בלאט 1 פון 1
העלפן בחורים
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:54 am
דורך Bpjew
עטץ זאלסט וויסען איך גיי אריבער יסורים וואס א מענטש פון פלייש און ביין קען עס נישט פארשטיין!!!! איך גיי רעדן אפן. איך בין זייער צובראכען און צומישט און פארלוירן וואס יא און וואס נישט צי טון, איך בין 28 יאר און נאך א בחור רוב פון מיין קלאס האבען שוין חתונה געהאט 98%
עס איז זייער שווער פאר מיך. איך פיל ווי קיינער טוט נישט פאר מיך, יעדער לעבט זיך זיין לעבן און פאר מיך טוט קיינער נישט. ווער עס קען טון פאר מיך און זאגען פאר חברים פון די כתה זאל טון וואלט געווען א גרויסע מצוה, אדער קען מען אליין טון אפילו איין קאל א חודש צי עני שדכן און מיך זאגן איך האב דעס און דעס געטון פאר דיך.
יעצט יעדער פון ענק, אבער יעדער, זאל נישט זאגען ווער בין איך, יא דו קענסט טון. ווער עס קען מאריך זיין זאל נאך שרייבען פון א צובראכענע בחור וואס קוקט ארויס אויף א ישועה, איך מיין יעדעם פון קאווע שטיבעל, ווער עס קען טון בכלל און בפרט, אזויפיל בחורים ווארטען און קיינער טוט נישט פאר זיי, איך האלט מען מוז טון, ווער עס קען זאל נאך שרייבען און טוהן.
ישר כח.
א בחור וואס קוקט ארויס איינער זאל עפעס טון
אויב נישט געלייגט אויפן גוטע פלאץ ביטע רוקן ווי עס באלאנגט
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 5:52 am
דורך עפל סיידער
איך זעה
דא האסטו געוויסט ווי עס צו לייגען.
עניוועי מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:10 am
דורך איחוד פעלד
כ'אב דארט געליינט, וואס איז דאס אידישיסטישע וועלט וואס מען ווארענט אים נישט נאכגעשלעפט ווערען?
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:20 am
דורך [NAMELESS]
מיין הארץ טוהט זייער וויי פאר דיר. הלאוואי וואלט איך געקענט העלפען. קודם כל האף איך אז די ווערסט נישט פארפירט אז די מיזט זיצען און לערנען ווייל אויב נישט ווערסטו א "ווארקינג בוי", אין די צייט וואס רוב פון דיינע חבירים האבן שוין דזשאב'ס. נאך א זאך , איך קען 3-4 בחורים דיין עידזש און אביסעל עלעטער און איך ווייס אז ביי זיי גייען די שידוכים צו מיט אסאך מער זיי אליין ארייינגעמישט און נישט די עלטערן פירן אזוי סאך.
אין דיין עיזש ווייסט מען שוין פינקטליך וואס מ'וויל און מ'איז נישט ווי א 20 יעריגע בחור וואס ווייסט נישט וואס טוהט זיך מיט אים. דאס מיינט אז די אליין דארפסט רעדען צו שדכנים , און זיך טרעפן מיט מיידלעך נישט איין אדער צוויי מאהל, נאר גיין געהעריג דעיטען אסאך מאהל ווי עס איז איינגעפירט אפילו ביי אונז ביי סעקאנד מעריזש.
נאך א זאך, די דארפסט אנהאקען מיט נאך בחורים ווי דיר , 25 און עלטער, און צוזאמען שמועסן וועגן אלעס און אויך אוודאי וועגן שידוכים. עפעס וואס איז נישט אינטערסאנט פאר א צווייטען קען אפשר זיין אינטערסאנט פאר דיר.
די עיקר איז די תהילים'ל העלפט פאר יעדעם. אפילו אויב מ'פועלט נישט א שנעלע ישועה מיט די תהילים'ל איז אבער די זאגן תהילים אליינס א ישועה. דאס געט א צוגעבינדענקייט צו העכער'ס און ס'העלפט ארויס די הארץ און די נשמה.
הצלחה רבה!!
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז א פיינפולע נושא, ס'רייסט די הארץ. למעשה איז זייער שווער צו העלפן (חוץ מיט שדכנים ליסטע) אויב מ'קען איינעם נישט פרעזענדליך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:27 am
דורך איחוד פעלד
בחד מחתא זאגט אים אויך אהן ער זאל נישט נאכגעשלעפט ווערען נאך די בונדיסטען ימ"ש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:57 pm
דורך היימישער ליטוואק
[tag]bpjew[/tag] דו האסט גהאט 100 בחורים אין דיין קלאס, און צוויי זענן נאכנישט חתנים? וויאזוי ביסטו אנגקומן צו 98%?
אפשר מיינסטו צו זאגן אז זיי האבן חתונה גהאט נאר 98%? דאס איז תלוי אין די גמרא פון התקדשי לחציי אדער חצייך מקודשת לי. קענסט קאללעקטן די 2% פון דיינע חברים און באקומען, מעגליך, מער פון 100% פון חתונה האבן. אכטונג: נישט זיכער אז עס איז ראטזאם...
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 2:30 pm
דורך סקרן
די קעפל פונעם אשכול האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס קומט דא
אלס א מגי"ש פאר בחורים וואס די ישיבה האט אפגעמאכט אז פאר זיי וועט מען געבן די פריוואטע עטטענשין וואס אלע בחורים ווילן באקומען
אבער די בחורים האבן זוכה געווען ווייל זיי זענען נישט איינגעזעצן און האבן פארפירט האט מען זיי געגעבן א פריוואטע קלאס מיט א קנאפע 15 בחורים
אנשטאטס די 30 35 ווי געווענליך
איך האב שוין געזעהן א מוראדיג'ע הצלחה סתם מיט'ן קענען פאקאסין אויף יעד'ן תלמיד הלואי ווען נאך ישיבות וואלטן געטוהן אזוי
איז צו מיר צוגעקומן א איד און געזאגט אז ער האט לעצטענס געהערט פון א Website והערב נא
וואס זיי זאגן כמעט צו אז יעדן בחור קענען זיי מאכן זאל וועלן און ליב האבן די תורה אהבת נפש און לערנען און הארעווען
זיי האבן גענומן בחורים וואס האבן נישט געעפנט א אידיש ספר נאר געקלאצט אין ישיבה
און זיי אזוי ארויף געארבעט אז זיי זענען געזעצן 4 שעה רצופות און געלערנט!
ממילא מצאתי לנכון אהער צו ברענגען א לינק צו דעם Site
https://vhaarevna.com/
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 3:18 pm
דורך סקרן
ב"ה נאך ישיבות אין די שטאט ווי די ישיבה ווי איך ארבעט אין מאנסי האבען ציך צו דעם צוגעכאפט
הלואי ווען נאך ישיבות וואלטן איינגעזעהן אז רוב בחורים קענען נישט מיטהאלטן ווען זיי זענען איינס פון 40 אדער 35