור פון והיתה משוגע און אראפגיין פון זינען און זיין א נותן זרעו למולך זיי מפקיר זיין, און אויף דער מצוה פון ווערן א נצרך לבריאות.
די גמרא פסקנט אז לב יודע מרת נפשו און ממעג מחלל שבת זיין פאר א חולה על סמך דבריו, אפילו קעגן א דאקטאר.
גאטניו אין הימל, וואס ווייסט דער דיין, ער ווייסט דיין פינאנציעלע צושטאנד, דיין ווייבס נערוון, דיין פיצעלע דירה וואס האט נישט פלאץ פאר נאך א נאדל ווער רעדט פון א מענטש, דיין אפגעריסענע ארבעט פאר א מאגערע טשעקל, דיינע שרעקעדיגע גראסערי בילס, דיינע אויפגעבלאזענע שכר לימוד הוצאות, דיין פרויס צעשרויפטע הארמאנען, אירע שווערע לידות, אירע צעקראכענע ימי עיבור ווען דער מאן באקומט בעיסיקלי גארנישט, די וואכנאכטס מיט וויינעדיגע בעיביס, די ביטערע חתונה הוצאות וואס מדעקט נישט נאך דריי טי פארטיס, פיר הלואות, און א חתונה פאליסי, לב יודע מרת נפשו, א מענטש איז דער וואס דארף אפמאכן אויב ער קען דערהייבן נאך און אויב נישט איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן הארגענען, די מצוה דרבנן פון לשבת איז נישט ביהרוג ועל יעבור.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:47 pm
דורך געפילטע פיש
ריכטיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
עס קען זיין ביטול מצות עשה אויב מ'נעמט אן אז א פרוי איז מצווה אויף שבת יצרה, און בידיעת בעלה קען עס זיין ביטול פו"ר אדער לערב אל תנח.
אויב סירוס זמני הייסט סירוס קען זיין דער פראבלעם אויך.
לא תוהו איז א מצוה מד"ס נישט קיין חיוב, ווי אויך קען עס נישט זיין שטערקער ווי מצות פרו ורבו וואס מ'איז יוצא בבן ובת. ביטול פו"ר איז נישט אויב מ'קען נישט יעצט אדער מ'ווארט צו ביז ס'איז באקוועמער, און לערב אל תנח איז נאר אויב מ'פלאנט מער קיינמאל נישט צו האבן מער קינדער, אויב פלאנט מען צו האבן אין אפאר יאר איז עס נישט אל תנח. חוץ מזה וואס לערב אל תנח איז אויך נישט קיין חיוב.
סירוס אפילו לעולם פאר א פרוי פאר זיך אליינס איז נישט קיין איסור, און זיכער נישט על ידי סם, נאר סירוס בידים, וואס פון דעם רעדט מען נישט דא. ווי אויך איז סירוס כדי למנוע צער לידה אויך נישט קיין איסור. און ב"ק איז ווייט נישט קיין סירוס, ווייל אויב יא וועל איך דיר זאגן אז משמשת במוך איז אויך סירוס זמני, ווי אויך גיין אנגעטוהן, וואס בשעת מ'גייט אנגעטוהן קען מען נישט מקיים זיין די מצוה.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
סירוס למנוע צער לידה איז דוכט זיך פאראן א תשובת חת"ס ווי ער איז מתיר.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:16 pm
דורך יתרו
הרב_שלום האט געשריבן:@ריכטיג מיין ציהל איז נישט צו האבן א ליידיגע שטוב איך וויל האבן א פילע שטוב אזוי יעדע אידישע טאטע און מאמע
מיין שאלה איז נאר פון צו ווארטן נאך א חודש אנשטאט האבן אדר וויל איך האבן אייר
אדער ליידיג אדער פיל? האו עבאט א נארמאלע שטוב נישט צו ליידיג און נישט צו פיל נאר עפעס ערגעץ אינדערמיט ?
ומכאן הקריאה יוצאת: אינגעלייט הערטס אויף צו זיין ביזי אנפילן די שטוב זוכטס עפעס ביליגער אנצופילען די צייט.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:45 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:סירוס למנוע צער לידה איז דוכט זיך פאראן א תשובת חת"ס ווי ער איז מתיר.
וואס, דו מיינסט אז די פסקים האב ארויסגעזויגן פון פינגער? ס'דא תשובות אויף אלע זאכן וואס כ'האב דא געשריבן.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
עס קען זיין ביטול מצות עשה אויב מ'נעמט אן אז א פרוי איז מצווה אויף שבת יצרה, און בידיעת בעלה קען עס זיין ביטול פו"ר אדער לערב אל תנח.
אויב סירוס זמני הייסט סירוס קען זיין דער פראבלעם אויך.
לא תוהו איז א מצוה מד"ס נישט קיין חיוב, ווי אויך קען עס נישט זיין שטערקער ווי מצות פרו ורבו וואס מ'איז יוצא בבן ובת. ביטול פו"ר איז נישט אויב מ'קען נישט יעצט אדער מ'ווארט צו ביז ס'איז באקוועמער, און לערב אל תנח איז נאר אויב מ'פלאנט מער קיינמאל נישט צו האבן מער קינדער, אויב פלאנט מען צו האבן אין אפאר יאר איז עס נישט אל תנח. חוץ מזה וואס לערב אל תנח איז אויך נישט קיין חיוב.
סירוס אפילו לעולם פאר א פרוי פאר זיך אליינס איז נישט קיין איסור, און זיכער נישט על ידי סם, נאר סירוס בידים, וואס פון דעם רעדט מען נישט דא. ווי אויך איז סירוס כדי למנוע צער לידה אויך נישט קיין איסור. און ב"ק איז ווייט נישט קיין סירוס, ווייל אויב יא וועל איך דיר זאגן אז משמשת במוך איז אויך סירוס זמני, ווי אויך גיין אנגעטוהן, וואס בשעת מ'גייט אנגעטוהן קען מען נישט מקיים זיין די מצוה.
1-עובר זיין אויף ד"ס איז א לעגעטימע איסור
2-דיין צושטעל שבת צו פו"ר איז נישט ריכטיג
3-דיין פשט אין לערב אל תנח איז מיר א חידוש ביטע אויב דו קענסט עס מבסס זיין
4-איך געדענק א מחלוקת צו סירוס אשה איז מדאורייתא אדער מדרבנן עכ"פ אין שו"ע געדענק איך ווערט גע'פסק'נט אז ס'איז אסור
5-דיין חילוק פון סם און בידים קען מען דן זיין, איך ווייס נישט
6-הרב שלום'ס פאל איז נישט קיין צער לידה
7-כ'האף אז דו פארשטייסט אז ב"ק איז א שינוי בסדרי הגוף, און איז ווייט נישט קיין צושטעל צו א חיצונית'דיגע אפהאלט
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:56 pm
דורך יאיר
ריכטיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.
עס קען זיין ביטול מצות עשה אויב מ'נעמט אן אז א פרוי איז מצווה אויף שבת יצרה, און בידיעת בעלה קען עס זיין ביטול פו"ר אדער לערב אל תנח.
אויב סירוס זמני הייסט סירוס קען זיין דער פראבלעם אויך.
קענסט צולייגן: כיבוד אב ואם (שוין דא נייעס? ניין? אפשר דארף מען זיך אונטערזוכן?), ביטול תורה פון דעם עובר במעי אמו, מניעת פרו ורבו פון דעם פאטענציאל עובר וועלכער וועט ווערן אכצן מיט א חודש שפעטער, מניעת פרו ורבו פון דעם עובר'ס קינדער וועלכע וועלן אלע געבוירן ווערן מיט א חודש שפעטער ווי זיי וואלטן געדארפט, ספק פון אפהאלטן די גאולה שלימה על צד דער עובר איז משיח, (ותחיים המתים מן התורה וספיקא דאורייתא לחומרא), ועוד ועוד.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
האלטסט איך דארף דיר ענטפערן?
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 5:58 pm
דורך יאיר
העי, איך העלף דיר ארויס.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 6:02 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דיר געלייקט ווייל איך האלט אז דו ביסט סארקאטיש
ערנסט גערעדט קיין איינס פון דיינע זאכן זענען נישט קיין מצוה, און כיבוד אב ואם איז משל אב נישט משל בן
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 6:04 pm
דורך יאיר
איך האלט ערנסט אז אויב דיינע איסורים זענען א פראבלעם זענען מיינע איסורים די זעלבע פראבלעם. איך זע נישט מיט וואס אפשטופן די מצוה פון פרו ורבו איז אנדערש פון אפשטופן די מצוה פון ושננתם לבניך.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
ושננתם איז נאר ווען דער בן איז שוין דא
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 6:10 pm
דורך יאיר
למעשה, אויב איינער גייט נעמען בירט קאנטראל און מונע זיין פון האבן א זון איז דאס אן ערנסטע שאלה פון זיך מפקיע זיין פון א מצות עשה, וואס ווי באקאנט בעידנא דריתחא שטראפט מען דערויף, אזוי ווי פאר'ן זיך מונע זיין פון אנטון אן ארבע כנפות במקום וואס דאס איז די דיפאולט.