בלאט 1 פון 2
דער טשאלמער
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 5:55 pm
דורך פארוואס?
איך גלייב אז יעדער איינער וואס האט שוין באגעגנט א ריכטיגער ירושלמ׳ער מבטן ומלידה, וועט מסכים זיין אז ער דיזערווט א ספעציעלע אשכול אין קאווע שטיבל.
איך רעד נישט איבער יעדער חרדישער איד וואס וואוינט אין ירושלים, ווייל עס זענען דארטן פארהאן פארשידענע סארטן קהילות אין ירושלים, וועלכע האבן זיך דארט באזעצט הארט נאכן קריג, וואס האבן קיין שייכות נישט מיט אט דעם ארגינעלן ירושלמי.
איך רעד איבער דער ירושלמי מבני היישוב הישן, (באקאנט אין ארץ ישראל אלס ״טשאלמערס״), וואס איז א אייז-קאלטע הארץ, און באטראכט זיך אלס דער קלוגסטער און ברייטסטער מענטש איבערן גלאב, כאטש וואס זיין וועלטל איז באמת זייער שמאל און מצומצם.
מ׳רופט זיי ״סאברעס״, על שם זייער שטעכעדיגע שפראך, זיי פארשטייען נישט צו סענסיטיוועטי, זיי האבן נישט קיין גרעניצן וואס ווערט יא געזאגט, און וואס דארף ווערן צוריק געהאלטן.
פאר איינער וואס קומט פון דער פרעמד, (ספעציעל אויב קומט ער פון די הונגארישע חדר), קען זיך דאכטן אז זיי האבן נישט קיין הארץ, געפיהלן שפילט נישט קיין ראלע. נישטא אזא מין זאך ווי בושה, מ׳טוהט וואס מ׳האלט פאר וויכטיג צו טוהן. נישטא אזא מין זאך ווי באלעבן א שמחה/אבילות, א חתונה/לוויה ווערט געפראוועט טעכניש, אהן אריינמישן פריוואטע געפיהלן.
מיט זייערע אלע חסרונות, איז צומאל זיס זייער ארגינעלע הומאריסטישע סטייל, קלוגע רייד צוזאמגעמישט מיט סארקאסטישע ווערטלאך.
זייער פשטות און צניעות איז צומאל נישט אזוי ווייט אידאלאגיש ווי פשוט אומ-ציוויליזירט. די ווילדע קנאים איז טאקע אן עקסטרעמע ווערסיע פון ירושלמ׳ער קאלטקייט, (מיטן זיך נישט רעכענען מיט געפיהלן און מיינונגען פון אנדערע), אבער איז נאך אלס בארעכטיגט צו ווערן אנגעקוקט אלס א רעזולטאט פונעם ירושלמיער קאלטור.
ווי עס זעהט זיך אויס, איז עס געשעהן א דאנק די השפעה פון די אראבישע שכנים, וואס ווערט באטראכט אלס אזא סארט קאלטור.
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 6:34 pm
דורך איחוד פעלד
אן אלטער ווערטעל,
ווען זיי זענען יונג, זאגט מען ער איז אזוי זיס, ממש אויפצועסען....
ווען זיי ווערען עלטער זאגט מען, א שאד מ'האט זיי נישט אויפגעגעסען...
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 9:05 pm
דורך פארוואס?
אוי וויי. פון דיינע שורות שרייען ארויס האס און שנאה. נישט דאס האב איך געמיינט.
יעדע קאלטור האט זיך זייערע קאדס און מנהגים, עס איז נישט מעגליך אמת׳דיג צו פארשטיין קוקנדיג מיט דרויסנדיגע גלעזער.
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 10:00 pm
דורך פארוואס?
לאמיר קלאר שטעלן אז די נטורי קרתא איז נאר א קליין פראקציע אינעם ברייטן טשאלמער קאלטור.
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:07 am
דורך שמעקעדיג
למעשה גלייך איך זייער אפנקייט, קאלטקייט אבער פריינטליכקייט, רואיגקייט, אין הכי נמי אז צומאל קען מען נישט פארנעמען די פארביסענע סאברעס. אבער זיי האבן פארט א געוויסע חן אין מיינע אויגן.
מיך גייט נישט אן אז צומאל ווער איך צוהאקט אינמיטן וואקן אויף די ביזי גאולה גאס, ווי איידער זיך דארפן אנטשולדיגן און זאגן סארי ווי פאר א קליין בעבי.
ידידינו נולד מאוחר האט שוין אמאל געשריבן דאס.
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געלערענט אין א״י אל׳ס בחור סיי אין בני ברק אין סיי אין ירושלים עיה״ק סאיז אינטרסנט צו מערקען אז די צוויי שטייט וואס זענען אזוי נאנט פיזיש זענען אזוי ווייט גייסטיש באופן כללי זענען מיינע חברים אל׳ס בחור די איזרעייליס געוועזען זייער קלוג סיי די ירושלימער אין סיי די בני ברק׳ערס נאר די חילוק איז אז די בני ברק׳ערס זענן ״בעסערע מענטשען״ דהיינו מער ג׳נטלמאניש אין סטייליש וואס טראכטען איידער זיי נעמען ארויס א וווארט פון מויל אין די טשאלמערס וואס עס ליגט זיי אויפן לינג גלייך קריכט דאס ארויס פום צונג
הצד השוה שבהם אז ביידע זענען מוירדיג קלוג אין כיטריג!!!
יעצט וועל איך זיך נעמען צו די ביינער פון די טשאלמערס ביז דערוייל האט מען גערעט פון די ירושלימערס וואס זענען גיט הארציגע אבער נישט קיין אפנער קאפ אין א פארשטענדליכער אזוי וי די בני ברק׳ער די עכטע טשאלמערס זענען שלעכטע באביסנע חברה וואס טראכטן נאר פון זיך אין פון אצווייטער חלילה נישט מעלי גירה ומפריסי פרסה ושוסעים שסע וואס זאגען ליגענט לשם ליגענט אין וועלען לייגען א צוויטען אין דער ערד אויב זיי וועלען עפעס פארדינען פון דעם איך זאג דאס ארויס מיט א גרויסען וייטאג אבער דאס איז דער מציאות
משום מה זעהט מען נישט קיין חילוק צוישען די איזרעליס די בני ברק׳ע אין ירושלמים אין טשעלמערס אבער דער וואס קען זיך אויס וייסען אז זיי זענען צויי אנדרע וועלטען אבער וי געזאגט איז פאראהן א וועלטס חילוק צוישען זיי אין צוישען די ירושליימערס בינם ובין עצמם די טשאלמערס גלייבען נישט אין קיין שום מנהיג אדער א רבי נאר דער וואס טאנצט מיט זייער משוגעתן אבער די סארט סטייל טשאלמערס זענען א מיעוט
סאיז באקאנט בשם מרן שר התורה הגר״ח קנייבסקי שליט״א אז מהאט פארגעשלאגען פאר זיין גרויסען פעטער דער הייליגער חזון איש זצ״ל אנצונעמען דעם פאסטען פון גאב״ד ירושלים נאך ווען הגה״ק רי״ח זאננפעלד זי״ע איז נסתלק געווארען אין דער חזון איש האט בשום אופן נישט מסכים געוועזען דערצו שפעטער האט דער חזו״א געזאגט פאר זיינע נאנטע מקורבים אז ער האט א פחד פון די טשעלמערס וואס וועלען עם פייניגען אין דערגיין די יארען אויב סוועט זיי נישט געפעלען עפעס פון זיינע הנהגות אדער פסקים והדברים ידועים סאיז נישט קיין גרויסע חידושים
דע וואס מאכען יעצט די מחלוקת׳ען צוישען די ליטוישע פון די ביידע שטייט בני ברק אין ירושלים זענען טאקע די מיעוט וואס ווערען גערופען טשאלמערס א קליינע מיעוט וואס מאכען גרויסע חורבנות פאר ווער עס וייסט אין האלט מיט
סאיז איבעריג צו דערציילען וואס דער הייליגער סאטמער רבי זי״ע האט געליטען פון די פאנאטישע טשאלמערס כידוע......
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:55 am
דורך פארוואס?
עס הערט זיך דא ווי כאילו אלע ירושלמי'ער זענען ווילדע קנאים. אינדערצייט וואס איך מיין איז ווייט פון די אמת.
נעם א משל "קהל עדת ירושלים" באקאנט אלס "מתמידים", וואס ווערט געפיהרט אונטער הרב לייבל מינצבערג שליט"א (איז ער שוין געווארן אמאל ארומגעשמועסט דא?).
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:39 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס? האט געשריבן:עס הערט זיך דא ווי כאילו אלע ירושלמי'ער זענען ווילדע קנאים. אינדערצייט וואס איך מיין איז ווייט פון די אמת.
נעם א משל "קהל עדת ירושלים" באקאנט אלס "מתמידים", וואס ווערט געפיהרט אונטער הרב לייבל מינצבערג שליט"א (איז ער שוין געווארן אמאל ארומגעשמועסט דא?).
סאיז צוטיילט אויף 2 חלקים סאיז דא וילדע אין סאיז דא קנאים אין דער טשאלמער איז איינס פון די צויי אדער א וילדער אדער א קנאי
סאיז דא אויך א 3 פייל פון דער ״וילדער קנאי״ וואס איז משלב ביידע זאכען אין איינעם דער וואס איז נישט איינס פון די צויי אדער אלע 2 צוזאמען א בחינה פון ״תפארת״ איז נישט ראוי צו באקומען דעם טיטל ״טשאלמער״
דער ריכטיגער טשאלמער איז א וילדער חיה וואס שטעלט פאר א פנים פון א קנאי יעצט איז שוין דא א גוטען תירוץ צו גיין ליידיג גארנישט אויפטהון מיט׳ן טאג וייל מדארף אונטער צונדען דער גארביטש קענט אין ווארפן פאשקוילען שרייען ״נאצי״ אדער ווארפן אייער /שטיינער וכו׳ דאס איז די פנים פון דער טשאלמער בטהרו מיטן גאנצען קראפט דערוואס איז נישט דאס איז נישט קיין טשאלמער רין מעג זיך נישט באנוטצען מיטן דאזיגען טיטל
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:44 am
דורך [NAMELESS]
נעבעך ר׳ לייבל מינצבערג אין זיין קהילה אוי ויפל זיי האבען צאמ׳געליטען פון די טשאלמערס....
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:28 am
דורך ראש הישיבה
די ירושלמיס זענען שטארק מיט הכנסת אורחים. שבת נאכן דאווענען אין יעדן שוהל זיך דרייען און פרעגן בחורים און געסט אויב זיי האבן ווי צו עסן. משא"כ די ב"ב, זיי זענען נישט געסט פרענדלי.
אזי אויך אין גאס ןןעלן מענטשן דיר איינליידענען אין ירושלים.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 12:09 pm
דורך כוכב
אתא קלילא האט געשריבן:איך האב געלערענט אין א״י אל׳ס בחור סיי אין בני ברק אין סיי אין ירושלים עיה״ק סאיז אינטרסנט צו מערקען אז די צוויי שטייט וואס זענען אזוי נאנט פיזיש זענען אזוי ווייט גייסטיש באופן כללי זענען מיינע חברים אל׳ס בחור די איזרעייליס געוועזען זייער קלוג סיי די ירושלימער אין סיי די בני ברק׳ערס נאר די חילוק איז אז די בני ברק׳ערס זענן ״בעסערע מענטשען״ דהיינו מער ג׳נטלמאניש אין סטייליש וואס טראכטען איידער זיי נעמען ארויס א וווארט פון מויל אין די טשאלמערס וואס עס ליגט זיי אויפן לינג גלייך קריכט דאס ארויס פום צונג
הצד השוה שבהם אז ביידע זענען מוירדיג קלוג אין כיטריג!!!
יעצט וועל איך זיך נעמען צו די ביינער פון די טשאלמערס ביז דערוייל האט מען גערעט פון די ירושלימערס וואס זענען גיט הארציגע אבער נישט קיין אפנער קאפ אין א פארשטענדליכער אזוי וי די בני ברק׳ער די עכטע טשאלמערס זענען שלעכטע באביסנע חברה וואס טראכטן נאר פון זיך אין פון אצווייטער חלילה נישט מעלי גירה ומפריסי פרסה ושוסעים שסע וואס זאגען ליגענט לשם ליגענט אין וועלען לייגען א צוויטען אין דער ערד אויב זיי וועלען עפעס פארדינען פון דעם איך זאג דאס ארויס מיט א גרויסען וייטאג אבער דאס איז דער מציאות
משום מה זעהט מען נישט קיין חילוק צוישען די איזרעליס די בני ברק׳ע אין ירושלמים אין טשעלמערס אבער דער וואס קען זיך אויס וייסען אז זיי זענען צויי אנדרע וועלטען אבער וי געזאגט איז פאראהן א וועלטס חילוק צוישען זיי אין צוישען די ירושליימערס בינם ובין עצמם די טשאלמערס גלייבען נישט אין קיין שום מנהיג אדער א רבי נאר דער וואס טאנצט מיט זייער משוגעתן אבער די סארט סטייל טשאלמערס זענען א מיעוט
סאיז באקאנט בשם מרן שר התורה הגר״ח קנייבסקי שליט״א אז מהאט פארגעשלאגען פאר זיין גרויסען פעטער דער הייליגער חזון איש זצ״ל אנצונעמען דעם פאסטען פון גאב״ד ירושלים נאך ווען הגה״ק רי״ח זאננפעלד זי״ע איז נסתלק געווארען אין דער חזון איש האט בשום אופן נישט מסכים געוועזען דערצו שפעטער האט דער חזו״א געזאגט פאר זיינע נאנטע מקורבים אז ער האט א פחד פון די טשעלמערס וואס וועלען עם פייניגען אין דערגיין די יארען אויב סוועט זיי נישט געפעלען עפעס פון זיינע הנהגות אדער פסקים והדברים ידועים סאיז נישט קיין גרויסע חידושים
דע וואס מאכען יעצט די מחלוקת׳ען צוישען די ליטוישע פון די ביידע שטייט בני ברק אין ירושלים זענען טאקע די מיעוט וואס ווערען גערופען טשאלמערס א קליינע מיעוט וואס מאכען גרויסע חורבנות פאר ווער עס וייסט אין האלט מיט
סאיז איבעריג צו דערציילען וואס דער הייליגער סאטמער רבי זי״ע האט געליטען פון די פאנאטישע טשאלמערס כידוע......
לויט די בריוון געדרוקט אין גנזים ושו"ת חזו"א האט ער יא געקענט באשטיין אנצונעמען די רבנות נאר האט נישט געוואלט פסקענען דיני ממונות.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 12:22 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 6:18 pm
דורך איך אויך
ראש הישיבה האט געשריבן:די ירושלמיס זענען שטארק מיט הכנסת אורחים. שבת נאכן דאווענען אין יעדן שוהל זיך דרייען און פרעגן בחורים און געסט אויב זיי האבן ווי צו עסן. משא"כ די ב"ב, זיי זענען נישט געסט פרענדלי.
אזי אויך אין גאס ןןעלן מענטשן דיר איינליידענען אין ירושלים.
מיין עקספירענץ איז אז די בני ברקער זענען אסאך ווארימער אבער שטייטזעך עס איז איבעראל דא יוצאי מן הכלל.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
די בני ברק׳ער עולם דענען נישט קיין טפשים נאר זענען ברייטע אפנע קאפ {איך רעד נישט פון די שאך׳ניקעס ווא זענען אביסל פארוקט צוליב די שטותים אין שנאה צו חסידות וואס ער האט אנגזייעט} די בני ברק׳ער זענען אויך גאר ווארמע מענטשען אין לגבי די עניין פון הכנסת אורחים די מציאות איז אז רוב געסט אין א״י וואס קומען פום אויסלאנד אין בתוכם די בחורים וואס קומען לערנען קיין א״י פארן קיין ירושלים אין וייניג זענען אין בני ברק ממילא שטעלט זיך דאס ארויס אזוי
איך האב געויילט אויף ביידע מקומות איך בין איינגשטענען אלס בחור אין בני ברק אין אויך ירושלים אין איך זע נישט קיין חילוק צוישען ביידע לגבי דעם ספציפישע פוינט פון הכנסת אורחים
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:00 pm
דורך ונבנתה העיר
אתא קלילא האט געשריבן:הצד השוה שבהם אז ביידע זענען מוירדיג קלוג אין כיטריג!!!
אין מיין עקספיריענס זענען ביידע נאריש און פלאטשיג.
יא, אין די מצומצם'דיגע גרעניצן פון זייער אינפארמאציע, נושאים וואס פארנעמען דעם אויבנאן ביי די קופקעס, וכו' וכו' קענען זיי זיין קלוג, אבער אין די ביג פיקטשער האבן זיי א קינדישער מהלך המחשבה.
לכאורה איז די סיבה דערצו די סביבה אין וועלכע זיי וואקסן אויף, וואו מען זעהט נישט און הערט נישט קיין סאך פון די גרויסע וועלט, אלעס קאכט זיך ארום די קלייניקייטן פון זייער ד' אמות, און ע"פ נסיוני האבן זיי אליין א געוויסע ביטול צו יעדן חו"ל'דיגן כאילו יענער איז קלוג און א מוצלח בעצם ביי דיפאלט.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:57 am
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:אתא קלילא האט געשריבן:הצד השוה שבהם אז ביידע זענען מוירדיג קלוג אין כיטריג!!!
אין מיין עקספיריענס זענען ביידע נאריש און פלאטשיג.
יא, אין די מצומצם'דיגע גרעניצן פון זייער אינפארמאציע, נושאים וואס פארנעמען דעם אויבנאן ביי די קופקעס, וכו' וכו' קענען זיי זיין קלוג, אבער אין די ביג פיקטשער האבן זיי א קינדישער מהלך המחשבה.
לכאורה איז די סיבה דערצו די סביבה אין וועלכע זיי וואקסן אויף, וואו מען זעהט נישט און הערט נישט קיין סאך פון די גרויסע וועלט, אלעס קאכט זיך ארום די קלייניקייטן פון זייער ד' אמות, און ע"פ נסיוני האבן זיי אליין א געוויסע ביטול צו יעדן חו"ל'דיגן כאילו יענער איז קלוג און א מוצלח בעצם ביי דיפאלט.
סזעהט אויס אז די האסט נישט געלערנט אלס בחור דארטן אין קענסט נישט גענוג דער עולם אדער מלכתחילה זעסטו דער מער נאגיטיווער חלק פון זיי
בעצם זענען זיי נישט אזוי פלאטשיג אין פארטאמט וי סדאכט זיך דיר סאיז א טעות מעיקרא !!!
די ביסט 1000% גערעכט אז אין א גויסע פוינט וואקסן זיי אויף אין א אנדרען סביבה וואס איז זייער פארמאכט אין נישט אזוי וי די אמריקענער אפנער וועלט ממילא זענען זיי אביסל מצומצם אין זייער אינפארמציע -דא האסטו אנגערירט די הויכפונקט פונעם שמועס סאיז קלאר אז לא הרי א בחור וואס איז אויפגוואקסן אין א אמריקנער שטיב מיט מושגים פון געלט אין ברייטקייט אין ועל כולם די נושא פון די קאנטריס וכו׳ אין נאך פיל ענינים וואס מקען נישט מרחיב זיין אז דער אמריקנער בחור׳ס מושגים אין דער גאנצער צורה פונעם שמועס צוישען זיך זענען גאר אנדערש אויסגעשטעלט , אבער וואס איך מיין צו זאגען אז די א״י זענען בכלל נישט פלאטשיג אדער נאריש נאר זיי לייגען אריין זייער חכמה אין אנדרע זאכען אין זיי לעבען טאקע אין אנדרע מושגים וי אינז וואס דער גאנצער קאפ דרייט זיך ארום געלט זי איזרעליס זענען באקענט צו זיין שטארקע קאפ אין וואס זיי ליגען דהיינו ״בעולמם״ אין זייער וועלט
איך מיין נישט דא די טשאלמערס וואס זענען פאנאטיש אין פלאטשיג אין אויך נישט די ״סאברעס״ אין נאך אפאר פארוקטע קרייזען וי די תולדות׳ען למיניהם איך רעד פון די נארמאלע אין ציויליזירטע וואס כאפען גאנץ גיט אן עסק
בכלל היינט אין די וועלט פון אייפונ׳ס ושאר ירקות( $-?) איז דער עולם נישט אזוי צוריקגעשטלט נאר כאמריקא כן ארץ ישראל דער וואס לייגט זיך אריין אין ביזנעס א דאנק די לעצטיגע חידושים איז מצליח דארט אויך
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:46 pm
דורך zurich
יא יא די גרויסע בהמות די ישראלים האבן שוין געהאט וואטץעפפ פאר די אמעריקאנער חכמים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:19 pm
דורך petergrifin
דו האסט אפשר פײער? א ציגעראטעל אפשר אויך?
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 3:33 am
דורך zurich
petergrifin האט געשריבן:דו האסט אפשר פײער? א ציגעראטעל אפשר אויך?
אדער גייען זיי צו צי איינעם זאג נאר האסט פארלוירן דיין בערזל? ניין ענטפערט יענער, ווער זאגט כאפ א בליק אין זאג מיר צו דו האסט עס טאקע נישט פארלוירן...
יענער נאר נעמט טאקע ארויס זיין בערזל צו טשעקן אין די טשאלמער געט זיך א רוף אן אה איך זעה דו האסט עפעס געלט דארט אפשר געסטו מיר אביסל צדקה