בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 11:44 am
דורך בר דעת
איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום.
דאס קומט ארויף ווען איך פרוביר צו שטימען
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 11:53 am
דורך יואב
בר דעת האט געשריבן:איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום.
דאס קומט ארויף ווען איך פרוביר צו שטימען
60 תגובות ברויך מען האבן געשריבן צו זיין שטים בארעכטיגט. עז פאר עז מיינע אויגן זען!
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:26 pm
דורך לאליפאפ
פארוואס איז נישטא זמן אויף ענגליש? [tag]גבאי שני[/tag]
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
די נומבערן שטימען נישט ווען מ'דארף האבן גאנצע זעכציג תגובות צו קענען שטימען אז מ'קויפט ''מצליח''....
עניוועי כ'מיין אז יענער איז זיך טועה, ס'נישטא קיין אנקעטע'ס אין די נישט אידישע וועלט וועלכע צייטונגען מ'קויפט. ס'איז אן אפיציעלער ביורא וואס גייט עס נאך לויט די צייטונגען וואס שיקן אריין זייערע סירקולעשען נומבערס.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
א שאד צו לייגן שטערן און שפאקטיוו אויף א באזונדערע שורה, געווענליך ווער עס קויפט איינס קויפט די צווייטע אויך (איך רעד פון עקספיריענס....)
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 1:19 pm
דורך מאטי
און וואס איז אויב מ'קויפט דאס טאקע אבער נישט ממש יעדעס מאהל. וויפיל איז די שיעור אז מ'זאל הייסן א באנוצער.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:20 pm
דורך סלינקי
איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום.
דאס קומט ארויף ווען איך פרוביר צו שטימען
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:26 pm
דורך מצטמק ויפה
בר דעת האט געשריבן:איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום.
דאס קומט ארויף ווען איך פרוביר צו שטימען
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:24 pm
דורך שמעקעדיג
אפגעשטימט מיינס, נאר א ווארט צו די רעזולטאטן זוכער, עדס אין א אויסגאבע האט אויף מיר 99% נישט קיין השפעה. אויך נישט טאוולען אויפן גאס. הגם איך אנערקען אז איך בין א אויסנאם.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 4:59 pm
דורך טיטאניק
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 9:37 pm
דורך טיטאניק
אויף יעדע גיטע זאך האט מען טענותוכן כאן
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 11:57 pm
דורך ארבעס
קענסט טייטשען די ווארט אנקענטע?
וועלכע שפראך איז דאס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:57 am
דורך יואב
איך קויף קיין סאך מאגאזינען, ווארום בששת ימי המעשה ליין איך דיגיטאל אויף דער געוועב -- אריינגערעכנט ענגלישע וויקיפידיע, וואס א געברויך דאס צו ליינען איבערגעזעצט אויף פאפיר און אויף דער אידישער שפראך, איז נישט וואס איך שפיר פאר וויכטיג. מילא שבת, אז ס׳שלאפט זיך נישט, ליין איך עפעס.
איך קען זיין פלעקסעבל מיט וואס איך קויף, אבער אזוי, אז איך כאפ שוין אביסל פרישע דשעלי רינגס אין א קליין פאפירנעם זעקל, שליידער איך שוין אריין ״דער איד״, און לעצטנס זאל שוין מיטגיין ״א מאמענט״. די בליק אפטיילונג, גייט אין איין גארבעדש בעג, מיט דער קהילות ומוסדות חלק ה״דער איד״.
אפגערעדט פון די העד-ליינס, וועלכע זענען איבל׳דיג ביז גאר און אויסגעדראשן צו א קלימאקס, ווערט דער חומר פון דער אלגעמיינער אפטיילונג שוואכער, גרייזיג, און מער צוריקגעשטאנען מיט וואס א וואך עס טוט שאלן דעם אפהעניגען שופר.
וואך איין וואך אויס, שטעלן זיי ארויף א קאפי פעיסט פון געציילטע זויגנדע נייעס קעפלעך, וועלכע זאלן דאמאנירן די ערשטע זייטן. ס׳שליסט געווענליך איין א רייע דרינגנד וויכטיגע אלערטען, ווי: קברים גראבונגען, חינוך גזירות, טאפען זי בריק, יו דשעי אוי סוקסעסן, אויפגעהייטערטע געמיטער פון אנ״ש; ועל כולם שרייענדע ״כולנו למערכה״ אויפפאדערונגען. דאס אלץ באווייזן זיי אריינצושטעלן ארום דעם קאפ-לאזן שטענדער, וועלכן איז א ליצנות בפני עצמו.
די תורה אפטיילונג ווידעראום, איז זייער באלערנד, געשריבן אין א העכסט קאמפריהאנסיוון פארמאט, און אויף א היבש פראפעסינאלן פארנעם.
דער בלאט קויף איך נישט, אבער איך טרעף מיך אלטערנאטיווע מהלכים וואו און וויאזוי אויפצוכאפן די טיפזיניגע חכמה איך טו אויבן אויף פארפאסן.
קודם, די גאר עקסייטינג בריוון, זענען געווענליך אזוי חכמה-שפריצנד און אינפארמאטיוו, אז צוליב דעם גרויסן איינדרוק עס לאזט איבער אויף די קלוג-ווערנדע ליינער, מאכן די בריוון עווענטועל זייער וועג ארויף צו די סאציאלע נעטווארקס למיניהם, מילא געלונגט מיך צו כאפן דערויף א פרייען בליק.
ווידעראום דאס זען א בילד וויאזוי די זון גייט אונטער ביי דער צפון מערב טייל פון דעם קארגאנדי פראווינץ אין קאזאקסטאן, וועל איך בלית ברירה טאקע מודה זיין אז ס׳איז א פארלוסט. פארט אבער שטוין איך פון התפעלות יעדעס מאל באזונדער, ס׳געלונגט מיך צו כאפן א בליק אויף דער זון אונטערגאנג הארט נעבן דעם וויליאמסבורג ארמארי.
די צייטונג האב איך גראדע שוין פאר א לענגערע צייט נישט געקויפט, אפשר ברויך איך דאס טאקע געבן א טריי. כ׳האב ליב געהאט אסאך חלקים דארט, די אנגעשטרענגטקייט אבער, מר. פרידמאן האט באוויזן אריינצולייגן, איז עפעס נישט געוועזן לרוחי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:12 am
דורך פישלע העררינג
"דער מאמענט" האב איך געקויפט עד האידנא. מכאן ואילך, זייער פרייליך, דער מאמענט שייל'עך, יעזוב לאחרים חילך. און דאס צוליב צוויי סיבות. איינס די צודרייטע פנים בלורעריי, בפירוש קעגן א אפענע סעיף אין שלחן ערוך אז בלוריה איז אסור. צווייטענס, איך וויל לייענען איבער דער נושא פון דער באמבאסטישע העדליין אויסגעשמירט אויף אמתיים וחצי, און אווופפס! דער ארטיקל האט זיך געענדיגט. טרם יקרא ואני פערטיג. בקיצור, מאמענט האט פארפאסט דער מאמענט און איז אויף דער מאמענט היסטארי.
"דער שטערן" און "דער שפאקטיוו" קויף איך ערליך כאטש נישט אייביג לייען איך עס. די בילדער זענען אויך בלורי ביי זיי, אבער כאטש די ארטיקלען זענען גוט. מיך שטערט נישט אז עס איז נאכגעשריבן א מאווי אדער וויקיפעדיא. א עיקר אז ס'ברייט צעשמירט און גוט אראפגעלייגט. מען איז מיט דעם מקיים דעם למען דעת כל עמי הארץ, טאקע אן עם הארץ בינ'יך, זאל איך כאטש עפעס וויסן וואס גייט פאר. גוטזאגערס זאגן אז גוטזאגערס זאגן דארף דרינגענד א ערליכע בורא פרי האדמה פאר די קארני'איזם דערפון, באט הו קעירס.
די חסידישע טינופות - "דער איד" מיט "דער בלאט" - נעם איך נישט אריין אין שטוב. ווען ס'רעגענט און די שיך ווערן דורכגעווייקט בארג איך דער אוצר חלק אדער ציבור חלק פון מיין שכן'ס גארבעדזש אין איך שטעק עס אריין אין די שיך, ויהא שכרם כפול מעם ד'.
"די וואך" קויף איך בהתמדה און איך טוה עס אדורך בכובד ראש און מיט אן ערענסטקייט. זאל כאטש עפעס ערענסטקייט האבן א שייכות מיט די געפיקטשערטע עלעמענטן.
ונוהגין לקנות לקינוח סעודה, בשעת'ן איינוויגן די מיידעלע אין דער באגעבו הקפות ארום דער טיש, דער "עמי" מיט דער ענגלישע "משפחה". עמי איז צו דער זאך. לאו דוקא מיין השקפה, אבער כאטש אינטעליגענט. מיסטער פראנקפורטער'ס עגא מאכט מיך יעדעס מאהל פונדאסניי פילן ווי א עניו ושפל ברך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:58 pm
דורך כוכב
פישקע, דו ביזט מתוק.
איך קויף כמעט גארנישט, ווייל מ'קען אלעס ליינען אין געשעפט... איך געב א פיק אריין, און געווענליך כאפ איך ביז א האלבע מינוט אז סאיז נישט אינטערסאנט און געגאנגען ווייטער.
לדעתי טוט דער שטערן א טעות אז ער לייגט עס נישט אין א פלעסטיק. וואלט ער געהאט א פלעסטיק וואלט איך געמוזט שטילן מיין נייגער מיט אראפפלאשן א פינעווער.
נייע מאגאזינען קויף איך די ערשטע צייטן צו מחזק זיין.
זאגט מיר אן ערליכער איד לעצטנס אז ער קויפט גארנישט נאר די בילדער בוקס פאר זיינע קינדער.
איך געב אים אזא קוק אן, מיר זענען מחונך געווארן אז די פאלשע רבי'ס דאס זענען די ארגסטע, ווער רעדט נאך ווען מקען זען די כותל.
זאגט ער מיר אז די כל העולם כולו איז נאך די ריינסטע, נישט קיין נייעס, נישט קיין וואס זעט מען א רבי טאנצט מיט א ספר תורה אדער מיט א חתן, רבי חיים קאניבסקי לערנט און פרעמישלאנע רבי עסט טרויבן.
זאלן זיי זען די טויזנטער חסידים אויף די פאראנטשעס זאלן זיי וויסן אז סדא צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן איבער דער וועלט.
אן אינטערסאנטע פערספעקטיוו.
בכל אופן ווייס איך נישט פון וועמען דער בלאט מאכט פורים מיט זייערע שאלות וואס זיי האבן אהיימגעשיקט, כאילו זיי ווייסן נישט אז סאיז א מוח דחוק'דיגע צייטונג מדאשקע לדאשקע, און זיי האבן נישט קיין שום זשורנאליסטישע ניווא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:04 pm
דורך הירשל ציג
ואלה הם
באלייכטונגען-אידיש
דאס אידישע ליכט-אידיש
דבר בעטו-אידיש
די וואך-אידיש
די ליכטיגע היים
איך גיי יעדן וואך אין געשעפט אין מאנסי און איך גלייב נישט אז איך האב אמאל געזעהן די 5 אויסגאבעס. אפשר פארקויפט מעו נאר אין קרית יואל? אידישע ליכט פלעגט קומען אויף די פאסט מיט 40 יאר צוריק. מ'קען עס קויפען אין געשעפטן? ס'איז א חודש'ליכע אויסגאבע?
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:09 pm
דורך פישלע העררינג
הירשל ציג האט געשריבן:ואלה הם
באלייכטונגען-אידיש
דאס אידישע ליכט-אידיש
דבר בעטו-אידיש
די וואך-אידיש
די ליכטיגע היים
איך גיי יעדן וואך אין געשעפט אין מאנסי און איך גלייב נישט אז איך האב אמאל געזעהן די 5 אויסגאבעס. אפשר פארקויפט מעו נאר אין קרית יואל? אידישע ליכט פלעגט קומען אויף די פאסט מיט 40 יאר צוריק. מ'קען עס קויפען אין געשעפטן? ס'איז א חודש'ליכע אויסגאבע?
מן הסתם האבן איינער פון די דאזיגע אויסגאבעס באשטעלט דער אנקעטע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:12 pm
דורך כוכב
בעלייכטונגען איז דא אין אלע געשעפטן. סקומט ארויס יעדע צוויי וואכן
דבר בעתו איז פון יפה בעתו מיסטער ביללער מקען עס קריגן ביים מקוה איד.
די וואך ווייסט יעדער פון הערשי רובינשטיין בילדער פון צדיקים.
דאס אידישע ליכט קומט אן אויף דער פאסט פאר אבנאנטן.
די ליכטיגע היים איז א ברסלבער געשטימטע אויסגאבע אויף אידיש מיט די אפיליאציע פון איינעם הרב מאיר אדער שאול סירוטה
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:30 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:די וואך ווייסט יעדער פון הערשי רובינשטיין בילדער פון רבי'ס.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 7:46 am
דורך משולם שטיינפעלד
כוכב האט געשריבן:בעלייכטונגען איז דא אין אלע געשעפטן. סקומט ארויס יעדע צוויי וואכן
וועכענטליך. עס קומט צו מיר אויף די פאסט. ווייב און קינדער האבן עס זייער ליב
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 9:06 am
דורך אבי גערעדט
דער בלאט און מאמענט גייט יעדע איינציגע וואך, דער בלאט לאנדעט גלייך אין ביה"כ ווי ער דינט געטריי דארט ( לשבחם יאמר אז זיי האבן זיך באמת אסאך פארבעסערט, בפרט די אוצר ביילאגע )
די צייטונג גיייט נאר אין א הייסע וואך ( א שטייגער ווי די וואך ווי ער שילדערט די בחורים פארכאפונג העכסט שפאנענד )
אין אזא וואך ווי די היינטיגע ( קאווער סטארי: פארכאפטע בחורים ) אדער פאריגע וואך ( קאווער סטארי: אינטערוויו מיט שלום מעקדשאנקען גר צדק ) גייט דער עמי אויך אריין אין וועגעלע
די וואך פלעגט גיין אויף כמעט א וועכנטליכע שטייגער ביז דער מאמענט האט איבערגענומען זייער מקום קבוע
שטערן שפאקטיוו בליץ גייט יעדע איינציגע חודש , און לאנדעד גלייך אין בעדרום, אין דינט געטריי איינצושלעפן דאס גוף איבער שבת ויו"ט
דער איד גייט בלויז פסח און סוכות ווי ער לאנדעט אין ביה"כ מיטן בלאט
כ'מיין דעטס אלל
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 9:22 am
דורך עפל סיידער
signout האט געשריבן:ווי איז
אוצרות?
איך מיין ס'גענוג לייגען נאר דער איד, די בלאט ווערט דאך פארקויפט צוויי קעגן איעדע איד קויפער, =עכ''פ אזוי זאגען זיי=
נו פארוואס זאל מען נישט אנשטאט דעם זעהן וויפיל אוצרות סארט אידען עס זענען פארהאן, וואס עפ''י רוב קערן זיי זיך נישט אהן צום בלאט פראקציע, אזוי וועט דער אנקעטע מער קענען אנצייגען די ריכטיגע נומערן.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:28 am
דורך ברסלבער
די אנקעטע האט זיך שוין געענדיגט. די רעזולטאטן זענען נישט אזוי סורפרייזינג.