בלאט 1 פון 1
מיין לעצטע תגובה
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 6:36 am
דורך in-Kolel
אזוי ווי איך האלט מיר ביים געזעגענען פינעם אינטרנט לאור פינעם אויפוואכונג ביים היימישן ציבור צום פראבלעם פין אינטרנט וויל איך דא אויסדרוקן א גרויסן שכח פאר די מנהלים וואס האבן ציגעשטעלט א געשמאקע פלאץ ווי מ'קען כאפן א פיינע פרישה קאווע ווי אויכעט פאר די אלע חברים וואס העלפן ציגעבן דעם געשמאקע פרישקייט
זייט מיר אלע געזונט (נישט אויף צי ווידערזעהן)
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 8:36 am
דורך דעינעש
הער .. הער !!..
...בלייב געזונט.
___
באקומען אין בב"מ:
Hello all: since we r not gonna have Blackberry any more as of next Sunday, I'm wishing u now a ksiva v'chasime toive & a happy chanika, pirem, yomtov, etc. & please forgive me, & pleassend me in all your good jokes, or trafic update, and... Don't forget to reply for the very last time: "LOL"
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 8:44 am
דורך ידען
זאלסט האבן אסאך הצלחה.
אונז האמער הנאה געהאט פון דיר און אויב דער יצה״ר וועט זיך שטארקן אויף דיר, מעגסטו צוריקומען דא און שרייבן, אדער קענסטו טוישן פאר א צווייטע ניק.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:09 am
דורך דעינעש
ידען האט געשריבן:זאלסט האבן אסאך הצלחה.
אונז האמער הנאה געהאט פון דיר און אויב דער יצה״ר וועט זיך שטארקן אויף דיר, מעגסטו צוריקומען דא און שרייבן, אדער קענסטו טוישן פאר א צווייטע ניק.
...צום שמייכלען,
___
יענץ געלעכטער..
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 12:36 pm
דורך לאדיך אפ
חבל על דאבדין ומשתכחין.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:13 pm
דורך א איד
איז ער נישט קרעמער פון איי וועלט
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:39 pm
דורך מוראדיג
in-Kolel האט געשריבן:אזוי ווי איך האלט מיר ביים געזעגענען פינעם אינטרנט לאור פינעם אויפוואכונג ביים היימישן ציבור צום פראבלעם פין אינטרנט וויל איך דא אויסדרוקן א גרויסן שכח פאר די מנהלים וואס האבן ציגעשטעלט א געשמאקע פלאץ ווי מ'קען כאפן א פיינע פרישה קאווע ווי אויכעט פאר די אלע חברים וואס העלפן ציגעבן דעם געשמאקע פרישקייט
זייט מיר אלע געזונט (נישט אויף צי ווידערזעהן)
פאר אינטערעסאנטקייט, גייסט אראפנעמען אינטערנעט פון דיין קאפיוטער אינגאנצן אדער לייגן א גאר שטארקן פילטער?
אויך זע איך פון אן אנדער אשכול אז דו האסט א סמארט-פאון. סאו גייסט עס אינגאנצן אויפגעבן אדער בלאקירן דעם אינטערנעט אדער לייגן א פילטער?
ענטפער שנעל נאך בעפאר דער כינוס הייבן זיך אן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:10 am
דורך זר זהב
איך זעה ער באזוכט נאך דא
(בערלבעלעגלה)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:24 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:זאלסט האבן אסאך הצלחה.
אונז האמער הנאה געהאט פון דיר און אויב דער יצה״ר וועט זיך שטארקן אויף דיר, מעגסטו צוריקומען דא און שרייבן, אדער קענסטו טוישן פאר א צווייטע ניק.
ברוך שכיוונתי. דאס זענען מיינע געזעגענונגס ווערטער פאר'ן כולל יונגערמאן. דו געזעגנסט דיך פון אונז. ביז צום נעקסטן מאל. אדער ביז ווען דער יצה"ר וועט זיך גובר זיין אויף דיר ח"ו
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:47 am
דורך חכם מחוכם
נעכטן איז ער דא געווען,וואס האקט ער אין טשייניק, זעהט זיך אויס אז דער יצר האט גובר געווען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:31 pm
דורך sunbar
די ביסט גוט. די האלטסט חשבון...