בלאט 1 פון 1

Transparency, און די נו יארק טיימס

נשלח: מוצ"ש מאי 19, 2012 11:50 pm
דורך Starbucks
ערשטענס וועל איך מסביר זיין וואס דאס הייסט טרענספערענסי. טרענספערענסי אויף עברי טייטש מיינט דורכזיכטיגקייט. ס׳טייטש, זיי זענען דורכזיכטיג אזוי אז יעדער קען זעהן זייערע פראצעדורן און קען קריטיקירן אן אומרעכט צו וואס.

דא האט די טיימס נישט נאר זיך געלאזט קריטיקירן נאר זיי האבן גאר אליין אריינגעלייגט די באשולדיגונגען און קריטיק אין זייער אייגענע צייטונג אינעם עדיטאריעל בלאט. אהן אריינגיין אין די פרטים פון די מעשה, מוז מען זיך אפשטעלן דא צו באמערקן און אויסלויבן די טיימס פאר זייער טראנספערענסי און איבערמענטשליכקייט. ממנו ילמדו וכן יעשו.

ס׳וואלט געוועהן א געוואלדיגע זאך ווען אונזער היימישע פרעסע וואלט זיך כאטש אביסל צוגעשטעלט צו אזעליכע דשורנאליסישע עטיקעטן.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:44 am
דורך זר זהב
יעצט וועל איך ווארטן פאר אן אנטשולדינגוג פונעם טיימס פאר די צאללאזע אמעריקאנער סאלדאטן וואס זיי האבן דערהארגעט. און ניין, כ'גיי מיך נישט מסביר זיין.