בלאט 1 פון 1

קידני דאננער: יצחק מתתי' סווירדלויף (ריווערדעיל)

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 4:58 pm
דורך outspoken
די העדליין איז אביסל פארפירעניש, ווייל ס'קוקט אויס ווי א איד האט זיך דא גענומען די כוחות זיך מוסר נפש פאר א צווייטען און אוועק געגעבען זיין ניר.

דא רעדט מען פון אונזער טייערע חבר ריווערדעיל וואס איז גרייט זיך מוסר נפש פאר א צווייטען 24 שעה טאר 7 טעג א וואך, ס'דא א אינטערוויא אויף קול מבשר ווי הענדל ברייער וויל פארשטיין ווי אזוי ער האט געמאכט אזא גרויסע דעסיזשען? ענטפערט ער מיט אזא פשטות אז איינער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נאך נישט מנדב געווען א ניר פאר א צווייטען האט ער אנגעקאלט רינועל...

ס'בלייבט נאר איבער אים צו ווינטשען ברכה והצלחה וכט''ס.

נ''ב ביטע זאגט'ס א קאפיטל תהילים פאר יצחק מתתי' בן חי' בלימא (נותן) און משה מאיר בן טאבא (מקבל)

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:16 pm
דורך לית דין בר נש
זייער נישט שיין ארויף צולייגן אזא ביליגע בילד פון אים
רצונו של אדם זהו כבודו, לייג ארויף א בילד ווי ער שטייט מיט זיין סטראקעס.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:37 am
דורך רויטע וואנצעס
ריווערדעיל איז זייער אקטיוו אויפן נעט, כ'מיין ער קומט פון סקווירא. א געוואלדיגע מצוה צו געבן א ניר. אבער מה טובו? איך זעה כסדר ער האט געוואלדיגע כאריזמע מיט מענטשען אבער איז ער א עסקן? א בדחן? א מארקעטער פאר פאמאגרעניט?

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:01 am
דורך שמעקעדיג
ריווייוועל אדער רינועל?

זייער אסאך סקווירא האבן שוין מנדב געווען. די חסד אין סקווירא איז געוואלדיג!

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:07 am
דורך רויטע וואנצעס
דער אינגערמאן רופט זיך מיט א ניק נאמען ריווערדעל. אה דאס וויל איך אויך וויסן פשט פ"וו.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:09 am
דורך סאשי פיש
ער רופט זיך ריוועדעיל ווייל זיין טאטע איז א רב דארטען, מהאי טעמא גייט ער אויך מיט סטראקעס.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Riverdale,_Bronx

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:14 am
דורך רויטע וואנצעס
facebook/River Dale
17 hours ago · Edited
Yup! Donating a kidney today to help another yid, please take a moment to say a Kapitul tehillim for me
יצחק מתתי' בן חי' בלימא and my recipient משה מאיר בן טאבא (surgery 10 am iyh) Renewal Founder

Jake Turx, Issamar Ginzberg and 278 others like this.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 6:18 pm
דורך outspoken
לית דין בר נש האט געשריבן:זייער נישט שיין ארויף צולייגן אזא ביליגע בילד פון אים
רצונו של אדם זהו כבודו, לייג ארויף א בילד ווי ער שטייט מיט זיין סטראקעס.


ער איז איין שטיק זיידן.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:34 am
דורך ימי קדם
סאשי פיש האט געשריבן:ער רופט זיך ריוועדעיל ווייל זיין טאטע איז א רב דארטען, מהאי טעמא גייט ער אויך מיט סטראקעס.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Riverdale,_Bronx

ער רופט זיך ריווערדעיל ווייל ער קומט פון דארט, אמת, אבער דאס האט גארנישט מיט זיין סטראקעס. ער קומט פון א עכט ליטווישע משפחה, און ווי ער אליין זאגט ''אויב איז נאך דא היינט מתנגדים איז מיין משפחה די שטערקסטע. זיין משפחה און זיין טאטע האבן נישט ליב (שיין געזאגט) קיין חסידים, און קוקן נישט ארויף קיין חסידים, זיי זענען דורי דורות פון די אנגעזעהנסטע ישיבה'שע משפחות.

ער איז אליין געווארן חסידיש, נאכן אויספרובירן אסאך אנדערע רעליגיעזע לעבנסשטייגער'ס, אידישע און להבדיל נישט אידישע, ביז ער האט געפילט אז ער באלאנגט און חסידות.

ער גייט סטראקעס (און אנדערע רביש'ע מלבושים) פון זיין ווייב'ס זייט, זי איז אן אייניקל (טאכטער'ס טאכטער) פון הרב שלמה טווערסקי, אדמו''ר מהורונסטייפל דענווער. זיין שווער וואוינט אין פאר-ראקוועי.

ער איז אין די נייעס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:38 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:10 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'וויל, העלפט דער אייבישטער און מ'איז אין די נייעס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:30 pm
דורך לאליפאפ
ווען ער וואלט געהארגעט געווארן וואלט איך גיווען דער לעצטער וואס האט פון אים גענומען א בילד.