בלאט 1 פון 1

דרינגענדע אסיפה פאר מאמעס פון12טע קלאס סאטמאר וומ''ס מהרז''ל

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 8:18 pm
דורך וויליאמסבורגער
אויף קומענדיגע זונטאג איז פאררופן געווארן א "דרינגענדע אסיפה" פאר די מאמעס פון 12טע קלאס מיידלעך פון סאטמאר וויליאמסבורג מהרז"ל. דערווייל איז א מיסטעריע פון וואס עס גייט זיך רעדן.

נשלח: מוצ"ש יוני 21, 2014 11:04 pm
דורך הוגה
לכאורה, פון די שארפע לשונות וואס זיי נוצן, זעהט אויס אז זיי גייען רעדן פון די פאלגענדע וויכטיגע ענינים.

1) אריינגעבן די ריכטיגע אמונה אין די קינדער.
2) אנגרייטן די קינדער פאר זייער צוקונפטע לעבן דורכן זיי אויסלערנען א פאך.
3) זיך רעכענען ביי שידוכים מיט די קינדער'ס געברויכן און נישט וואס וועט זיין שיין פאר די משפחה.

וואס נאך קען זיין דרינגענד וויכטיג פאר עלעווטע און צוועלפטע קלאס מיידלעך?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 2:38 am
דורך קליגער אינגערמאן
הוגה האט געשריבן:לכאורה, פון די שארפע לשונות וואס זיי נוצן, זעהט אויס אז זיי גייען רעדן פון די פאלגענדע וויכטיגע ענינים.

1) אריינגעבן די ריכטיגע אמונה אין די קינדער.
2) אנגרייטן די קינדער פאר זייער צוקונפטע לעבן דורכן זיי אויסלערנען א פאך.
3) זיך רעכענען ביי שידוכים מיט די קינדער'ס געברויכן און נישט וואס וועט זיין שיין פאר די משפחה.

וואס נאך קען זיין דרינגענד וויכטיג פאר עלעווטע און צוועלפטע קלאס מיידלעך?


הלוואי...

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 2:56 am
דורך דריידל
אפשר וויל מען גרינדן א 13'טע קלאס

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 6:42 am
דורך כוכב
מגייט רעדן וועגן שמירן די פנימער אז בנות ישראל זאלן זיין מיאוס ווי קעץ געבויעט אויף א פארדרייטן פשט אין א פסוק אין נ'ך.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 7:44 am
דורך סקאטש טעיפ
מעגייט רעדן וועגן די פירצה פון די מיידלעך וואס גראד נאכן חתונה טיען אן שווארצע טייץ

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 7:50 am
דורך כוכב
איך וואלט געוואלט זען וויאזוי סקאטש טעיפ קוקט אויס ווען אן אמעריקאנער יונגל טוט אן שווארצע טייטס.
כבין זיכער סדא וואס צו זען.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 10:25 am
דורך outspoken
וועגן ארבייטס פלעצער.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:21 am
דורך נולד מאוחר
מגייט רעדן עפעס וואס האט א שייכת צי די מיידלעך סעקשאעליטי.
דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי ווייסען.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:איך וואלט געוואלט זען וויאזוי סקאטש טעיפ קוקט אויס ווען אן אמעריקאנער יונגל טוט אן שווארצע טייטס.
כבין זיכער סדא וואס צו זען.

אפשר דאס?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:18 pm
דורך ארטיסט
כוכב האט געשריבן:מגייט רעדן וועגן שמירן די פנימער אז בנות ישראל זאלן זיין מיאוס ווי קעץ געבויעט אויף א פארדרייטן פשט אין א פסוק אין נ'ך.

צו שארפע עקספרעשען. אז מען שמירט זיך נישט די פנים איז מען נאכנישט מיאוס ווי ״קעץ״, נישט ׳יעדער׳ פרוי איז לעבנס באהאפטען אינעם שמיר פארב, אדרבה אז מען זעט אויס גוט אן דעם איז עס ארגינעל. בכל אופן איז עס א שארפע עקספרעשען אויף אידישע טעכטער.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 3:23 pm
דורך כוכב
זאל שטיין א דיסקלעמיער אז ווען נייטיג מעג מען. איר פארשטייט די נקודה מקראצט אויס חומרות מחומרות שונות און מצווינגט עס ארויף אויף וועמען סלאזט זיך.
פארבען דעם פנים פאר אן ערוואקסן מיידל איז א פשוטע צורך און לאז לעבן.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:00 pm
דורך גנדי
מען גייט אנזאגען די מיידלעך זיי זאלן זיך נישט איינשרייבן צו ״העלא פלאו״

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:09 pm
דורך outspoken
גנדי האט געשריבן:מען גייט אנזאגען די מיידלעך זיי זאלן זיך נישט איינשרייבן צו ״העלא פלאו״

נאכן דרשה דארף מען זאגען פאקטן נישט שפעקאלאציעס...

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:17 pm
דורך פליקער
מען האלט נאך אינמיטן די דרשה, מיין ווייב קען איך שוין נישט ריטשען, איך ציטער אז דארט איז געוועין א מזבח, און מען קען דארט מקריב זיין א איי-פאָרבן.

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:27 pm
דורך outspoken
אוודאי קען מען נישט ריטשען, מ'האט אוועק גענמען די טריפה'נע פאון.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 1:02 pm
דורך גנדי
Yo

איך ווארט צוהערן

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:08 pm
דורך פליקער
טאקע געוועין א אינטערנעט אסיפה

מען האט דערשראקן די מאמע'ס צים טויט

זיי האבן נישט כמעט קיין שום האפענינג

די אלע טריפה'נע אפיסעס

אלעס איז געוועין באגלייט מיט א בדידי הוי עובדא

אסאך ערגער ווי מ'מיינט

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:39 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז געווען אצינד מער אויסנאם וויכטיג ווי לעצטע חודש? ראה מעשה ונזכר הלכה?

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 9:16 pm
דורך פליקער
פונקט נישט געוועין קיין שמחה און פרנס פיגא לע"נ הרב צבי קעסטענבוים ז"ל,
איז נישט מער ווי יושר צי לאדענען דעים עולם פאר א דרינגענדע אסופה נחוצה שאין דגמתו

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 10:43 pm
דורך גאלד
אין דער בלאט, לעצטע וואך, אנטשולדיגט פאר די שלעכטע קוואליטעט איך בין נישט אויסגעשטאט מיט קיין פארגעשריטענע כלים,