כ'האב מיך לעצטענס איינגעקויפט שיינע נייע פארניטשער ווי ס'פאסט פאר'ן ראשעקאל , און כ'האב מחליט געוועהן אז איך וויל אוועקגעבן מיינע אלטע פארניטשער לשם מצוה. האב איך דריי וואכן צוריק אדווערטייזט אין איינע פון די בלעטער אזא מודעה
(איבערגעטייטשט פון ענגליש)
א דיינעט סעט פון א טיש און דריי בענקלעך אין גאר גוטען צושטאנד אוועקצוגעבן לשם מצוה
גלייך אינדערפרי נאכדעם וואס די אויסגאבע איז ארויסגעקימען האט מיין טעלעפאן געקלינגען. ס'איז א פרוי, זי האט געזעהן די עד , און זי מוטשעט זיך מיט געלט - נויטיגט זי זיך פינקט אין א טיש און בענקלעך און זי וויל עס קימען אפנעמען.
ראשעקאל'טע האט איר תיכף געזאגט אז זי קען עס קימען אפנעמען. אפאר מינט שפעטער האט נאך איינער געריפען. יענער האט א גרויסע שטיב מיט קינדער און קען זיך נישט ערלויבן צו קויפן, ער וויל אפנעמען אונזער סעט. אונז האבן אים געזאגט אז א צווייטער קימט עס שוין נעמען , און ס'איז מער נישט עוועילעבל.
אונז זענען געוועהן אביסעל דיסעפוינטעד ווען די פרוי איז אנגעקימען. זי איז קוים א פרימע פרוי, מיט קארצע ערמעל און אייגענע האר. זי וואוינט אליינס און האט נישט קיין משפחה. מיין ווייב האט געזאגט אז מ'וואלט ווען געדארפט ווארטען אביסעל און נאכדעם דעסיידען צו געבן די טיש און בענקלעך פאר דעם גרעסטען נצרך וואס האט געריפן. זאל עס כאטש זיין א היימישע איד ,מיט א משפחה מיט קינדער.
אבער למעשה האבן אונז זיך נאך אלץ געפרייט. זי איז דאך א אידיש קינד וואס נויטיגט זיך אין די טיש און בענקלעך. און ס'איז א גוטע פילינג צו העלפען א מענטש נישט קיין חילוק אויב זיין מצב איז נישט אזוי געפערליך ווי אנדערע מענטשן.
דערצייל איך פאר א חבר די מעשה, זאגט ער אז דריי יאהר צוריק האט ער געהאט פינקט די זעלבע מעשה. ער האט געהאט א קאוטש אוועקצוגעבען לשם מצוה. עפעס א פרוי האט גלייך אינדערפרי געקאלט און איז גליךי געקימען עס אפנעמען. שטעלט זיך ארויס אז אלע פרטים שטימען אז ס'איז די זעלבע פרוי.
אינצווישען האט דעי חבר שוין געהערט פון א דריטען אז ער האט אויך געהאט ממש אזא מעשה. ביי אים האט זיך עס געהאנדעלט מיט א היירייזער.
בקיצור המעשה שטעלט זיך ארויס אז א פרוי האט מחליט געוועהן זיך צו מאכן א שיינע פרנסה. זי ריפט אהן אלע "לשם מצוה" עד'ס, שלעפט צאם בעטן, טישן, בענקלעך, מיט אלעם גוטן. און זי פארקויפט עס מסתמא נאכדעם פאר גוט געלט!!
שטעלט זיך די גאר הארבע פראגע: פארוואס זאג איך דאס אייך?
אויף דעם איז די פשוט'ע תירוץ: אז איר זאלט וויסן!
"לשם מצוה" גנב'טע
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מסתמא דארף זי די געלט, כסף כשוה כסף...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ונבנתה העיר האט געשריבן:מסתמא דארף זי די געלט, כסף כשוה כסף...
א יעדער דארף (און קען ניצען) די געלט. אזא מענטש? (אומ-מענטש) איז חייב בדינא דמלכותא אויך. מעשה שהיה. א גנב'טע מיט א אידיש קעפל איז איינגעפאללן אז זי קען מאכן א גרינגן (און אומלעגאלן) דאללער. זי האט אנגערופן גרויסע קאמפאניס, ווי "פראקטער ענד געמבל" און געזאגט פאר זיי אז זי טוט פראמאושנ'ס לשם צדקה, פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס. האבן זיי , און אנדערע קאמפאניס געשיקט פאר איהר א סאך פראדוקטן אומזינסט אדער פאר זייער ביליג. נאכדעים איז זי געגאנגען און זי האט פארקויפט די זעלבע (געשנארטע) זאכן פאר א גוטן פרייז. ווען זיי האבן זי געכאפט האט מען איהר ארעסטירט און אנגעקלאגט פאר גרויס געלט וואס זי האט שאדן געמאכט פאר אט די קאמפאניעס...












- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: