בלאט 1 פון 1

פרישע רעגיסטראציעס איז צייטווייליג פארשלאסן

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 3:38 pm
דורך admin
פרישע רעגיסטראציעס איז צייטווייליג פארשלאסן. מיר האפן צוריק צו עפענען די טויערן אין די קומענדיגע טעג.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 3:42 pm
דורך עפל סיידער
:גוווט: :גוווט:
שלום עליכם שוין לאנג נישט געהערט פינעם אדמון.

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 7:00 pm
דורך פליקער
admin האט געשריבן:פרישע רעגיסטראציעס איז צייטווייליג פארשלאסן. מיר האפן צוריק צו עפענען די טויערן אין די קומענדיגע טעג.

וצריך ביאור?

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:09 pm
דורך פלעין יודיש
קיקענדיג אזוי אויפן סטאטיסטיקס אינטן פון קאווע שטיבעל קיקט מיר אויס ווי מ'האט היינט נישט מען און נישט ווייניגער ארויסגעווארפן איבער 500 ניקס פון קאווע שטיבעל

פאר א שטיק צייט ציריק האב איך מבשר געווען אז ק''ש האט באקימען איר 1500'דסטער מעמבער, נעכטן איז ביי די סטאטיסטיקס נאך געשטאנען איבער 1600, היינט האלט עס ביי א נישטיגע 1100 באניצער, ווי זענען די איבריגע אהין געקימען?

רבותי די מצב איז ערנסט מווארפט בחורים פון ישיבה

הכינו למערכה

(אחרי כתבו כ''ז קיקט מיר אויס אז די אלע וואס האבן נאכנישט ציגעגבן פאר ק''ש אפילו איין תגובה אויך נישט, דעי אלע זענען שוין נישטא, פארוואס דען יא ווער דארף זיי בכלל האבן, ס'איז נאר א שאד אז קאווע שטיבעל קען זיך נישט גרויס האלטן מיט איר צאל באניצערס, נא דאס וועט מען שוין דורכמאכן)

א שטילע געוויין פון א אינגערמאן

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:33 pm
דורך Kool man
זיץ איך אין א הונטערשטע טיש אין א סעמי-היימישע רעסטאראונט, און פון ווינקל פון מיין לינקע אויג מערק איך ווי ס'זיצט א פרישער יונגערמאנטשיקל מיט א גרויסע פלאכע קלוגע טעלעפאן נעבן זיין אומבארירטע פאציע אויפ'ן טיש, און ער וויינט מיט זוידיגע טרערען, ס'קיקיעלט זיך א טרער נאך א טרער, צום ערשט האב איך מיך נישט אריינמישען אין יענעמס געשעפטען, ווי נישט ווי בין איך אן אנגעליינטער פון די היימישע קאווע בלעטער, ווי פיל שרייבער זענען גאר שטארק פרא "מיינד יור און ביזנעס", אבער די רחמנות געפילן האט מיך ארומגענומען פון אלע זייטען, א יונגערמאן וויינט.
איך גיב מיך א דריי אריבער צון'עם, און איך גיב מיט די אויגען אזא פרעג???? ער קוקט מיר גלייך צוריק אין די אויגען, און גערנאך אויך זיין פלאכען כלי אויפ'ן טיש, נעם איך די מוט און אומץ און פרעג אים, מיין פריינט, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, וואס האט דיר אוזי געטראפען אזש דו ביסט אזוי פארביטערט?
נאך א קורצע פויזע אנמעסטענדיג מיך פון אויבען אראפף צוויי מאל גיט ער אז שטילען געשריי "קאווע שטיבעל וויל מייך נישט אננעמען"!

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:40 pm
דורך פלעין יודיש
קאל מען
דעי תגובה האסטו געצווינגערנהייט געשריבן אויס מורא אז טאמער נישט וועסטו אויך זיין פון די נזרקים...
גערעכט צו נישט?

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:45 pm
דורך Kool man
פלעין יודיש האט געשריבן:קאל מען
דעי תגובה האסטו געצווינגערנהייט געשריבן אויס מורא אז טאמער נישט וועסטו אויך זיין פון די נזרקים...
גערעכט צו נישט?


אבסאלוטלי נישט, אלס דאנק אז איך בין נאך דא האב איך צעפירט מיינע הענט מיט מיין ערשטע תגובה.