בלאט 1 פון 1

א טייטל און א רעטעך

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 8:03 am
דורך כוכב
דאס ווייסטאך שוין יעדער אז קאווע שטיבל ליידט פון א זעלטענע מגיפה וואס די גרעסטע רעגירונג מעדיצינישע אינסטיטוציעס קענען נישט ערצייגן א וואקסין דערפאר.
מעטאמעטיקער צייגן אן אז א שטוינענדע זעכציג פראצענט פון די פופצן ניקים אויף די העכסטע לייקס ליסטע זענען מער נישטא. פאר מיר, א נייע צוגעקומענע ניק, איז באמת שווער צו זיין דער פאסיגער מקונן נאך די ארזי הלבנון, ווארום איך בין דאך א ניוקומאר וואס האט נישט אמאל געזען די שטיבל כתיקונה. אבער בלויז פון זיך דרייען אביסל אין די ארכיוון וואס איך טו גאנץ אפט ווען איך בין לאנגווייליג, לאזט זיך ארויס א טיפן קרעכץ אוי ואותנו עזבו לאנחות.
לעצטנס אבער, האט זיך פון אן אונטער טירל אריינגעזעצט אחד מן היושבים הראשונים במלכות, מהראשונים כמלאכים, ושמו דבילה.
כווייס נישט פון וואו איך נעם די חוצפה אים צו באגריסן, ווען שמו לא אדע ולא אכנהו, אזויפיל האב איך שוין אויפגעפאסט אז ער גלייכט דעם ענדע ך מאיזה סיבה שהוא, און פון די עטליכע געשריבענע פרישע תגובות, זעט מיר אויס אז זיין שורש נשמה איז נישט ממש איינס מיט מנשה פילאפ אדער רב סאסנע.

אלזא, העל איך נעמען אן ערלויבעניש צו שפרעכן, און עס איז באגריסווערנד אז נישט נאר ניקס ווערן פארשווינדן נאר צומאל וועקט זיך אויך אויף די אהבה המסתרת ואהבת ישנים, און דעריבער טו איך יעצט ווידמען דעם אשכול אז ממנו ילמדו וכן יעשו, חזור בך חזור בך יאנקל יידל משה געציל מארענץזאפט יואב זר זהב קופערניקעס וכו וגו, עטס זענטס אלעמאל וועלקאם צוריקצוקומען, איינער כוכב ווארט ענק אפ מיט א ברייטע שלום עליכם.
על או על ווערטוך געפרעגט כוכב...

איין זאך אימער נאכנישט פארענטפערט ווי א רעטעך קומט דא אריין אין די פיקטשער ואשתדל לישב, אז עטס קענטס אים אלע האגן און טעפן זיין רוקן פון היינט ביז מארגן, סעט העלפן א פייג און א רעטעך, היינט ביניך דא מארגן ארויס, אחטא ואשוב, ך'על תשובה טון און ווייטער זינדיגן מיט א פרישקייט, כאב ענק אלע אין בוידעם, זייטסמיר נאכנישט געזונט וייל איך גיי נאכנישט, ויקץ ויחלום שנית, ציילט מיר א איד ער האט פארהערט א בחור פאר זיין טאכטער און דער בחור האט געטייטשט עיגולי דבילה א געשחטענע קאלב.

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 10:59 am
דורך רויטע וואנצעס
ספרים זאגן אז צדיקים שטארבן יונג, ווייל זיי טוען אויף אסאך אין א קורצע צייט. זעהט אויס אין די וואורטאלע וועלט ארבייט עס אויך אזוי.

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:08 am
דורך שמערל
סקען נישט זיין. ווייל איך הער זאגן אז אסאך פון די געשטארבענע, ווערן אפאר מאל מגולגל נאכדעם.
אויב האבן זיי שוין אלעס מתקן געווען, וואס פעלט אויס זיי זאלן נאכאמאל אראפקומען?

אדער אפשר קען זיין צוליב די זכייה פונעם דור, שיקט מען זיי נאכאמאל אראפ.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:27 pm
דורך כוכב
אויפגעוועקט לכבוד וואס סאיז נאכאמאל נתגלה געווארן די עטרה.
(מלשון עטרת ראשינו)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:29 pm
דורך דבילה
'ך בין ווערט א רעטעך, 'אייסיכוואס, 'ךעל תשובה טון נאכאמאל אבער קיין סאך עטעס דיר נישט העלפן... ווינישטווי, 'שקויעך פאר'ן ברוחאבא, יו מעיד מיי דעי!!