בלאט 1 פון 2
גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:19 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]יום ג' פרשת בלק געפאלט די יאהרצייט פון די לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זי"ע.
אזויווי איך האב עטליכע מאהל מיטגעהאלטן געוויסע טיילן פון די פייערונגען פון די יאהרצייט, וועל איך מיטטיילן די הנהגות פון די חסידי חב"ד בעת א הילולא פון זייער גרויסן רבי'ן. איך אליינס בין נתפעל געווארן פון א געהויבענע וועג ווי חסידים פראווען א הילולא.
וזה החלי:
א. כפי די הוראה פונעם רבי'ן לגבי דער מהריי"ץ האלטן די חסידים די יאהרצייט כעין אזויווי א קינד ביים טאטען.
ב. אזויווי עס קומט אלע מאהל אויס ביי די זמן התחלת הקיץ, אלע ישיבות פון חב"ד ענדיגן די זמן לקראת ההילולא, כדי די בחורים זאלן קענען מיט האלטן די הילולא סמוך ונראה למקומו אשר היה בחיים חיותו (נשמה בגוף), וכן סמוך ונראה למקום קבורתו.
ג. פון פאר שבת ווירבעלט זיך קרוין הייטס (ווייטער וועלן מיר שרייבן ק"ה) מיט הונדרעטער געסט בחורים מיט זייערע טאטעס וואס וואונען בכל קצוי תבל. עס קומען אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים, משפיעים ורמי"ם חשובים.
ד. יעדער וויל זיין נאהנט צום רבי'ן. יא, זיי בענקען זיך זייער שטארק נאך זייער רבי'ן. און דוקא דא קען זיי זיך פילן נאנט לאחר הסתלקותו.
ה. עס קומען פאר פילע התוועדיות, ווי חשובע משפיעים זיצן שעות לאנג אין ברענגן ארויס די עומק תורתו של רבינו. מען זינגט ניגוני געגועים ונגוני שמחה, ארויסברענגענדיג די זכות פון זיין דבוק אין זייער גרויסן רבי'ן, אבער נאך מעהר בענקעדיג זיך צו קענען 'נאך איינמאהל זעהן דעם רבי'ן'. שיעורים ווי מען לערנט און חזר'ט תורתו איז דא לרחצה.
ו. שבת איז דער מנהג אז יעדער איז עולה. זייער מנהג איז מען מאכט קיינמאהל נישט קיין הוספות. מען לייענט אסאך מאהל אזויווי שמחת תורה, כדי יעדער זאל קענען האבן אן עליה.
ז. ספיציעל איז דעם שבת ביים אוהל. איבער צוויי טויזענט חסידים קומען אויף שבת צום אהל. דארט איז דא א ריזיגע טענט וואס געקילט מיט ספעציעלע איר קאנדישאן. ארי' פרענקל פירט אהן מיט די סדר. ער ברענגט זיינע סאטמארע בויעס, זאלן מסדר זיין אלעס על צד היותר טוב.
דארט קען מען זאגן לא נתנו שינה לעינינו. עס קומען אהן פון די חשובסטע משפיעים אין עס קאכט זיך דארט.
קודם דאווענט מען מנחה. דערנאך איז דא סדרי הלימוד. יעדער לערנט ביז ווי לאנג ער וויל. מנינים קבלת שבת איז דא א גאנצע צייט. דערווייל ווי לאנג די ערשטע הייבן אהן זייער סעודה/פארברענג זיצן נאך די אנדערע איבעגעבויגען אויף זייער מאמר מיט זיין חברותא. דא און דארט זעט זיך אהן ווי יחידים דאווענען בעבודה. פאר זיי קען דער דאווענען דויערן ביז צוויי א האלב שעה! ביז צוועלף אזייגער האט שוין יעדער אפגעדאוונט, מען האלט שוין אין מיטן די פארברענג. יעדער פאהר טישן זיצט א צווייטער גרופע מיט זיין משפיע. מען שטייט ארום אים צוגעבויגן צו קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט. מען זינגט מען זאגט לחיים מען ווארעמט זיך מיט די אור פון די רבי.
אזוי פון בערך דריי אזייגער צביסלעך הייבט אהן די עולם צו דיין כאפן א דרימל. דער וואס האט א בעטל (אויב מען קען עס רופן א בעט) גייט אין זיין בעטלץ אנדערע שלאפן אויף א באנק. אנדערע שלאפן אין זייער קאר (זיי לעשן אויס די בעטערי). זיי קענען נאר שלאפן ביז די זין שיינט אויף, ווייל די קאר ווערט צו הייס.
שבת צופרי הייבט זיך אהן מיט א פרישקייט דער קומט לערנען פון בערך האלב נאך זיבן (זיי קענען נישט שלאפן סייווי) דאס גייט אהן עד יעדער ווי ער וויל. די ערשטע מנין איז צעהן אזייגער. אבער קריאת התורה איז שוין פון פריערד. די מנינים שחרית שטעלן זיך כסדר ביז בערך דריי אזייגער. דא לערנט איינער, דא שטייט א מנין, דא דאווענט איינער באריכות, דא עסט מען, דא זינגט מען, דא זאגט מען לחיים, דא פארברענגט א משפיע. עס איז א מחזה הוד וואס גייט אזוי אהן ביז א צוויי שעה נאכן זמן וואס יעדער פארט אהיים כאפן פרישע כוחות.
ח. די נעקסטע צוויי טעג איז דא פיל מיט שיעורים אין פארברענגענס איבעראל. יעדער מיט זיין קבוצה, זיין חברה, זיין ישיבה, מאכט זיך סדרים להתקשר לרבנו זי"ע.
ט. ספיציעל אין דעם טעג זענעם געוויסע חסידים מהדר זיך משתתף זיין מיט די מנינים ווי די רבי האט געדאווענט. סיי אין די גרויסע זאל אונטען, סיי אין דער קליינער זאל אויבן, סיי אין דעם רבינס שטוב (גן עדן העליון). אזוי אויך אין דער הויז פון דער רבי.
י. מאנטאג נאכט וועלן טויזענעטער פוקד זיין די אוהל הקדוש. אין דעם טענט וועלן הונדרעטער חברותותת לערנען די מאמרים פון די רבי. ספיציעל די באקאנטע מאמר ואתה תצוה, אדער ביום עשתי עשר, אדער באתי לגני. אין די טענט וועסטו כמעט נישט זעהן קיינעם סתם שמועסן. יעדער איז עוסק במשנתו של רבינו. עס ווערט ארויס געגעבן א קובץ לימוד, פול מיט זאכן וואס מען דארף לערנען. ביים אוהל איז נישטא קיין געלט אקציעס. עס איז אויך נישטא קיין גרויסער חלוקות פון עסן. פלענער קוקיס אין קאווע, וזהו. קיינער איז נישט יעצט ארנומען נאר מיט איין זאך די געגועים צום רבי'ן.
יא. דאס גיין צום אוהל איז אן עבודה בפני עצמה. אנדערש ווי ביי אונזערע קרייזן, דאס גיין צום אוהל איז פלאץ ווי מען קען פועלן אלעס גוטס, ביי זיי איז עס א מקום ווי מען גייט אריין צום רבי'ן אויף יחידות. ביי חסידי חב"ד איז יחידות א פלאץ ווי מען איז מתדבק נפש בנפש צום רבי'ן. דאס איז אזויווי ביי נעילה יו"כ. (דרך אגב יעדעס מאהל וואס א חסיד חב"ד גייט אריין צום אוהל איז דא דעם הרגשה בזעיר אנפין)
עס איז דא א לאנגע שורה ביז ארויס פון בית החיים וואס ווארטן אריין צו גיין צום אוהל. איך האב איינמאהל געווארט איבער צוויי שעה, ביז איך האב געקענט אריין. ביים שורה איז דא א מחיצה וואס צוטיילט מענער פון פרויען. עס איז אויך דא סקרעןס וואס ווייזן מראות קודש. אזוי אויך זאגט מען אויף די סקריןס הוראות פארן אריין גין צום אהל. ווי למשל די מנהג אז מען טוהן אויס די שיך, זאג די מענה לשון ווען דיו ווארטס. מען גייט אריין גרופעס ווייז. יעדער גרופע פון בערך זעכציג מענטשן אויף איינמאהל. מען האט נאר צייט צו לייענען די קוויטעל אין ארויס.
בשעת מען שטייט אויף די שורה איז יעדער תפוס בשרעפו. יעדער איז שטיל און איז עוסק בעבודתו פאר ער גייט צום אוהל. אהנקומענדיק צום אוהל, פילט מען אהן די אוהל מיט מענטשן מען פארמאכט די טיר. יעדער חב"ד חסיד געבט א קלאפ אויפן טיר פאר ער גייט אריין, כעין נטילת רשות כניסה כמנהג חב"ד. בשעת דו ביזסט אין אוהל איז שטיל, יעדער לייענט זיין פ"נ (=פדיון נפש, קוויטל בלע"ז) פאר זיך און דערנאך צורייסט ער עס און לייגט עס אריין ביי די קבר. די איינציגסטע גערודער וואס מען הערט איז ווי צעטליך ווערן צוריסן.
נאך זיין אינעווייניג פאר גאנצע צוויי מינוט צוקלינקט זיך די טיימער, און מען רופט אויס ביטע גיי צום טיר, און מאך פלאץ פאר אנדערע.
יב. עס קומען פון אלע שיכטען אין קרייזן. לעצטע יאהר האב איל געטראפן א גרופע סאטמארע בחורים פון קווינס. פרעג איך זיי מאי האי? זאגן זיי אז אין ישיבה איז דא שטילעהייט א גרעסערע קבוצה בחורים וואס זענען עוסק בחסידות! נו, נישט קיין ערגערס.
יג. מען לאזט אריין אין דער אוהל עקסטער קבוצות נשים און עקסטער אנשים.
יד. אזוי גייט אהן די גאנצע מעת לעת פון די יאהרצייט.
טו. דינסטאג נאכט איז דא די צענטראלע פארברענגענס איבעראל. סיי ביין אוהל סיי אין 770 אזוי אויך איז דא אין די גרעסערע זאלן אין ק"ה. אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי לעקוואד קומען פאר פארברענגן אדער דינסטאג נאכט אדער אין די ימים הסמוכים.
רבותי, טעמו וראו כי טוב, דער פלאץ איז אפען פאר יעדער איד. דער וואס וויל קען זיך אריבער כאפן אין אליינס בייוואונען דעם התרוממות'דיגער אויר וואס הערשט ביי דעם פלאץ.
און יא, פועלט אלעס גוטס!!!![/justify]
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:03 pm
דורך יין שרף
מי שלא ראה יומא דהילולא זו, לא ראו יומא דהילולא מימיו!
שוין יארן וואס איך בין פוקד די ציון הק' ביומא דהילולא מיט א חב"ד'סקע חבר, (הגם מיט חב"ד האב איך זולטש שייכות, סך הכל האבן מיר געוואוינט אלס אינגעל אין ק"ה בשכינות 770) די התרוממות הנפש דארט איז אין לשער!
די פאר ליידיגייער וואס זאגן נישט די גאנצע "מענה לשון" אויפן איבער צוויי שעות'דיגע לאנגע שיירה וואס שלענגעלט זיך פון די גאס ביזן ציון הק', און שמועסן צווישן זיך אדער וואטשען די "מראות החיים" יעדע 50 פוס בערך, און כאפן א קאלט גלעזל וואסער וואס איז אויסגעלייגט איבער גאנצען וועג. אבער ווען ס'קומט זיי אן אין די שירה צו זיי אריין געלאזט ווערן צום ציון (די גאנצע וועג איז א טענט מיט א מחיצה, און מען לאזט אריין איין SHIFT מענער אין איין פרויען) כאפט זיי אן א שטילשווייגעניש און א פחד און ווארטן אויס די פאר מינוט ביז מען גייט זיי אריינלאזן.
יעדער איינער טוט זיך אויס די שיך (מען שטעלט צו קראקס פאר ווער ס'וויל!) פאר מען גייט אריין אין אהל, (אינטרעסאנט אז עס איז נישט אזא אהל וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו זעהן נאר 4 ווענט אן א דאך). מען לייגט די שיך אויף א וואגן, און ווען מען קומט ארויס פונעם ציון פון די אנדערע טיר ווארטען דארט אפ די שיך!
ראש הישיבה האט געשריבן:רבותי, טעמו וראו כי טוב, דער פלאץ איז אפען פאר יעדער איד. דער וואס וויל קען זיך אריבער כאפן אין אליינס בייוואונען דעם התרוממות'דיגער אויר וואס הערשט ביי דעם פלאץ.
און יא, פועלט אלעס גוטס!!!!
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 5:22 pm
דורך ראש הישיבה
פאר דער וואס וויל וויסן: רבי זלמן גופין פארברענגט היינט נאכט אין ק"ה אין ביהמ"ד אהל נתן 580 crown st בשעה 9:30, פאר די 'היימישע עולם'. די פארברענג וועט זעך ציהען ביז אין די פריער שעה'ן.
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 6:33 pm
דורך positive.yid
ז. ספיציעל איז דעם שבת ביים אוהל. איבער צוויי טויזענט חסידים קומען אויף שבת צום אהל. דארט איז דא א ריזיגע טענט וואס געקילט מיט ספעציעלע איר קאנדישאן. ארי' פרענקל פירט אהן מיט די סדר. ער ברענגט זיינע סאטמארע בויעס, זאלן מסדר זיין אלעס על צד היותר טוב.
ווען ס'דא וואלען אין וויליאמסבורג ברענגט מען אריבער חבדסקע בחורים צו האלטן קאנטראל אין ווילימאסבורג...
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 8:43 pm
דורך איינגעמיירעט
שיטה מקובצת האט געשריבן:זייער שיין באשריבן. גם אני בין זיך נוהג צו גיין כמעט יעדעס יאהר צום ציון. הגם מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט סוף ימיו נישט געגליכן די גאנצע משיחיזם באוועגונג נאך בחייו פונעם רבי'ן, האט ער אבער אין די פריערדיגע יאהרן יא זיך אויסגעדרוקט מיט שטארקע שעצונג אויף חב"ד און אויפ'ן רבי'ן זצ"ל.
זכותו יגן עלינו.
קומסט מיר פאר ווי די חסידים שווענץ,די רבי האט זיך אזי אדער אזוי אויסגעדרוקט.
איך מיין אז רבי אביגדור האט געלערערענט אביסעל אליין צו טראכטען, נישט בלויז עם נאך בלעבלען.
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 9:00 pm
דורך יין שרף
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 9:14 pm
דורך יאיר
אפשר איז דא נישט דאס פלאץ, אבער איך האב שוין לאנג געוואלט אז איינער פון די חסידי ומעריצי הרבי מליובאוויטש זאל ערקלערן וואס גענוי דער רבי האט פארקויפט, ווייל לדאבוני האב איך נישט געקענט לייגן מיין האנט דערויף.
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:55 pm
דורך ונבנתה העיר
יאיר, דיין שאלה טיילט זיך באמת אין צוויי חלקים.
א) וואס עפעס חב"ד? ווייל אז איינער איז אינטערעסירט אין תורת חב"ד און אין זייער לעבענסשטייגער, איז נישט קיין גרויסע שאלה 'פארוואס עפעס דער רבי?' ווייל נאך אלעם איז ער דער וואס גיבט איבער דער דרך החבדית בדורינו, מאמרים, ניגונים, שיחות וכו' און דער גאנצער קולטור ארום און ארום, און אז איינער געדענקט איהם נישט בחייו [און אפי' יא] האט ער הונדערטער געדרוקטע בענדער מכל הנ"ל, צעהדליגע בענדער אגרות קודש און צאהל-לאזע שעות פון וידיאו, ממילא דארף אזא איינער ענדערש א סיבה אויף נישט ווי אויף פארקערט.
פארוואס זאל איינער זיין אינטערעסירט אין תורת חב"ד? דאס קענסטו זיך אליין פארשטעלן מן הסתם.
ב) וואטס אפ וויט דע רבי? וואס איז מיט איהם אליין, פארוואס ווערן מענטשן איבערגענומען פון זיין אישיות, פון זיין פערזענליכקייט, אפגעזעהן פון דעם וואס ער איז דער צינור וואס גיבט איבער חסידות חב"ד.
איז קודם לאז מיר מקדים זיין פארוואס געווענטליך פארגייט מיר די אפעטיט דאס מסביר צו זיין פאר מענטשן, סיי ווער עס האט זיך נישט באקענט מיט איהם פון דער נאנט אויף א גרונטליכן אופן - זאל ער זיין א קלוגער און ברייטער בר שכל המבין דבר מתו"ד, ווי דו - האט אין קאפ א געוויסע מענטל בילד פון איהם וואס איז געבויעט אויף די לעצטע 10 - 15 יאהר פון זיין לעבן, די תקופה ווען ער איז שוין כאילו 'נערוועז' געווארן אז די ארבעט גייט נישט, און די חסידי חב"ד זענען שולדיג אין דעם, פארוואס זיי טוהן דאס ווייס איך נישט [אפשר יא...], אבער דאס איז דער פאקט, און עס איז א געפערליכער מכשול פאר איינער וואס וויל באקומען א קלארע בילד אויף זיינע 93 יאהר [בכלל ווער איך פערזענדליך מער נתפעל פון זיינע יאהרן אין רוסלאנד, לאטאוויע\פוילן, דייטשלאנד און פאריז ווי אין אמעריקע, ואין בי כח להאריך].
אבער לכבודך וועל איך זיך אנשטרענגן צו שרייבן אפאר ווערטער, לא כל העיתים שוות, אין אנדערע תקופות ווער איך נתפעל פון אנדערע נקודות, אבער דאס קומט מיר יעצט אין קאפ.
אני בעניי האב נאכנישט אנגעטראפן א איד זאל זיין אזוי דבוק אל המטרה 24\7\354, אזוי קענען דורכקוקען יעדע מציאות ומצב אויפן וועג צום מטרה ווי זיי זאלן זיין פון גלאז, די אקסלען זאלן צופינקעלט ווערן, הימל און ערד זאלן זיך צוזאמען קומען און פון זיינס נישט אוועקגיין ווי דער קאצקער רבי האט געזאגט, און אעפ"כ זאל קיין ברעקל 'זיך' זיך נישט דערקענען, די גאנצע אנוכיות האט ער מסלק געווען פונעם עקוועישאן.
א איד וואס האט לפי ערך געזעהן און געוואוסט א וועלט [פאר די אינפאו עפאכע, ולמען הנקודה איז נישט וויכטיג צו ער האט אלעס ריכטיג אפגעלערנט], אבער אין וואס ער האט געגלייבט האט ער געגלייבט באמונה שאין בדומה לה, ער איז געווען גרייט איינצושטעלן עולם ומלואו אויף וואס ער האט געגלייבט, אט דאס איז א דוגמה פון הנחת עצמותו ווי עס הייסט אין חב"ד.
אם לעצתי תשמע, קוק אביסל די ערשטע דרייסיג בענדער פון
תורת מנחם [נישט ליקוטי שיחות], און לייען אביסל אגרות קודש וואס איז אן אוצר בלום אויף אביסל צו כאפן זיין מהלך המחשבה, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
פארשטייט זיך אז איינמאהל מען כאפט התפעלות פון איהם איז שוין אוהב מה שאהוב אוהב, מען הייבט אהן גלייבן אין חסידות [און אין אלוקות...], אין די מדרגה הנקראת 'רבי' וכו' וכו', ממילא היינט האלט עס שוין אז איך גלייב אין נשמה כוללת וכו' בעוה"ר...
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:22 am
דורך בר דעת
ונבנתה, אייזן!
א געמיש פון אויבער'חכמישקייט מיט אמונת צדיקים. מי יתן כל עם החסידים חכמים ועצמאיים כמוך.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 2:34 pm
דורך ראש הישיבה
יאיר האט געשריבן:אפשר איז דא נישט דאס פלאץ, אבער איך האב שוין לאנג געוואלט אז איינער פון די חסידי ומעריצי הרבי מליובאוויטש זאל ערקלערן וואס גענוי דער רבי האט פארקויפט, ווייל לדאבוני האב איך נישט געקענט לייגן מיין האנט דערויף.
חסידות מיט מסירת נפש אויף צו ראטעווען א צווייטע איד
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:19 am
דורך הוגה
א גרויסע יישר כח ראש הישיבה פאר דער שיינע און אינטערעסאנטע באשרייבונג. זאלט איר וויסן אז לכבודכם ובזכותכם בין איך היינט געפארן דאס ערשטע מאל צום אהל. יא, כ'האב געווארט צוויי שעה אויפן תור אריינצוגיין צום אהל. עס איז געווען געוואלדיגע עקספיריענס. זאל מען האבן גע'פועל'ט ישועות פאר אלעמען.
.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 3:00 am
דורך הוגה
איך האב קיין סאך צוצולייגן צו וואס ראש הישיבה האט געשריבן, נאר צוויי קליינע נקודות.
1) די צוויי שעה ווארטנדיג אויפן שורה איז בכלל נישט לאנגווייליג צוליב דעם וואס א יעדע צען פופצן פוס איז דא א מאניטאר וואס שפילט א פארברענגן פונעם רבי. איך וואונדער זיך אויב בחייו פונעם רבי האט מען געכאפט וואס פאר א וויכטיגע ראלע די טויזענטע שעות פון אויפגעכאפטע ווידאו פונעם רבי וועט שפילן אין די קיום החסידות.
2) די געוואלדיגע ערענסקייט, רואיג'קייט און סדר ביים אריינגיין ווי אויך אינעווייניג אינעם אוהל, איז להפליא. עס איז נישט דא קיין קולות ויללות, מען רייסט נישט איין קיין וועלטן, מען איז נישט מפציר, ועאכו"כ שטופט מען זיך נישט. מ'שטייט שטיל מיט דרך ארץ, מיט א מין מעדיטעיטיוו ערענסקייט און מען איז זיך מקשר.
.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:27 pm
דורך מאטי
ונבנתה, ווי אזוי רעקאנסיילסטו זיין איגנארענץ און קיצוינישע לעכערליכע צוגאנג צו סייענטיסטישע באווייזן, באשריבן אין "מיינד אווער מעטער."
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 3:49 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האלט נאך אינמיטן ריקאנסיילן (הגם פון דעם בוך האב איך קיינמאל געהערט), און זייענדיג נאך א גרעסערער לעימען ווי דער רבי בין איך נאכנישט איבערצייגט אין פונקטליך וואו, ווען און וואו ווייט ער האט עס נישט ריכטיג אפגעלערנט.
אבער די עיקר נקודה איז אודאי אז איך האב איהם נישט אויסגעקליבן אלס פראפעסאר, איך בין אין איהם בוחר אלס מענטש, אלס איד, אלס רבי.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 3:51 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב היינט געדאוונט אין א סאטמארע מנין צענטער. איינער פון די מתפללים נישט א חבדסקר, סתם א חברה'מאן, האט געשטעלט א סעודת הילולא לכבוד ג' תמוז. דער עולם האט געגעסן און געזאגט לחיים זי"ע. אשרינו אז מען האלט שוין אז אין א סאטמערע ביהמ"ד קען מען זאגן לחיים לכבוד דער ליובאוויטשער.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:50 pm
דורך ראש הישיבה
אזויווי עס גייט זיין נאכאמאל דער יארצייט פון דער רבי זי"ע ועדיין לא נושענו, ברענג איך ארויף דעם אשכול.
דאס יאר גייט געפאלן די יארצייט אויף דעם קומענדיגע שבת קודש פרשת קורח. אויף שבת קודש גייען טויזענטער אידן צוזאמען מיט צענדליגער משפיעים וויילן אוף שבת סמוך ונראה צום אוהל. עס ווערט צוגעגרייט א ריזיגע אפעראציע פאר דעם שבת דארט אין קווינס. עס וועט זיין אהנגעפירט לויט ווי איך הער דורך YF PRODUCTION. דאס איז דער באקאנטער יוחנן פליישמאן וואס האט שוין אהנגעפירט עטליכע כ"א כסלו מסיבות אין סאטמאר און עטליכע גרויסע רבישע חתונות.
אזוי אויך אין קרוין הייטס גייען זיך צוזאם קומען טויזנטער אידן מיט משפיעים לכבוד יום ההסתלקות.
די עלייה לציון (אדער ווי חסידים רופן עס אריינגיין אויף יחידות) גייט פארקומען ערב שבת און מוצאי שבת און זונטאג.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:52 pm
דורך ראש הישיבה
איך צוטיר דא וואס איך האב פאריאיאר געשריבן אהנהייב דעם אשכול.
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]יום ג' פרשת בלק געפאלט די יאהרצייט פון די לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זי"ע.
אזויווי איך האב עטליכע מאהל מיטגעהאלטן געוויסע טיילן פון די פייערונגען פון די יאהרצייט, וועל איך מיטטיילן די הנהגות פון די חסידי חב"ד בעת א הילולא פון זייער גרויסן רבי'ן. איך אליינס בין נתפעל געווארן פון א געהויבענע וועג ווי חסידים פראווען א הילולא.
וזה החלי:
א. כפי די הוראה פונעם רבי'ן לגבי דער מהריי"ץ האלטן די חסידים די יאהרצייט כעין אזויווי א קינד ביים טאטען.
ב. אזויווי עס קומט אלע מאהל אויס ביי די זמן התחלת הקיץ, אלע ישיבות פון חב"ד ענדיגן די זמן לקראת ההילולא, כדי די בחורים זאלן קענען מיט האלטן די הילולא סמוך ונראה למקומו אשר היה בחיים חיותו (נשמה בגוף), וכן סמוך ונראה למקום קבורתו.
ג. פון פאר שבת ווירבעלט זיך קרוין הייטס (ווייטער וועלן מיר שרייבן ק"ה) מיט הונדרעטער געסט בחורים מיט זייערע טאטעס וואס וואונען בכל קצוי תבל. עס קומען אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים, משפיעים ורמי"ם חשובים.
ד. יעדער וויל זיין נאהנט צום רבי'ן. יא, זיי בענקען זיך זייער שטארק נאך זייער רבי'ן. און דוקא דא קען זיי זיך פילן נאנט לאחר הסתלקותו.
ה. עס קומען פאר פילע התוועדיות, ווי חשובע משפיעים זיצן שעות לאנג אין ברענגן ארויס די עומק תורתו של רבינו. מען זינגט ניגוני געגועים ונגוני שמחה, ארויסברענגענדיג די זכות פון זיין דבוק אין זייער גרויסן רבי'ן, אבער נאך מעהר בענקעדיג זיך צו קענען 'נאך איינמאהל זעהן דעם רבי'ן'. שיעורים ווי מען לערנט און חזר'ט תורתו איז דא לרחצה.
ו. שבת איז דער מנהג אז יעדער איז עולה. זייער מנהג איז מען מאכט קיינמאהל נישט קיין הוספות. מען לייענט אסאך מאהל אזויווי שמחת תורה, כדי יעדער זאל קענען האבן אן עליה.
ז. ספיציעל איז דעם שבת ביים אוהל. איבער צוויי טויזענט חסידים קומען אויף שבת צום אהל. דארט איז דא א ריזיגע טענט וואס געקילט מיט ספעציעלע איר קאנדישאן. ארי' פרענקל פירט אהן מיט די סדר. ער ברענגט זיינע סאטמארע בויעס, זאלן מסדר זיין אלעס על צד היותר טוב.
דארט קען מען זאגן לא נתנו שינה לעינינו. עס קומען אהן פון די חשובסטע משפיעים אין עס קאכט זיך דארט.
קודם דאווענט מען מנחה. דערנאך איז דא סדרי הלימוד. יעדער לערנט ביז ווי לאנג ער וויל. מנינים קבלת שבת איז דא א גאנצע צייט. דערווייל ווי לאנג די ערשטע הייבן אהן זייער סעודה/פארברענג זיצן נאך די אנדערע איבעגעבויגען אויף זייער מאמר מיט זיין חברותא. דא און דארט זעט זיך אהן ווי יחידים דאווענען בעבודה. פאר זיי קען דער דאווענען דויערן ביז צוויי א האלב שעה! ביז צוועלף אזייגער האט שוין יעדער אפגעדאוונט, מען האלט שוין אין מיטן די פארברענג. יעדער פאהר טישן זיצט א צווייטער גרופע מיט זיין משפיע. מען שטייט ארום אים צוגעבויגן צו קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט. מען זינגט מען זאגט לחיים מען ווארעמט זיך מיט די אור פון די רבי.
אזוי פון בערך דריי אזייגער צביסלעך הייבט אהן די עולם צו דיין כאפן א דרימל. דער וואס האט א בעטל (אויב מען קען עס רופן א בעט) גייט אין זיין בעטלץ אנדערע שלאפן אויף א באנק. אנדערע שלאפן אין זייער קאר (זיי לעשן אויס די בעטערי). זיי קענען נאר שלאפן ביז די זין שיינט אויף, ווייל די קאר ווערט צו הייס.
שבת צופרי הייבט זיך אהן מיט א פרישקייט דער קומט לערנען פון בערך האלב נאך זיבן (זיי קענען נישט שלאפן סייווי) דאס גייט אהן עד יעדער ווי ער וויל. די ערשטע מנין איז צעהן אזייגער. אבער קריאת התורה איז שוין פון פריערד. די מנינים שחרית שטעלן זיך כסדר ביז בערך דריי אזייגער. דא לערנט איינער, דא שטייט א מנין, דא דאווענט איינער באריכות, דא עסט מען, דא זינגט מען, דא זאגט מען לחיים, דא פארברענגט א משפיע. עס איז א מחזה הוד וואס גייט אזוי אהן ביז א צוויי שעה נאכן זמן וואס יעדער פארט אהיים כאפן פרישע כוחות.
ח. די נעקסטע צוויי טעג איז דא פיל מיט שיעורים אין פארברענגענס איבעראל. יעדער מיט זיין קבוצה, זיין חברה, זיין ישיבה, מאכט זיך סדרים להתקשר לרבנו זי"ע.
ט. ספיציעל אין דעם טעג זענעם געוויסע חסידים מהדר זיך משתתף זיין מיט די מנינים ווי די רבי האט געדאווענט. סיי אין די גרויסע זאל אונטען, סיי אין דער קליינער זאל אויבן, סיי אין דעם רבינס שטוב (גן עדן העליון). אזוי אויך אין דער הויז פון דער רבי.
י. מאנטאג נאכט וועלן טויזענעטער פוקד זיין די אוהל הקדוש. אין דעם טענט וועלן הונדרעטער חברותותת לערנען די מאמרים פון די רבי. ספיציעל די באקאנטע מאמר ואתה תצוה, אדער ביום עשתי עשר, אדער באתי לגני. אין די טענט וועסטו כמעט נישט זעהן קיינעם סתם שמועסן. יעדער איז עוסק במשנתו של רבינו. עס ווערט ארויס געגעבן א קובץ לימוד, פול מיט זאכן וואס מען דארף לערנען. ביים אוהל איז נישטא קיין געלט אקציעס. עס איז אויך נישטא קיין גרויסער חלוקות פון עסן. פלענער קוקיס אין קאווע, וזהו. קיינער איז נישט יעצט ארנומען נאר מיט איין זאך די געגועים צום רבי'ן.
יא. דאס גיין צום אוהל איז אן עבודה בפני עצמה. אנדערש ווי ביי אונזערע קרייזן, דאס גיין צום אוהל איז פלאץ ווי מען קען פועלן אלעס גוטס, ביי זיי איז עס א מקום ווי מען גייט אריין צום רבי'ן אויף יחידות. ביי חסידי חב"ד איז יחידות א פלאץ ווי מען איז מתדבק נפש בנפש צום רבי'ן. דאס איז אזויווי ביי נעילה יו"כ. (דרך אגב יעדעס מאהל וואס א חסיד חב"ד גייט אריין צום אוהל איז דא דעם הרגשה בזעיר אנפין)
עס איז דא א לאנגע שורה ביז ארויס פון בית החיים וואס ווארטן אריין צו גיין צום אוהל. איך האב איינמאהל געווארט איבער צוויי שעה, ביז איך האב געקענט אריין. ביים שורה איז דא א מחיצה וואס צוטיילט מענער פון פרויען. עס איז אויך דא סקרעןס וואס ווייזן מראות קודש. אזוי אויך זאגט מען אויף די סקריןס הוראות פארן אריין גין צום אהל. ווי למשל די מנהג אז מען טוהן אויס די שיך, זאג די מענה לשון ווען דיו ווארטס. מען גייט אריין גרופעס ווייז. יעדער גרופע פון בערך זעכציג מענטשן אויף איינמאהל. מען האט נאר צייט צו לייענען די קוויטעל אין ארויס.
בשעת מען שטייט אויף די שורה איז יעדער תפוס בשרעפו. יעדער איז שטיל און איז עוסק בעבודתו פאר ער גייט צום אוהל. אהנקומענדיק צום אוהל, פילט מען אהן די אוהל מיט מענטשן מען פארמאכט די טיר. יעדער חב"ד חסיד געבט א קלאפ אויפן טיר פאר ער גייט אריין, כעין נטילת רשות כניסה כמנהג חב"ד. בשעת דו ביזסט אין אוהל איז שטיל, יעדער לייענט זיין פ"נ (=פדיון נפש, קוויטל בלע"ז) פאר זיך און דערנאך צורייסט ער עס און לייגט עס אריין ביי די קבר. די איינציגסטע גערודער וואס מען הערט איז ווי צעטליך ווערן צוריסן.
נאך זיין אינעווייניג פאר גאנצע צוויי מינוט צוקלינקט זיך די טיימער, און מען רופט אויס ביטע גיי צום טיר, און מאך פלאץ פאר אנדערע.
יב. עס קומען פון אלע שיכטען אין קרייזן. לעצטע יאהר האב איל געטראפן א גרופע סאטמארע בחורים פון קווינס. פרעג איך זיי מאי האי? זאגן זיי אז אין ישיבה איז דא שטילעהייט א גרעסערע קבוצה בחורים וואס זענען עוסק בחסידות! נו, נישט קיין ערגערס.
יג. מען לאזט אריין אין דער אוהל עקסטער קבוצות נשים און עקסטער אנשים.
יד. אזוי גייט אהן די גאנצע מעת לעת פון די יאהרצייט.
טו. דינסטאג נאכט איז דא די צענטראלע פארברענגענס איבעראל. סיי ביין אוהל סיי אין 770 אזוי אויך איז דא אין די גרעסערע זאלן אין ק"ה. אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי לעקוואד קומען פאר פארברענגן אדער דינסטאג נאכט אדער אין די ימים הסמוכים.
רבותי, טעמו וראו כי טוב, דער פלאץ איז אפען פאר יעדער איד. דער וואס וויל קען זיך אריבער כאפן אין אליינס בייוואונען דעם התרוממות'דיגער אויר וואס הערשט ביי דעם פלאץ.
און יא, פועלט אלעס גוטס!!!![/justify]
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 7:38 pm
דורך [NAMELESS]
ווייסט איינער צו ליובאוויטש גייט צושטעלן וועגן פון מאנסי צום אוהל זונטאג נאכן יארצייט?
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 7:39 pm
דורך יין שרף
פרעג סיי ווועלכער לובאוויטשע חסיד. ער וועט זיך פרייען דיר מיטצונעמען.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 10:28 pm
דורך קאך_לעפל
עטליכע זאכן געפעלט מיר זיייער אין חב''ד.
ביי זיי האט געלט נישט קיין שום חשיבות, דער מאטריאליסטישען צושטאנד פון א מענטש איז דארט לא מעלה ולא מוריד, די קענסט זיין דער גרעסטער עושר, דאך וועט מען דיך נישט ארויפקוקן אדער זוכן מיט דיר צו שטייען אין ווארט, ווידער אום פארקערט אפילו די ביזט א בלוטיגער ארימאן און די פארמאגסט קוים א דאך איבערן קאפ, אבער די האסט וואס צו פארקויפן, די ביזט א אויסגעהארעוועטער איד, וועט מען דיך קישען די הענד און דיך נאכצולויפן צו הערן פון דיר עפעס א ווארט. מיט דעם בין איך זיי ממש מקנא... אין חב''ד ארבייט אלעס מיטן קאפ, פונקט קאפויער ווי אין די היינטיגע אונגארישע חסידות'ען.
נאך א זאך געפעלט מיר דארט זייער, זייער שמחות הנפש.
א חבד'סקער קען זיין א בלוטיגער ארימאן, און האבן צרות אויפן קאפ וויפול נעגל עס איז דא אויפן דאך, דאך לעבט ער מיט א שמחת הנפש כי בו ישמח לבינו כי בשם קדשו בטחנו. זיין אמונה און דביקות אינעם הייליגער באשעפער גיבט אים חיות און שמחה אין אלע זיינע מצבים, און ער פאלט נישט אריין אין קיין דיפרעסיע. עס גייט אים נישט אן וואס יענער טראכט און וואס יעדער זאגט אויף אים, עס אינטערעסירט אים בלויז זיך מער צו דערגרינטעווען אין גדלות הבורא בהוב''ש.
דער גאנצער שאיפה פון א אמת'ע חבדסקער איז בלויז צו טאן א נחת רוח פארן הייליגען באשעפער, ער וועט שטיין אין טיים סקווער לייגען תפילין פאר היפיס, ער וועט נאכלויפן מענטשען אין די גאסן פון סאן פארסיצקא מזכה צו זיין מיט שאקלן די ד' מינים, ער וועט צינדען חנוכה ליכט אין די גאסען פון מארסיי, טראץ דעם וואס מען לאכט פון אים, עס אינטערעסירט אים נישט כי הוא זה, ווי לאנג ער האלט ביי זוך אז ער טוהט א נחת רוח פארן הייליגען באשעפער. ער האט יעדען אין דער ערד.
א דאנק דעם זענען זיי בייגעשטאנען מיט מסירות נפש די שווערע נסיונות אינעם קאמעניסטישען גן עדן, זיי האבן זיך נישט געשעהמט און נישט מורא געהאט פאר די קאמעניסטען, און פראקערצירט אידישקייט מיטן גרעסטן מאס מס''נ, אונטער די שווערסטע אומשטענדן, דער פאקט פון פיזישע ליידען האט זיי נישט אפגעשראקן פון טוהן דעם רצון ה'. אזוי ווי דער מהרי''ץ האט געזאגט פארן קאמעניסטישען קאמיסאר ווען דער קאמיסאר האט אים צוגעלייגט א ביקס צום קאפ. מורא האבן קען נאר איינער וואס פארמאגט צוויי געטער, און איין וועלט. אבער איינער וואס האט איין ג-ט און צוויי וועלטען קען זיך פאר קיין בו''ד נישט דערשרעקן...
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 11:37 pm
דורך שמעון וואלף
קאך לעפל, טרייבסט אביסול איבער זייער תמימות אבער ס'ליגט אסאך אמת אין דיינע ווערטער
Re: גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:02 am
דורך ווייס פרעזידענט
קאך_לעפל האט געשריבן:עטליכע זאכן געפעלט מיר זיייער אין חב''ד.
ביי זיי האט געלט נישט קיין שום חשיבות, דער מאטריאליסטישען צושטאנד פון א מענטש איז דארט לא מעלה ולא מוריד, די קענסט זיין דער גרעסטער עושר, דאך וועט מען דיך נישט ארויפקוקן אדער זוכן מיט דיר צו שטייען אין ווארט, ווידער אום פארקערט אפילו די ביזט א בלוטיגער ארימאן און די פארמאגסט קוים א דאך איבערן קאפ, אבער די האסט וואס צו פארקויפן, די ביזט א אויסגעהארעוועטער איד, וועט מען דיך קישען די הענד און דיך נאכצולויפן צו הערן פון דיר עפעס א ווארט. מיט דעם בין איך זיי ממש מקנא... אין חב''ד ארבייט אלעס מיטן קאפ, פונקט קאפויער ווי אין די היינטיגע אונגארישע חסידות'ען.
נאך א זאך געפעלט מיר דארט זייער, זייער שמחות הנפש.
א חבד'סקער קען זיין א בלוטיגער ארימאן, און האבן צרות אויפן קאפ וויפול נעגל עס איז דא אויפן דאך, דאך לעבט ער מיט א שמחת הנפש כי בו ישמח לבינו כי בשם קדשו בטחנו. זיין אמונה און דביקות אינעם הייליגער באשעפער גיבט אים חיות און שמחה אין אלע זיינע מצבים, און ער פאלט נישט אריין אין קיין דיפרעסיע. עס גייט אים נישט אן וואס יענער טראכט און וואס יעדער זאגט אויף אים, עס אינטערעסירט אים בלויז זיך מער צו דערגרינטעווען אין גדלות הבורא בהוב''ש.
דער גאנצער שאיפה פון א אמת'ע חבדסקער איז בלויז צו טאן א נחת רוח פארן הייליגען באשעפער, ער וועט שטיין אין טיים סקווער לייגען תפילין פאר היפיס, ער וועט נאכלויפן מענטשען אין די גאסן פון סאן פארסיצקא מזכה צו זיין מיט שאקלן די ד' מינים, ער וועט צינדען חנוכה ליכט אין די גאסען פון מארסיי, טראץ דעם וואס מען לאכט פון אים, עס אינטערעסירט אים נישט כי הוא זה, ווי לאנג ער האלט ביי זוך אז ער טוהט א נחת רוח פארן הייליגען באשעפער. ער האט יעדען אין דער ערד.
א דאנק דעם זענען זיי בייגעשטאנען מיט מסירות נפש די שווערע נסיונות אינעם קאמעניסטישען גן עדן, זיי האבן זיך נישט געשעהמט און נישט מורא געהאט פאר די קאמעניסטען, און פראקערצירט אידישקייט מיטן גרעסטן מאס מס''נ, אונטער די שווערסטע אומשטענדן, דער פאקט פון פיזישע ליידען האט זיי נישט אפגעשראקן פון טוהן דעם רצון ה'. אזוי ווי דער מהרי''ץ האט געזאגט פארן קאמעניסטישען קאמיסאר ווען דער קאמיסאר האט אים צוגעלייגט א ביקס צום קאפ. מורא האבן קען נאר איינער וואס פארמאגט צוויי געטער, און איין וועלט. אבער איינער וואס האט איין ג-ט און צוויי וועלטען קען זיך פאר קיין בו''ד נישט דערשרעקן...
ווי סבאקאנט אז אדמורי טשערנאביל האבן נישט געלאזט לערנען תניא מיט לקוטי מוהרן האב איך געהערט פון א אדם חשוב מקור מוסמך א אינגערמאן איז אמאל אריין צום אלטען מחנובקה רבי זצל איז ער געזעצען איבער א אפענע ליקוטי מוהרן אין צו דער זייט א תניא פרעגט דער אינגערמאן צו אין טשערנאביל האט מען דאס געלערנט?! זאגט אים דער אלטע מחנובקה רבי ווען איך בין געוועהן אין רוסלאנד האבן אלע אידען ר"ל זיך אינטערגעגעבען חוץ ברסלב אין חבד האבן זיך געשלאגען מיט מסירות נפש ביז בלוט ועד בכלל וויל איך וויסען פירט אויס מחנובקה רבי זצל וואס זאגען זייערע ספרים אז מקאכט אזוי אויף אידישקייט און אוהז פארמאגען נישט
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 5:32 am
דורך [NAMELESS]
ח"ו, אין טשערנאביל האט מען דוקא יא געלערנט תניא. ס'נישט געווען אזא זאך אז מ'זאל נישט לערנען א געוויסע ספר אין טשערנאביל, אריינגערעכנט ספרי חב"ד וברעסלאב. נאר אין סקווירא איז עס געווארן איינגעפירט, ווי כ'האב שוין אמאל דא עס אויסגעשמועסט.
די מאחנובקער האט נישט געזאגט אז ער וויל זען וואס שטייט דארט, נאר ער האט געזאגט ווער דען האט זיך געהאלטן ביי יידושקייט אויב נישט די חב"ד'סקער און ברעסלעווער און פאר דעם האט ער באקומען א שטארקע חשק צו זיי, און מ'האט עם בכלל געזען מיט פארשידענע ספרי חב"ד און ברעסלעב. (מ'האט עם עניוועי כמעט נישט געזען מיט קיין חסידיש ספר, ער האט נאר געלערנט גמרא און שו"ע אגאנצער טאג כידוע התמדתו המופלגת).
מ'דערציילט ענליכ'ס צו דעם אויף נאך רוסלאנד געליטענע ווי למשל דער ריבניצער און דער בוהושער רבי זצ"ל