די רייכע/ארימע חתונה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

די רייכע/ארימע חתונה

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

זייט היינט אינדעפרי קוק איך שוין ארויס אויפ די נאכט, וואס איז? כהאב א רייכע גבירישע חתונה, כהער ס'גייט זיין א 10 מען בענד אריין געברענגט א שפילער פון א"י, א זינגער פון לונדון א וואנדער קונד פון יאפאן וגו'. אין ועל כולם צו עסען ווי ביי אחשורוש ביי די סעודה, כ'ווער זייער העפי פון עסען,

כ'קוק ארויס אויפן זייגער, שוין זייט די נאכמיטאג שעהן, כ'ווייס היינט ביי די נאכט גייט מען זיך ענדזוין מיט מיין צד המשפחה וואס זענען מיין קאפ פון טיי,
מהאט מיך שוין אנגערפון צו כאפן א היטש מיט מיר, אקיצור כבין אויפגעלייגט, כ'לאז וויסען מיין ווייב אז זי זאל מיך נישט מאכן טשיקען אין פאטעיטאס פאר נאכטמאל אין זי זאל שוין רופן די בעביסיטטער פון 7 ביז 12.
כ'גיי אהיים פונעם ארבייט א שעה פריער. כ'נעם א שויער מיט א יו"טדיגע שטימונג. כ'טוה זיך אן די עכטע שטריימעל שיינע שיך אין ויסעו, כ'גיי אריין אין קאר צוזאמען מיט מיין רעבעצין כגיי אויף פיקען מיינס א באקאנטע, אין מלאסט זיך ארויס אויפן וועג צום פענסי חתונה, זאל יעדער אין די קאר איז העפי מיט א גוטע שטימונג, כמאך שוין מיין טעלפאון אויף סיילענט, גרייט ווי א סאלדאט.

אנקומענדיג צום זאל זעה איך ס'דא וועלעי פארקינג אזוי ווי ספאסט, כטוה זיך אן די עכטע שטריימעל, כ'פארמאך זיך די אויבערשטע קנעפל, כ'קוק שנעל אין שפיגעל טאמער מיין בארד אין גוט איין דעדרריט טאמער מקען נישט זעהן די בארבי פין, כ'מאך זיכער נישט אריין צו טרעטען מיט די שיינע שיך אין די מאראסט לעבן די סיידוואלק, כ'געב איבער די שליסלעך פארן גוי אין מגייט מיט זיכערע פיס כאילו כ'בין די מחותן אליינס.

כ'זיך מיין קאטעל ביי "ש" אין יאפ שטילע אינגערמאן טיש נומבער 7,
כהער מקומט שוין אריין צום זאל פון די חופה, כ'שעם זוך אביסעל, כבין דא אזוי פרי, כנעם ארויס מיין געלעקסי כאילו כ'בין פארנומען, כ'קוק דורך מיין לאג היסטערי כ'טאנץ ארויף אויף ק"ש כ'אפ א בליק טאמער סאטמער רב איז געווען גרעסער ווי ר' משה אדער נישט, כאילו כגעב יעצט א דעמפ.

שוין אה, יענקי, וואס טו זיך? ווי איז שלום? קום זעצט דיך דא,
בערי: וואס טוט זיך? הערסט וואס גייט פאר מיט מענדי? ער האט נישט קיין פרוטה אבער האט זיך ארויס גענומען די נייע סעבארבען,
שטילע: האהא מיינסט עס ערענסט? אוי ער איז פאריקט אויף כוחות,
שוין כבין טויט הונגריג, נאך נישט געגעסען זייט נעכטכן נאכט כ'בין הונגריג ווי א בער לאמיר זיך געבן א וואש, אקעי קום גיין מיר,
שאו ידיכם..... המוצאי לחם......

בערי: האלא שטילע? פרעס דיך נישט אן מיט דער בילקע, סקומט די א סעודה כדבעיה, ווארט א רגע, זיי גיין שוין סערווירען די פארשפייז, הערסט, מ'גיין דא פרעסען אויף אלע באקען, מ'גגיט מיך מוזן ארויס שלעפן מיט א קרעין,
שטילע: כאכאכא יא יא ביזט גערעכט, מ'גייט דא עסען פאר אלע צייטן, ס'גייט מיך נישט אן טאמער מיין שווער קומט אריין אין זעהט מיך ליגן אין טעלער
אה האלוי? אמיגו? פליז העיר,
הולאי קאוה, וואטס דיס? קוד פיש COD FISH
בערי: שטילע, דאס איז די טייערסטע פיש פארהאן. פרעג נישט איבער, מאכסט דיך אן בושות
שטילע: אהה. אקעי, אבער ווי קומט א גרינע ז'אלפינו אין רויטע סטראבערי זאפט מיט בלעטעלך פון די גאס אויף פארפרוינע קאלטע פיש אויפ א פארשימעלטע קרערער? שוין זאגסט ס'גוט? נו נו,

כ'בייס אריין אין דעמ יט, עהה, געב אהער די וואסער דארט שנעל, כ'וויש אפ מיין ווישוט מיט אביסעל ווארמע וואסער,
שטילע: דאס איז טייער אין גוט? א שטיקעל געקויפטע געפילטע פיש אין ארץ ישראל פון די קאמפעני טעמון איז אסאך בעסער,
בערי" נעה, וואס פארשטייסטו?
שטילע: בערי לאמער זעהן עס אויף, כ'לייג א הונדרעטע טאמער דיין טעלער ווערט אפגעווישט,
בערי: נאו פראבלעם, (שפילט ציט די גאפעל ארויף אים אראפ)

שוין כבין צירוק אויפן בילקע מיט א רשעות,
בערי: שטילע ווארט צי, דער זופ אין מעין קארס וועט זיכער זיין הפליא מגייט דא שעכטען לעבעדיגע קיען,
שטילעף וי גערעכט לאמער צו ווארטען אבער שיק אבער דערוויל יענער בילקע,

כ'זעה ס'נעמט נישט קיין עק די ווארטען, כ'גיי צו צום מחותן וואנטשען מזל טוב, "שטילע, זעץ דיך מהאט שוין סערווירט די COD FISH,
יא יא כווייס, טעל מי אלל עבאוט איט

כ'שפאציר צירוק צו מיין פלאץ כ'אפ אראפ נאך א בילקע פון א טיש דערנעבען,
אהה ב"ה מסערווירט שוין די זופ,
א טעלער קלענע ווי א מים אחרונים גלעזעל, ד'העלל גיי דא פאר???
קאלי פלאויער אדער קערעט?
געב אהער ביידע כבין הונגריג,
איי איי דער קאליפלאור זופ האט א טעם פון פארברענטע וואסער, אין די קערעט זופ א טעם גענוי ווי סם,

מיט אמאל "וועלקאם חיים ענד רעזי לעפקאוווייייטטטטשששש" שוין די חתן קומט אריין, עוד ישמע,
א ברירה האב איך? כבין זייער נייגריג עצט צו טאנצען מיט א צודרייטע חתן? כבין הונגריג ווי א בער,
כ'שטיי אין די זייט קוק צו ווי שירה האקט אריין מאדנע קולות בשעת פאלקעוויטש מאכט מיט די הענט צום אויבערשטער,

שוין ב"ה מ'האט שוין גענדיגט טאנצן, כ'לויפ צירוק צו מיין פלאץ, דא גייט מען יעצט סערווירען בשר בקר מיט אלע טעמים, כ'ווארט אומגעדולדיג אין אהה כזעה די וועיטער הייבט אן אריין מאשירען צום העד טעיבע, מיט זעקס טעלערס אויף איין הענט, כ'ווארט צו שיין געדולדיג, (מיין מאמע פלעגט אלץ זאגן "אויף גוטער זאכען דארף מען ווארטן,")

אין פיינעלי ער קומט אן צו אונזער טיש, קאטשקע אדער סטעיק, כ'בין בשמחה ווי א ראזינקע, כגיי דא פארשטילען מיין הונגער, כ'נעם די שוחט מעסער אין די האנט אין פאר אריין אין די קאטשקע אז סגייט א רויך, עממממ כעעעמ, וואס דע העלל? ס'איז פארפרוירען קאלט.
נע, שטילע, קאטשקע קומט קאלט, וואס פארשטייסטו?
שוין איז געב אהער די סטעיק,
פעעעךךךך, וואס איז דא אזוי פיהל ז'עלי? ס'איז א מאכל בן דרוסאי, כ'וואנדער מיך טאמער יואב'ס הונט וואלט דאס בכלל אנגעקוקט,

בערי? משי? קומסט צו סאב עקספרעס?
עמ יא זיכער, כגיי אויפיקען מיין קאר פון וועלעי פארקינג, א טיפ האט ער נישט באקומען אלץ קנס, אין מגיין צום רעסטאראנט, 3 אינגערלייט וואקען אריין מיט שטריימלעך,
דארט האט מען געהאט א סעודה כדבעיה,
שקויח מחותן פאר דיין קאד פיש אין דיין קאלטע סטעיק, טוה מיר א טובה, נעקסטע חתונה דיינע פארגעס פון מיך,

נ.ב. כ'וויל נישט די עולם זאל מיינען כ'גלייך נאר סאלעמען פיש מיט קאטשעינו, כגלייך גראדער זייער פענסי עסען, כגיי אויס פאר א גוט שטיקעל סטעיק,
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

האב איך נישט געוואוסט אז פאלקאוויטש קומט פון לאנדאן...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

שליחה דורך רוח קדים »

זייער שיין אראפגעלייגט, שטילע.

פונקט היינט געהערט שירה מיט פאלקוויטש, ביי א חתונה אין קאנטינענטל. דער לוי איז געוואלדיג. דער וועג וויאזוי ער טראגט זיין שטימע איז ממש יוניק פאר א היימישן זינגער.

שירה איז אויך צו באווינדערן. א היימישע כאאר, מיט אזויפיל דיסצעפלין און קאאפעראציע. לאו ענד היי הארמאני, ועוד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס, פאראן וואס זעטיגן זיך מיט פלייש, אנדערע מיט שיינע זינגערס..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שטילע, דו האסט דיך שרעקליך טועה געווען. ביסט אנטלאפן ווי דער גוי פאר שולחן עורך. דאס אלעס איז געווען די באפעי פונעם קבלת פנים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האב שוין לאנג אנגעזאגט פאר שומעי לקחי צו שטיין ווייט פון די מעין קורס כמתחוי קשת.
אהער אהין אלץ ענדיגט זיך עס ביי די זעלבע, קארטאפל למיניהם מיט אביסל ירקות.
גראד זאל מען זיך צושארן צו די שמארגעסבארד המכונה האט פוד, דארט ליגט דער אוצר באגראבן, פעפער סטעיק מיט פלאנקען, א פייער זאל גיין צוזאמען מיט א רויעך, דער עיקר איז צו עסן שטייעדיג, אנפולן דעם טעלער איינמאל און נאכמאל, ביז מהאלט שוין ביי די גסיסה אדער מברענגט אריין די ווייניז טעיבל וויטשעווער קאמס פוירסט.
זאל זיך א צווייטער דערשטיקן אויף א בילקע מיט א שטיקל טשערי פיי, די מעין דיש איז געמאכט פאר אלטע אידן, פאר גרים, מיר וועלן עסן ווי סברויך צו זיין.
פארשפארט