בלאט 1 פון 2

לא תאכלו על הדם

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:32 am
דורך כוכב
זאג, וואס מאכט די טאטע, בעסער, ב"ה אהא, ער נעמט קימא אדער ער איז אויף ראדיעישאן, ביידע, אוי וויי דאס קען דאך אים צומזיק זיין, און ער שעמט זיך ארויסצוגיין אן די בארד, אקעי סווערט גרינגער מיט דער צייט. דר. בראנקלי האט מען פרובירט, ער איז מוראדיג, איך האלט מזאל גיין קיין באסטאן. און וואס טוט זיך מיט נאטירלליכע זאכן, סהייסט אז ביי חיים משה האט עס געהאלפן. דו האלטסט ער איז אין גוד קעיר, מפארעט זיך געטריי, דער עיקר איז נישט אויפגעבן, זע ער זאל אלעמאל זיין אין א גוטע מאד, נעם אים ארויס קיין פלארידא אביסל, זאל קאסטן וואס זאל קאסטן, מדארף טון וואס מהאט צו טון, שוין, כהאף מקען ענק טראסטן.

פארוואס נעמט נישט דיין שוועסטער א גט? און וויזיטעישאן גיט זי? דו האלטסט סאיז א נארמאלע זאך אויסצוסאקן געלט, לדעתי איז עס א רשעות. זאג מיר דעם אמת, וואס האט נישט געטויגט דארט, האלטסט סנאך דא טשענסעס צוריקצוגיין, ווער איז שולדיג, וואו אפט זעט ער די קינד, כהאלט אז סבעסער ווען מהאקט אינגאנצן אפ מיט די קינד. מאיז געגאנגען פאר טעראפי? סהאט גארנישט געהאלפן? און וויאזוי נעמט עס דיין שוועסטער, זי איז מסתם צעבראכן ניין? האלטסט זי איז קעיפעבל נאכאמאל חתונה צו האבן.

כעדיר זאגן דעם אמת געווענליך גיי איך נישט צו קיין טי פארטיס, אבער לכבודך ביזט מיר א גוטע חבר, גלייב מיר כהאב געגעבן א שיינע סכום, מער ווי די מיינסט, איי מין נישט יעדן טאג האב איך א טי פארטי פאר א נאנטן חברס טאטע. פארוואס טאקע מאכט מען דיחתונה אין קאנטינענטל, ווייל ער איז די מחותןס שוואגער, אבער דאך, כהאלט מוואלט געמעגט גיין ביליגער. דיין מאמע איז סתם אזוי א ספענדער, נישט ווייל איך מיינד, כגעב מיין נדבה גערן, אבער למעשה מענטשן האבן נישט ליב ווען איינער רייסט זיך אויף און דערנאך שנארט מען געלט. סדא חובות פון די פריערדיגע, אאא, דיין ברידער פארדינט דאך שיין, האלטסט נישט ער וואלט געמעגט צו לייגן א פלייצע.

דיין שוואגער האט טאקע געלט אדער ער שוויצט נאר, וואס טוט ער שוין, א פרעיזלער, נו פארדעם מוז ער דרייוון א לעקסוס, ער איז גאנץ קיל, דיין שוועסטער איז העפי, וואס זאגט דיין טאטע, ער עסט זיך ניין, ער האט געהייסן גאנץ א גוטע בחור, שוין וואס קען מען טון, אריינגעפאלן, אזוי גייט עס מיט די רבישע חברה, מטאר זיי נישט טראסטן, איך וואלט אים א שליסל נישט געגעבן, נעבעך, ער מיינט ער מוז מאכן א וואכנאכט אין א טענט אין זיין בעקיארד, ער כאפט נישט יעדער לאכט פון אים, גראדע איז ער א וואוילער, ער טוט אסאך גוטס, א פיינע נשמה, וואס קען מען טון, ווי שיקט ער די קינדער, און דיין שוועסטער לאזט זיך, אזוי גייט עס מווערט אריינגעשלעפט.

כמיין נישט צו שטיפן די נאז אבער איך מיין די ברידער דארף העלפ, מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער פאר דעם זאל ער אויפשטיין יעדן טאג נאך חצות, ווער גיט זיך אפ מיט אים, צו וועמען גייט ער, ווען מהאט שוין געטרייט יואלי ראטהס ישיבה, ער וויל אים נישט, אקעי ער מוז נישט נעמען יעדן, איי מין א בחור וואס דרייט זיך אויפן גאס און איז שוין האלב אויף דראגס, איך האלט דיין מאמע איז אסאך שודליג, זי איז אזא שטרענגע, זי פלעגט אים גוט דערקוטשען, דיין טאטע האט קיינמאל נשט געהאט א שפראך מיט אים, וואס קען מען טון, סבאשערט צער גידול בנים, תלפיות דארף צו זיין פיין פאר די חברה, קיינער הערט נישט, האלטסט ער הענגט ארום מיט מיידלעך, כמיין ער זעט אויס פיין, איך בין זיכער ער איז א קעטש, שוין איך זע די ווילסט מיר גארנישט זאגן.

א גוטע חבר מעג מען טראסטן, פאר איינעם דארפסטו זיך אויסרעדן, מיט שלמה באכנער האסטו שוין גערעדט, אלע רבנים זאגן היינט אז נאך דריי יאר מעג מען שוין גיין פאר העלפ, ווילסט נישט דיין ווייב זאל קריגן א נערוון בראך, ווער האלטסטו איז בעסער עי טיים אדער בוני עולם, דיין טאטע איז אינוואלד, ער וויל צאלן? ער האט אפאר טאלער ער קען זיך עס ערלויבן. דארפסט פארשטיין אז ווי מער משטיפט עס אפ אלס קלענער זענען די טשענסעס פאר סוקסעס, דו ווילסט נישט שטארבן אן א קדיש, סתם פאר קיריאסיטי וויאזוי פילסטו ביי א בוני עולם דינער, דו נעמסט ארויס די חיזוק דערפון אדער דו דווערסט צעבראכן, און וויפיל גיט שלמה פאר א פארפאלק, און וואס טוט זיך מיט נאך א קינד, און סשטערט דיר אז דיין ברודער האט געהאט פאר דיר? כקען דיר, ביזט א טוב עין איך בין זיכער דו פארגינסט אים, עני וועיס, כמעט אלעמאל וואס מיין ווייב באקט חלות האט זי דיך אינזין, גלייב מיר כשפיר דיין צער, עניטיים ווילסטוך אויסרעדן געמיר א קאל, אויב איך הייב נישט אויף קענסטו לאזן א מעסעזש, אייל טריי טו געט בעק טו יו.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:38 am
דורך אבי גערעדט
הוי ביזטו ריזיג..

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:13 am
דורך [NAMELESS]
:like :like :like
האסט פארגעסן פון "האסט שוין געטרייט תהילים כולל???" (אמת'ע מעשה)

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:16 am
דורך געפילטע פיש
כוכב, זאפטיג!

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 10:18 am
דורך שמעקעדיג
אזא "כוכב" שוין לאנג נישט געזעהן! אזוינס צוזאמצעווארפן? Wי ניד מאר!

לענינינו, ווען דער נאר זאל נישט זיין מיינער וכו',
לעצטנס גערעדט מיט איינעם וואס איז אדורך א געוויסע פראצעדור, ער זאגט מיר אז ממש ער האט געפילט די ערגסטע זאך יעצט איז צו וואוינען צווישן חרדישע אידן. א שאנדע.
לאמיר זיך אלע טאקע לערנען און זיין מער סענסעטיוו ווי מען שטעקט אריין די נאז... "ליוו ענד לעט ליוו".

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 11:17 am
דורך וויליאמסבורגער
הערליך געשריבן!

א חבר מיינער וואס האט נאך נישט קיין קינדער פינף יאר נאך די חתונה דערציילט מיר ווי כמעט א וואך גייט נישט פארביי וואס מ'זאל אים נישט אנטראגן אלע מיני משוגענע סגולות, שטיינער, מקובלים, תפילות, וכו' וכו'

די פארגאנגענע ערב פסח האבן פיר מענטשן אים אריינגעריקט א צעטעל מיט עפעס א סגולה צו זאגן א שטיקל אוה''ח הק' ביים סדר.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 11:47 am
דורך בר דעת
אסאך מאל קומט עס פון גוטסקייט, נאר א פארקרומטע, געמישט מיט יאכנישקייט

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:16 pm
דורך מצטמק ויפה
כוכב, געוואלדיג.
די נושא איז זייער אנגעווייטאגט מצד אחד האט מען נישט קיין אהנונג ווי שטארק עס באדערט יענעם, און האט א שרעקליכע אפעקט. אבער מצד שני וואס פארלאנגט מען פון אונז? וואס זאלן מיר טוען? מיר מיינען דאך נאר יענעמ'ס טובה.

ווייל קודם איז פארהאן מענטשען ממינים שונים, וואס טייל ווילן דייקא מען זאל יא מיט זיי רעדן, און טייל ווערן באליידיגט, און זייער אסאך זענען אזוי צובראכן ביי זיך אז וואס דו גייסט נאר טוען וועלן זיי זיך באליידיגן, איז ממילא וואס דארף מען טוען?
איך מיין די איינציגסטע וועג איז פשוט אוועקצושטיין ווי ווייט מ'קען. און רעד דיך נישט איין אז איך בין א גוטע חבר און איך מעג...

חוץ איינער וואס איז אין די זעלבע מצב, אדער געווען אמאל אין אזא מצב, אזא איינעם איז מען אלעמאל גרייט צו הערן, ולמצוה גדולה יחשב.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:28 pm
דורך כוכב
די נקודה איז נישט דא אזוי ווייט איבער רעדן מיט דעם באטראפענעם, בעיקר באצי איך מיך איבער רעדן מיט הקרובים אל החלל.
משפחה און נאנטע נעמען זאכן זייער פערסאנאל און מענטשן כאפן נישט ווי מדארף אבבאכט געבן.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:36 pm
דורך כוכב
געהערט אמאל אן אינטערוויו אויף קול מבשר, זאגט דארט וועלוועל גאלדשטיין אז ווען ער גייט באזוכן א חולה איז די לעצטע זאך וואס ס'אינטערעסירט דעם קראנקען איז צו רעדן פון זיין קרענק. מיט דעם לעבט ער נעבעך און ער זוכט צו אנטלויפן דערפון און מסיח דעת זיין. ממילא אנשטאט מיטקרעכצן העל איך אים דערציילן אז א גארבעזש טראק האט זיך איבערגעדרייט אויף מארסי עוו.
ובכן, די אלע וואס פרעגן וואס צו רעדן ווען איינער גייט דורך א שווערע פרשה, די בעסטע עצה איז צו שווייגן און רעדן פון אלעס חוץ יענעם'ס פראבלעם סיידן דו טראגסט אן ממשות דיגע הילף ווי א פאר טאלער.

און מיין עיקר נקודה איז, גיב אכט אויף די געפילן פון די קרובים, זיי זענען זייער סענסיטיוו, ווען מיין שוועסטער האט זיך גע'גט האט א חבר מיינע מיך אנגערופן דיסקוטירן מיט א בלעכנעם פנים אז מיין שוועסטער איז אלעמאל געווען אביסל פאני.
בכלל דארף א מענטש געדענקען, קיינער דארף נישט דיינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] עצות, דו ווייסט גארנישט, דו האסט נישט די פרטים, טייל נישט קיין דיעות ווילאנג מ'פרעגט דיך נישט. מיש נישט די טאפ, שטופ נישט די נאז, דיין גרויסע פקחות ווייסן די נאנטע אויך און זיי זענען נאך אזוי געטריי צום באטראפענעם ווי דיר.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. דו האסט אראפגעלייגט אין איין פתיחת האשכול דעם גאנצן "פעידזש סיקס" פונ'ם פארשטינקענען פאוסט, און (ניין, איך זאג נישט להבדיל) חיימ'קע שאולזון און די דזשואיש פרעסס, רעבעצין אסתר יונגרייז. אלעס בנשימה אחת. איך האב אין דיין קורצן ארטיקל דערקענט לכה"פ זעקס מענטשן, און מיך אליין אויכעט. און דו רעדסט זיך נאך אפ. דו קוועטשט ווי א אידענע אינ'ם ניינטן חודש. (ראה אשכול במקום אחר.). איך זאג א יעדן טאג (כמעט). א קפיטל תהילים אז דו זאלסט ח"ו נישט איבערלאזן דאס קאווע שטיבל. ווייל. מילא אויף די אנדערע שרייבערס וועלכע זענען נעלם געווארן האביך שוין אויפגעגעיבן. כאטש איך האלט אז זיי 'עללן נאכאמל צוריקקומען, בין בגילגול זה, בין בגילגול אחר. אבער אן דיר וועט זיין זייער בארינג. דיינע ארטיקלען זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג פון 100 דעגריעס... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :) ;) :o

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 6:49 pm
דורך גאלד
אפשר גיי איךף אביסל אף-טאפיק אבער וואס האלט איר [tag]כוכב[/tag] פון רעדן פון יענמס צרות שלא בפניו,

פארוואס איז דאס אז ליידער ביי אגרויס חלק היימישע שטיבער ביים שבת טיש זיצט מען אין מ'קייט דורך אנדערע משפחות פריוואטע איינגעלעגנהייטן,
ב"ה ביי מיר אין שטוב האב איך עס אינגאנצן אויסגעראטן,
ליידער האב איך מיין יצה"ר, און ב"ה דאס איז נישט מיין יצה"ר, אדרבא אין ווער זייער נערווירט ווען איינער פרעגט מיך צו א פרעמדער פארשוין איז נאך סעפערעטעד אדער שוין גע'גט,
אדער צו יענעמס זוהם או.טי.די. זוהן איז שומר שבת,
אדער צו יענער מאכט געלט צו נישט,

וואס איז עס דיין דעממ ביזנעס!!!

כאב מיך איבערצייגט אז ס'סאך מער איינגעריסן ביי היימישע משפחות, איך ווייס נישט פארוואס,

עיין פה ווי איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:19 pm
דורך outspoken
חיים פרנס האט זיך פראטעקטעט פון די... ביי ניחום אבלים ר''ל

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:23 pm
דורך כוכב
:like
כגעדענק סאמאל געווען א שריפה אין א גראסערי האט ער ארויסגעלייגט בערך אזא צעטל:
איך הייס חיים שטינקאטש, איך בין דער בעל הבית, כהאב געהאט אינשורענס, די פייער איז געווען אן עלעקטעריקעל, איך גיי איבערבויען וכו.
גראדע ביי א שבעה איז נארמאל אז מפרעגט איבער דער לעבנס ביאגראפיע פונעם נפטר דער פרנס איז סתם אזוי מיד געווארן...

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:39 pm
דורך קפנדריא
הער איך א איד איז אריין צו דעם חכם הנ"ל מנחם אבל זיין, און א רעדן א ווארט האט'ר אים אהינגעגעבן -פאר'ן שטילן אבל- א צעטל אפגעדרוקט מיט קידוש לבנה אותיות "המקו' ינחם אתכם וכו'..." און ארויס.

כאטש איינער האט זיך פארשטאנען מיט אים.

נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 9:10 pm
דורך עפל סיידער
וויליאמסבורגער האט געשריבן:הערליך געשריבן!

א חבר מיינער וואס האט נאך נישט קיין קינדער פינף יאר נאך די חתונה דערציילט מיר ווי כמעט א וואך גייט נישט פארביי וואס מ'זאל אים נישט אנטראגן אלע מיני משוגענע סגולות, שטיינער, מקובלים, תפילות, וכו' וכו'

די פארגאנגענע ערב פסח האבן פיר מענטשן אים אריינגעריקט א צעטעל מיט עפעס א סגולה צו זאגן א שטיקל אוה''ח הק' ביים סדר.

נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:51 pm
דורך געפילטע פיש
עפל סיידער האט געשריבן:נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.

נעקסטע מאל דו גייסט נוצן די חסד ארגעניזאציעס אויפצוווייזן וויפיל חסד מ'טוט אין אונזער קאמיוניטי, געדענק דעם תגובה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:31 pm
דורך כוכב
מיין פנים גלאנצט ווי דער מגדל חזרים, במקלי עברתי פון אייוועלט אהער, און שוין האב איך זוכה געווען צו עטליכע און פערציג לייקס. עוד רד עם ישראל קל, פונקט אינעם טאג וואס כאב געקרעכצט ווי אין ניינטן חודש (קרעדיט באגיבאלע) האט מען געוויזן אז עוד קאווע חי.
לעצטנס איז דא דא אזא אכשר דרא פאסט נישט סינדראם אז מטאר נישט רעדן פון לייקס כאילו סאיז עפעס די ביטערע מחלה אליין.
זיך דרייענדיג אין קעלער ביי די ארכיוון, זע איך אז אין די בראשית יארן האבן אלע לייבן גערעדט פון לייקס (ראובן ביזטא?).
דעריבער וויל איך מיך הערצליך באדאנקען פאר יעדע לייק, יא סשמעקט מיר, איך אפרישיעט עס, כקוק ארויס דערפאר, כקום כסדר צוריק אננעמען די פרישע, און אפילו ווען איר נוצט אייער צווייטע ניק צו לייקן דאפלט גלייך איך עס אויך, כבין דאנקבאר ושכרו כפול מן שמים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:39 pm
דורך פאלשע פיש
עפל סיידער האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:הערליך געשריבן!

א חבר מיינער וואס האט נאך נישט קיין קינדער פינף יאר נאך די חתונה דערציילט מיר ווי כמעט א וואך גייט נישט פארביי וואס מ'זאל אים נישט אנטראגן אלע מיני משוגענע סגולות, שטיינער, מקובלים, תפילות, וכו' וכו'

די פארגאנגענע ערב פסח האבן פיר מענטשן אים אריינגעריקט א צעטעל מיט עפעס א סגולה צו זאגן א שטיקל אוה''ח הק' ביים סדר.

נישט געפערליך, עפעס נאר ווען מען קומט אונז בעטן צו העלפן פאר בוני עולם זענען מיר מחותנים? איך מעג געבן עצות אויך.


גיבסט געלט פאר בוני עולם דאן גיב די עצות פאר בוני עולם.
גיבסט עצות פאר׳ן יונגערמאן דאן גיב דאס געלט פארן יונגערמאן. ודו״ק כי קצרתי

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:46 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

ריכטיג זאגסטו. ערגעץ האב איך געשריבן דערוועגן. וועל מיר עס באלד אפירזוכן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:59 pm
דורך petergrifin
[justify]כוכב אזא זשוסי שטיקל שוין לאנג נישט געהאט! :like
אז א שטיקל חבר װײסט עפעס כ׳װײס ער האלט מיט סאמהאו שוין איך קען אפשר הערן, װאס איז אבער פשט פון אײנער װאס איך רעד שוין נישט יארן מיט איהם און ער קומט מיר פרעגן מײנע פריװאטע ענינים און שוין אויף דער פלאץ האט ער א זאק מיט עצות? העי איך האב דיר נישט געפרעגט איך האב מיט דיר גארנישט און ביסט קײנמאל נישט געװען דער גרויסע חכם סא שקט![/justify]

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די מענטעלאטי ביי אונז היימישע איז אז אונז זעמער איין משפחה. מ'האט אונז במשך הדורות געפייניגט צוזאמען, געהארגעט צוזאמען, און פארטריבן צוזאמען. אידן זענען אלע מאל געווען אין יענעמס קישקעס. משה רבינו האט מתקן געווען מה טובו אהליך אז איין טיר זאל נישט זיין אנקעגן דעם צווייטן, זעהט אויס ער האט געקענט זיינע אידעלעך. ס'נעמט זיך פון א נאנטקייט. פאר די זעלבע סיבה זעמער אונז איינגעטינקן אין חסד פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ווייל וואס טוט מען נישט פאר משפחה. למעשה אונזער דור פון 20-45 זענען געקנויטן פון א מער זעלבסשטענדיגע טייג, און מיר האלטן נישט אויס די נאז'עשקייט. ס'איז נישט אויסצוהאלטן, ווען די עלטערע בינינו ווי אויך קטני הדעת בינינו גייען איבער די לימיט. ס'איז אלעמאל געווען מיאוס צו זיין אין יענעמ'ס ביזנעס, אבער ס'איז געווען די נארם אז עלטערע אדער חברים שטעקן נאז ביי אנדערע. ס'קומט אבער פון זיין נאנט ווי משפחה, נישט פון שלעכט'סקייט.

רויטע וואנצעס: ייש"כ. איך האלט מיט דיר 100%. נאכמער. אפילו דער וועיג וויאזוי דער עולם דריווט . למשל, נישט סיגנאלן פאר מ'דרייט זיך איין, אדער מאכן פלוצלינגדיגע סטאפס, נעמט זיך אויך פון היימישקייט, נישט פון שלעכטקייט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o