בלאט 1 פון 1

BringBackOurBoys#

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:07 pm
דורך לאליפאפ
אין די לעצטע פאר טעג האבן געוויסע אקטיוויסטן אנגעהויבן א העשטעג טרענדינג צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די נייעס פון די דריי בחורים וועלכע זענען ל"ע פארכאפט, וכזה

BringBackOurBoys#

די געדאנק פון דעם העשטעג קומט, נאכוואס ביי די ניגעריער שולע פארכאפונג פון 200 מיידלעך, האט אויף טוויטער און פעיסבוק געטרענדט BringBackOurGirls, האבן די ישראלי'שע אקטיוויסטן יעצט אדאפטירט די געדאנק.

גראדע איז עס זיי גוט געלונגען און שווערע טויזנטער צו מער מענטשן לאזן זיך פאטאגראפירן מיט דעם העשטעג אויף כל מיני אופנים, אריינגערעכנט היימישע אידן, און גוים אויף פאפולערע אטראקציע סייטס. די אשכול איז פאר די פאסיגע בילדער וועלכע זענען אינטערעסאנט מיטצוטיילן.

ובזה החלי;

הרב ליפא שמעלצער מיטן קאמפיין סלאגאן

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:15 pm
דורך לאליפאפ
באסעס אין ארץ ישראל מיט דעם BringBackOurBoys#

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:38 pm
דורך לאליפאפ
אינדרויסן פונעם ענגלישן פארליאמענט.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:39 pm
דורך לאליפאפ
ביים אייפעל טורעם.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:40 pm
דורך לאליפאפ
חתן כלה ביי זייער חתונה..

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 8:59 pm
דורך לאליפאפ
גד אלבז מיט נפתלי כלפה האלטנדיג דעם קאמפיין סלאגאן.

(זעה אויך די ניגון BringBackOurBoys# וואס די צוויי האבן נארוואס ארויסגעגעבן)

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:35 am
דורך פליקער
קען מיר איינער מסביר זיין וואס פאר א גיט יאר ברויך מען זיך צאמנעמען, פראמאטירן די געוואלדיגע הייליגע העשטעג, עס זאל זיין קידוש שם שמים, די העש טעג איז אינספערירט געווארן פון א עינליכע קידנעפינג פון מוידן, ממש העכערע זאכן שפירט זיך, עס איז נישט מער ווי פאסיג, היות ברינגבעקדי גירלס, האט דאך געהאט אזא הייליגע אפקלאנג, איז נישט מער ווי צי וואונטשען אז ברינגבעקדי בויז, וועט אוודאי זיין גאר פאפעלער אויף טוויטער, עס וועט זיין א געוואלדיגע נחת רוח, ווי מיר זעיען טאקע באכאשעם אז אלע געהויבענע פליטיקער, ווי אימער זיי עפענען זייער מאהל צי שרייער זייער וויי געשריי, מיז מען זיך קודם איינהאנדלען די שיימעס # ברינג בער די בויז, און דער נאך קען מען שרייען, ב"ה אלע פארצטאגרעפער האבן שוין און זייערע רענצלעך דעים העשטעג, אז ווי נאר די חתן כלה וויל פויעלן אלס גיץ דאן פאטאגראפירן זיי זיך מיטן העש טעג, אויך אלע מוזיקאליש געשטימטע מיט מאדנע גרויסע ברילן מיט ליכטיגע קאלירן לאזן אויך ארויס א קול דלא פסוק, אז מען זאל מספלל זיין פארן העש טעג אז עס זאל ווערן א הייס ארטיקל, יעדער וואס וויל זוכה זיין צי די גיטהייסינג פון די איזרעילי לאבי גרופע'ס מיז האבן סמוך לשלחנו כאטש איין העשטעג, כדי לרצו בשעת כעסו.

#וואס איז פשט
#הא גיווס א דעם
# אים גאטץ ווילן די דריי בחורים פעילן עטליכע טעיג און מיר העשטעגן א שטעגאכץ
# וואדע פאכע גייט פאר מיט מיין וועלט

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:31 pm
דורך לאליפאפ
:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:18 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אהבת ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 5:07 pm
דורך לאליפאפ
קונסטליך

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 5:45 pm
דורך פלעין יודיש
איך גלייב אז זיי זיכען די מאלאזיע פליגער דארט אינטערן וואסער