בלאט 1 פון 2

איינער אומגעקימען ר"ל אויפ'ן וועג אהיים פון בעלזע חתונה

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
א בעלזער יונגערמאן פון בני ברק איז אומגעקימען אין א שרעקליכע עקסידענט אויפ'ן וועג אהיים פון די גרויסע בעלזע חתונה.
פרטים יבואו

נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:47 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:18 am
דורך טיטאניק
וואס האט פאסירט גאטעניו איינציגער?????? ווי אזוי?
:אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי:

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:21 am
דורך יין שרף
נו טיטאניק! לא תשימו קרחה בין עיניכם למת...

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:22 am
דורך טיטאניק
ווי זיי געבען איבער האט דאס פאסירט ווען דער קאר האט געהאט א ציזאמען שטויס מיט א טרעלער
איינער איז אימגעקימען און איינער שווער געשעדיגט

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 1:09 am
דורך [NAMELESS]
די נפטר איז יוסי ווינד. ארי מילער איז פארווינדעט ל''ע

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 8:36 am
דורך HotCoffee
בילד פונעם יונגערמאן

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 8:39 am
דורך פלעין יודיש
ראשעקאל האט געשריבן:א בעלזער יונגערמאן פון בית שמש איז אומגעקימען אין א שרעקליכע עקסידענט אויפ'ן וועג אהיים פון די גרויסע בעלזע חתונה.
פרטים יבואו

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:46 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:47 am
דורך [NAMELESS]
צוויי פון די יתומים'לעך

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 10:33 am
דורך טיטאניק
דאכט זעך אז ער איז א זין פון אהרן וינד דער כותב פון די "בעלזע נייעס"
א גרויסע בן בית און שווענצעלע פון בעלזער רבי
גראדע א זיס יונגערמאן
אויסגעקימען אמאל צי באגלייטען מיין רב ווען ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און ער איז אריין באזיכען דעם בעלזע רבי און דער אהרן איז דארט געשטאנען און אלעס אפגעשריבען
נאך די באזיך איז ער איידעלערהייט און זייער דרך ארצדיג (שלא לפי רוח המקום שם) איז ער ציגעקימען פרעגען פרטים פון מיין רב איבער כל מיני ענינים
זיין צישלויבערטער און זיסער הופעה האט מיר געמאכט לאכען א לאנגע צייט
פון איין זיין א בעזלער שלאמפער ומצד שני א איידעלער טייערע יונגערמאן
דער נפטר קען איך נישט אבער אויפען ערשטען בילדע ענדעלט ער היבש שטארק אין דער טאטע זיינער
ומחה ה' .........שנשמע בשורות טובות.....................

לויה

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 10:46 am
דורך טיטאניק
אין שטעטעלע בעלז

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 10:46 am
דורך טיטאניק
כג

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:43 am
דורך טיטאניק
בעלזער רבי ביי די לויה

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 2:44 pm
דורך גאנצל
וואס גייט פאר דארט אין א"י ? ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס מ'הערט דעס נאך א גרויסע חתונה ל"ע

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 3:05 pm
דורך לית דין בר נש
וואס גייט פאר? עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט מיר קענען נישט זיינע חשבונות
און זאל מען שוין טאקע נישט הערן אזעלכע מעשיות

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 3:12 pm
דורך טיטאניק
גאנצל האט געשריבן:וואס גייט פאר דארט אין א"י ? ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס מ'הערט דעס נאך א גרויסע חתונה ל"ע

ביי דזשעקעווער וויזניצער חתונה אין רחובות איז געווען די זעלבע מעשה ל"ע

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:22 pm
דורך ממתקים
ווייסט מען צו ער איז איינגעשלאפן?
מיד איז ער זיכער געווען פון אויף זיין א גאנצע נאכט.
וואס איז דער ענין פון ציען רבישע חתונת ביזן פרימארגן??
רבישע קינדער און אייניקלעך חתונת זענען דאך שוין נישט קיין זעלטענע געשעהנישן.

און גער ענדיגט מען חתונת פאר חצות.
וויזניץ מאנסי האט אויך איינגעפירט צו ענדיגען חתונת פרי.
עס איז צייט אז אלע זאלן זיך אזוי פירן.

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:29 pm
דורך טיטאניק
גם אני מצטרף לקריאת הרבנים
ואוסיף מידיליה אז אויב ווייסט מען אז סוועט זיך ענדיגען שפעט זאל מען גיין שלאפען אפאר שעה בעפארען חתונה
אדער זאל מען זיך לייגען שלאפען איידער מען פארט אהיים
בעסער שלאפען א נאכט אויפען באנק אין שיל און אהיים קימען לחיים ולשלום ווי צי ענדיגען נעבעך אזוי אזוי ביטערלעך

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:34 pm
דורך לית דין בר נש
ווען די בעלזא וועט חתונה מאכן אזויפיל אייניקלעך א יאר ווי די וויזשניצער, וועט ער ענדיגן פאר חצות אבער נישט ווען עס איז די דריטע חתונה וואס ער מאכט אין די לעצטע 45 יאר. די ווייסט וויפיל הרגשים אזא איד האט ארויסצוגעבן ווען ער איז ב"ה זוכה צו דער שמחה?
אפשר איז די טרעילע"ר דרייווער איינגעשלאפן? ווייל ער האט געדרייווט אגאנצע נאכט און זיך נישט אפגישטעלט אין א רעס"ט אירי"ע
און טיטאניק אפשר איז ער געשלאפן נאכמיטאג? מען בויט שוין אויף א שאלה וואס איינער פרעגט צו איינער ווייסט אויב ער איז איינגעשלאפן.
ווייניג עקסידענט"ס זענען נעבעך גישעהן אינמיטן טאג ווען ביידע דרייווערס זענען גיוועהן אויף?

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:43 pm
דורך מ גפני
עס דרייט זיך ארום א פיקטשור פון זיין וואצעפ אז ער האט געשיקט א מעסעדזש אפאר מינוט פארן עקסידענט

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
ממתקים האט געשריבן:רבישע קינדער און אייניקלעך חתונת זענען דאך שוין נישט קיין זעלטענע געשעהנישן.

וויזניץ מאנסי האט אויך איינגעפירט צו ענדיגען חתונת פרי.
עס איז צייט אז אלע זאלן זיך אזוי פירן.


אין וויזניץ מאנסי ביסטו גערעכט זיי האבן יעדן שני וחמישי נאך א חתונה, אבער אין בעלז? שוין איינמאל זעלטן!

--
לית דין בר נש האקט ענליך.

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 6:18 pm
דורך טיטאניק
מ גפני האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום א פיקטשור פון זיין וואצעפ אז ער האט געשיקט א מעסעדזש אפאר מינוט פארן עקסידענט

מיז גארנישט מיינען
ער איז נישט געווען דער דרייווער