בלאט 1 פון 1
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:24 pm
דורך כוכב
דער באסטאן מאראטאן טעראריסט האט אויך הונדערטער אנהענגער ווייל ער איז שיין אויסזעענד.
משוגענע וועלט, אלעס איז א פעטיש כבין זיכער א גוט אויסקוקנדע טעראריסטקע וואלט געהאט מיליון לייקס.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:47 pm
דורך קינד_אן_קייט
ס׳איז א אינטערעסאנטער פסיכאלאגישער פארקומעניש.
כ׳וואלט געזאגט אז ס׳איז געוויס ענליך צו ״שטאקלהאם סינדראם״ ווי אפילו דירעקט באטרעפנדע קניפן זיך אן אין זייערע רודפים, הגם דארט איז דא א סברה צו זאגן אז עס געשעהט מכח פחד און survival instinct.
דאס איז אמאל זיכער, אז אפילו נארמאלע מענטשן האבן א געוויסע הערכה פאר קרימינאלן, זיי שטעלן פאר א געוויסע חוצפה צו גיין מיט׳ן קאפ ארויף קעגן דעם סיסטעם וואס רובא דרובא האבן נישט קיין guts דערצו בלויז אין חלום. נישט בחינם זענען מאפיאנערן און קרימינאל ביכער/מאוויס שטארק פאפולער.
ביי ארעסטאנטן, מוז אבער נישט זיין אז דאס בריוו געשרייבעכטץ נעמט זיך דייקא פון ליבשאפט מכתחילה, צומאל שפירט א דרויסענדיגער וואס איז עלנד אז דער פארשפארטער וועט זיך אינדענטיפיצירן מיט זיין עלנדקייט און אזוי ארום אנקניפן א נאענטשאפט.
די וואך איז ערשינען
א בוך פון א נארמאלע פרוי וואס האט זיך פארליבט אין אן אומשולדיגן ארעסטאנט, עיין עוד
דא. כאטש ער איז בעצם נישט געווען קיין קרימינאל און איז צום סוף געווארן ריינגעוואשן, איז דאך א חידוש אז א נארמאלער געלערנטע פרוי האט זיך דוקא אין אים פארליבט.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
וואס זאלן זיי טון, זיי לערנען דאך נישט פרק "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בתוכו".
חיצוניות איז אלעס. זייער נאריש.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 2:13 pm
דורך בר דעת
איך זעה נישט די קשיא, ער איז גאר שיין, אויב אבער איז ער א קרימינאל דארף ער זיצן. מיידלעך ווערן עקסיידעט פון די דאזיגע אויסזעהן. תאוה ארבעט עפעס לויט יענעמס מעלות? קיינער דא וויל נישט ער זאל ווערן פרעזידענט אדער אפילו אז מען זאל אים נישט מעניש זיין צוליב זיין לוקס. די לייקס איז פאר זיין -לדעתם- הערליכע פנים. קוק עס אן ווי א שיינע פאנאראמע אין די בינגס בילדער אשכול קיינער רעדט נישט איבער זיין פערזענליכקייט
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:29 pm
דורך קינד_אן_קייט
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 12:43 pm
דורך איחוד פעלד
געדענקסט אוודאי אין חדר ווען יעדער האט ליב געהאט דער טראבעל מעיקער?
דאס איז דער זעלבער סינדראם..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
Pregnant wife of killer Joran Van der Sloot says he's 'no monster'
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -hurt.html @MailOnline
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 1:20 am
דורך שמעקעדיג
וואו גייט פארקומען די גרויסארטיגע חתונה? און וואו גייען זיי פארן האנימאן?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 6:41 am
דורך בעל מדות
הרב פריעד דו זעסט עפעס שיינקייט אין דעם ערשטן בילד?די פארשטייסט פארוואס עס קען זיך גיסן ליבע פאר דעם מיאוסער פאר'חזר'ט מערדער אנגעפיקעוועט מיט טאטועס ביז צו די נאזלעכער, פוי! ארענאו איך האב שיעור געבראכן ביים הערן פון דעם גייסטישע שוואכקייט וואס איז איין שטיק אומעטיש און גרויליך זאג נאר פאר זיינע ליבהאבער וויפיל מענטשן ער האט דערשטיקט און באראבעוועט מיט בלוט אויף זיינע ארעמעס, פארצייל זיי וויפיל חאזעריי צווייגן וואקסן פון דעם מנובל, צייג זיי נאר זיינע אינעווייניגסטע געדערים ווי עס נעסטיגן מאריכואנא מיט רשעות, איך קען נישט כאפן וויאזוי א פרוי וואס איהר נאטור איז צארט און פול מיט געפיהל זאל טראנספארמירן א רוצח וואס שעירט טוילעט מיט נאך צוויי קאלעגעס אין איין צעל, צו א מענטש וואס זי קוקט ארויף און באליבט זיך אין אים, קען זיין ווייל איך בין א איד? מעיבי...
#שלא עשני גוי מיט אן אנדער אפטייטש.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 6:59 pm
דורך געוואלדיג
זעהט אויס אז אונז פארשטייען נישט צו שיינקייט
אדער פארשטייען זיי נישט צו קיין חיצוניות
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:געדענקסט אוודאי אין חדר ווען יעדער האט ליב געהאט דער טראבעל מעיקער?
דאס איז דער זעלבער סינדראם..
לדעתי איז נישט גלייך איינס צום צווייטן , אין חדר וויל יעדער זיין נאנט אין מקורב למלכות פין דעם קעניג פין כיתה , אדער האט מען עים ליב וויבאלד זיי אלע האבן א שונאה צום רעבי מנהל א דוגמא , (דער אויבערשטער זאל אפהיטען אויב קינדער אין חדר האבען ליב דעם טראבל מעיקער צוליב זיין אויסזען , מען קען שוין רופן נחום ..),
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 9:56 am
דורך חד גדיא
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:די וואך האט א פאליציי דעפארטמענט אין סטאקטאן, קאליפארניע, ארויפגעשטעלט אויף פעיסבוק א "מאגשאט" פון א פרישן גוט-אויסזעענדן ארעסטאנט, און באלד האבן טויזנטער מענטשן "געלייקט" דעם בילד, און אויסגעדרוקט זייער ליבשאפט צו אים. דער פאקט אז ער איז א ווילדער קרימינאל האט גארנישט געהאלפן פארקלענערן זייער אנהענגערשאפט - אפשר גאר פארקערט.
א פחד וויפיל משוגעים עס לעבן אויף די וועלט!
http://time.com/2904591/internet-swoons ... ted-felon/
זיינע לוקס האבן אים נישט געהאלפן. פאראורטיילט צו 27 חדשים טורמע.
http://www.washingtonpost.com/news/post ... al-prison/
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:27 am
דורך לית דין בר נש
פארוואס האט עס אים נישט געהאלפן? ער האט נאר באקומען 27 חדשים מיט האבן געפארפולע וועפענס VS שלום מרדכי ראבאשקין 27 יאר
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2017 3:20 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: מיטוואך מאי 03, 2017 1:01 pm
דורך כלבאשבוע
Rogue FBI employee married ISIS terrorist
http://www.cnn.com/videos/politics/2017 ... 60-pkg.cnn[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zSlZDQxNJsI[/youtube]
אפשר דארף מען מאכן א נייע אשכול: ליבשאפט צו טעראריסטן