קאלטבלוטיגע אבר מן החי פרעסערס!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

קאלטבלוטיגע אבר מן החי פרעסערס!

שליחה דורך שיטה מקובצת »

ווער עס האט נאר אמאל געזעהן די וואונדערליכע פילמען פון "נעשאנעל דזשעאגראפיקס" האט נישט נאר באוואונדערט די אומגעהויערע נפלאות הבורא מיט וואס די וועלט פירט זיך, די חכמה אלוקית וואס מ'זעהט אין יעדן ריר, די ימים ונהרות, הרים וגבעות, וכו' וכו', כל מיני בעלי חיים, און זייערע לעבנס, און ווי אזוי יעדע בעל חי שטימט מיט דעם "איקוויליברום" פאר דעם ענווייראנמענט. עס שרייט זיך פון דעם ארויס דעם מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית.

די וואונדערליכע פילמען ברענגען אונז צו אנערקענען דעם חילוק פון דעם מענטשליכן מאראל קעגן בעלי חיים, וואס ביי טייל פון זיי איז דאס גאנצע לעבן אנגעהאנגען אין דעם איש את רעהו חיים בלעהו, ווען די גאנצע דיעטע פון פארציקענדע לייבן באשטייט פון צערייסן הערשן און אינדען, און מיט א ברוטאלקייט זיי צו דערשטעכן און צעפליקן לעבעדיגערהייט.

אין די צייט וואס מענטשן האבן די מעגליכקייט און פעאיגקייט צו פארשטיין א צווייטענס צער און האבן מיטגעפיל, איז דאס נישט דער פאל ביי בעלי חיים. ביי זיי איז זייער לעבן אנגעהאנגען אויף טרונקען יענעמ'ס בלוט און עסן יענעמ'ס פלייש. זיי זענען נישט ביכולת זיך אפצושטעלן און טראכטן וואס יענער גייט דורך, און פארשטיין דעם מושג פון מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

סימפאטיע, מיטגעפיל, "זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך", דאס איז וואס מאכט אונז פאר מענטשן, דאס איז וואס הייבט אונז אויף העכער פון חיות רעות, און געט אונז יושר און לויטערע געפילן. אויף דעם ארויף האב איך אמאל געהערט פון מו"ר הגה"ח רבי אבגדור מיללער זצוק"ל אז דערפאר איז דער איסור פון אבר מן החי צווישן די שבע מצוות בני נח (וואס כידוע זענען די ז' מצוות בני נח די יסודות פון אנושיות און מענטשהייט) ווייל דאס איז א הויפט יסוד אין מענטשליכקייט. ווי דער הייליגער חינוך שרייבט: "ובאמת שאין אכזריות בעולם גדול ממי שיחתך אבר או בשר מבעל חיים בעודנו חי לפניו ויאכלנו." דאס איז וואס מאכט אונז פאר מענטשן, און מיר טראכטן אריין אז פאר אונזער נארישע תאווה פון עסן וועלן מיר נישט אזוי ביטערליך און אומ'רחמנות'דיג פייניגן א בעל חי.

פייניגן בעלי חיים איז א סימבאל פון נידעריגקייט, און דערפאר, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, איז עס אזויפיל מער הארבער פון סתם נבילה. ווי די גמרא זאגט אין חולין אז אפילו גידין ועצמות רעכענען זיך אויך פאר די שיעור איסור ביי אבר מן החי, אנדערש ווי געווענטליכע נבילה וטריפה וואס דווקא די פלייש ווערט נצטרף לאיסור. דאס איז ווייל די איסור אויף אבר מן החי נעמט זיך פון די סאמע נידעריגסטע תהום פון מענטשליכע אויפפירונג, און נעמט אוועק דאס וואס מאכט דעם מענטש מער פון דעם בעל חי. און דערפאר, עסן נבילה וואס איז א איסור פון בין אדם למקום רעכענט זיך נאר די עבירה מצד די הנאה וואס דער מענטש האט געהאט, און דערפאר איז מען נישט מעניש אויף די חלקים פון וואס מ'האט נישט קיין הנאה. משא"כ ביי אבר מן החי רעכענט זיך עס מיט די שרעקליכע צער וואס מ'האט גורם געוועהן פאר די בעל חי, און פאר די בעל חי איז נישט קיין נפק"מ פון וועלכע חלק דער מענטש האט יא הנאה געהאט צי נישט.

דאס אלעס איז מיר געקומען אין געדאנק וועל איך האב געזעהן א ווידיאו פון א נייע שוידערליכע משוגעת אין יאפאן, א נייע "דעליקעסי" ווערט פארגעשטעלט, וואס מ'שניידט אויף א לעבעדיגע פראש, און בשעת מ'נעמט זיך עסן די אונטערשטע חלק פון דעם גוף, וואקעלט זיך נאך די אויבערשטע חלק, און די אויגן ווי זיי בעטן זיך מ'זאל רחמנות האבן אויף זיי.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xW2t63Njd98[/youtube]

איך האב געזעהן די ווידיאו נעכטען נאכט, און כ'האב נישט געקענט איינשלאפן פאר עטליכע שעה. די נידעריגקייט ווי ווייט א מענטש קען זיך דערקייקלען האט מיך שרעקליך אויפגעשוידערט. ווי א מענטש קען שמייכעלדיג אזוי אומבאשרייבליך פייניגן א בעל חי, בשעת'ן זיך אונטערשמייכלען און הנאה האבן פון דעם מאכל.

ווען מיר דאנקען דעם רבוש"ע "שנתן לנו תורת אמת וחי עולם נטע בתוכינו" דארפען מיר געדענקען אז נישט נאר דארפן מיר דאנקען אויף די תורת אמת וואס מיר האבן זוכה געוועהן, נאר אויף די פשוט'ע יסודות פון מענטשליכקייט וואס השי"ת האט געגעבן פאר די וועלט אפילו נאך פאר די תורה.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר