האמנתי כי אדבר
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 12:53 am
[justify][כ'האב דאס אפגעשריבן אין ליכט פון הרב שטיינמאן'ס צפית לישועה סומעטאכע. הגם מען האלט שוין לאנג נאכדעם, האט אבער דער חמין במוצאי שבת אומנאטירליכע כוחות צו מחדש זיין און דערפרישען אלטע סחורה ווי כאילו עס האט היינט פאסירט.]
אמונה ווייסן אלע איז דער יסוד פון א איד אבער פון דער אנדערע זייט ווער האט נישט קיין פראבלעמען מיט אמונה? וועם גריבעלט נישט קיין ספיקות אויף פילע יסודות אויף וואס אונזער אמונה איז געבויעט?
אמאל האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגער וואס גא-ט האט באשטראפט מיט ספיקות און קווענקלענישן בעניני אמונה. עס האט זיך מיר געדאכט אז אויסער מיר איז למשל יעדער פרומער איד מצפה לישועה א יעדע ליאדע מינוט ווי דער ישמח משה מיטן שטעקן נעבן בעט, נאר אנשטאט דעם שטעקן על יד המטה שטייען די היינטיגע אינגעלייט גרייט מיט מאטאר-אנגעצינדענע האנדא'ס אין סיענעס און ווארטן צו הערן דעם שופר של משיח. ווען איך בין עלטער געווארן איז מיר נתגלה געווארן אז ס'איז נישט ממש אזוי, די סיבה פאר די אנגעצינדענע מאטאר פונעם האנדא איז פשוט ווייל ער שטייט נעבן א פאמפ און זיכט נאך א פארקינג ספעיס אינעם איבערגעפילטן וויליאמסבורג, און פון ציפת לישיעה שטייט ער טויזענטער ליכט-מיילן ווייט. נאכמער, נישט נאר בין איך נישט דער איינציגסטער וואס מאטערט זיך מיט א צוויי טויזענט-יעריגע ישועה וואס איז נאך נישט אנגעקומען, נאר עמי ואתי שטייען גרויסע ריזן, פארהייליגטע נעמען ביי כלל ישראל. אנגעפאנגען פון פריערדיגע אשר עזבנו אותנו לאנחות און געענדיגט ביי גדולים אשר עדיין חיים אתנו א שטייגער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט מיטן זקן ראשי ישיבות הרב שטיינמאן, און ווי דער כלל גייט אז פאר יעדן איינעם וואס קלאפט הויך אויפן טיש איז דא צען וואס באהאלטן זיך אינטערן טיש וואס האבן נישט דעם דרייסט ארויס צוקומען אין דער עפענטליכקייט, אדער בעסער געזאגט, האבן נישט די קוראזש צו זיין אויפריכטיג מיט זייערע געפילן אין אמונה.
עס איז א פאקט אין לעבן אז איינער וואס נוצט די קאפ וועט נאנטער אדער ווייטער, היינט אדער מארגען, זיך אנקלאפן מיט שווערע ספיקות און קווענקלענישן אויף יעדן אנגענומענער גלויבן-טאבו ביי דעם המון עם. ולכן ברויכן מיר גראטולירן הרב שטיינמאן'ן פארן האבן דעם קוראזש ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט אז אמונה ספיקות איז נישט קיין סתירה מיטן פירן א שטרענגען רעליגיעזן לעבנס שטייגער, און צווייטע מחשבות אז אפשר גאר איז הלל גערעכט אז אין משיח לישראל איז נישט אין קעגנזאץ מיטן פרומען מהלך החיים באגלייט מיט פרישות און סיגופים.
מען קען נישט וויסן וויפיל טערעפי סעשענס דער הרב שטיינמאן האט מיט זיין סטעטמענט פארשפארט פאר פרומע תמימות'דיגע אינגעלייט וואס פלאגן זיך מיטן געוויסענביסן אז זייער גלויבן אינעם צוועלעפטן אני מאמין איז נישט הונדערט פראצענט פערפעקט, און דא און דארט גנב'ט זיך אריין א הרהור'ל, אז אפשר יא אפשר נישט.
די גמרא זאגט: בא חבקוק והעמידן אל אחת 'וצדיק באמונתו יחיה' איז געקומען דער הרב שטיינמאן 'והעמידן אותן (אדער אפשר ותלה אותן) על בלימה'. ווי איך האב פארשטאנען זיין מעסעדזש איז אין איין ווארט אזוי : זיי נישט ביזי מיט וואס דו גלייבסט יא אדער נישט, נאר טו וואס דו האסט צו טוהן, און גלייב דאס מערסטע וואס ס'שייך.
דער אמת איז אלץ איינער וואס איז, ווי פילע חרדים, אויפגעוואקסן מיט אזויפיל אמונות טפילות, טראכט איך צומאל, אז מיין אמונה שיילט זיך ווי שאלאכטץ פון א פרי, יעדער שטיק צייט שיילט זיך נאך א שיכט, כ'האף נאר עס זאל נישט אויסקוקן ווי יענער מיטן צוויבל, געווען איינער וואס האט קיינמאל נישט געזעהן קיין צוויבל און ער האט עס פרובירט אפשיילן, די סוף איז געווען ער האט אזוי לאנג געשיילט דעם צוויבל ווילאנג ער האט זיך געטראפען מיט א הויפן שאלאכטץ אין די הענט.
ס'איז אינטערעסאנט אז נישט נאר די אמונה שיילט זיך, נאר כמעט אלע יסודות'דיגע מושגים טוישן זיך ווען מען ווערט עלטער און מען פאנגט אן אליינס צו נוצן דעם קאפ. כמעט יעדע פודאמענטואלע גרונט אויף וואס א טיפיקעל חרדי בויעט זיין לעבן פון קליינווארג אן איז נישט גענוי ווי מען האט אים געלערנט, און ווען ער עפנט די אויגן קען ער פארברענגען א האלב פון זיין לעבן זיך צו ריהאבילאטירן פון די אלע אילוזיעס דמיונות און פאנטאזיעס וואס מען האט אים אילוזירט און געפיטערט אלע יארן.
איז אזוי, לעצטענס איז מיר אויסגעקומען זיך צו פארפלאנטערן מיט א שווערע אמונה פלאנטער. כ'האב זיך נישט געקענט קיין עצה געבן און זיך נישט געקענט באפרייען פון די ספיקות, און ווי א דערטראנקענער וואס כאפט זיך אן אויף א שטיקל שטרוי האב איך זיך דערמאנט וואס די חסידישע ספרים שרייבן אז 'האמנתי כי אדבר' אזוי מען רעדט אזוי לאנג ווי לאנג מען גלייבט וואס מען זאגט. האב איך זיך גענומען זאגן איך גלייב אז... איך גלייב אז.., דער פראבלעם איז געווען אז בשעת'ן זאגן דעם האמנתי כי אדבר-לחש איז מיר מיטאמאל נתעורר געווארן פרישע הרהורי כפירה אז אפשר גאר פאנגט זיך דאס אויך נישט אן אפשר איז דער גאנצער האמנתי כי אדבר סגולה אויך נאך איינע פון די אומצאליגע צווייפעלהאפטיגע סחורה וואס מען האט אין מיר אריינגעריקט בשנות ילדותי? ווער זאגט ס'העלפט? אין אנדערע ווערטער מעיקרא דדינא פירכא א בחינה ווי כל זה אכניס בקל וחומר. און דער קאטאסטראפע ווען דער חולה פאנגט אן מסופק צו זיין אין זיין רפואה דארף איך ענק נישט מסביר זיין, א קיצור כ'האב זיך געטראפען נאך אין א גרעסערע פלאנטער!
אבער א איד, בפרט א חסידישע איד, געט זיך אן עצה? ווילט עטץ דאך אוודאי וויסן וואס איז געווען די עצה וועל איך אייך פארציילן: כ'האב געטראפן א מורא'דיגע עצה. די עצה ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים... עס רופט זיך מיט די קאוד נאמען 'האמנתי כי אדבר' דאס הייסט אזוי: האמנתי ווי אזוי קריגט מען אמונה? ווי אזוי גלייבט מען? 'כי אדבר' ווען מען רעדט ווי א גלויביגער. האב איך זיך גענומען זאגן איך גלייב אז האמנתי כי אדבר איך גלייב אז האמנתי אז ווי אזוי מען רעדט אזוי גלייבט מען, כ'האב געשפירט ווי איך נוץ דעם קטיגור אליין פארן סניגור, וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געווען זייער קאמיש. כ'האב טראכט צו מיר אז עפעס אזוי האט געמוזט שפירן דער ערפינדער פונעם וואקסין ווען ער האט גענוצט דעם מחלה אליין פארן רפואה, ס'איז נישטא קיין בעסערע געפיל און קיין זיסערע נקמה .
למעשה ווילט עטץ אוודאי וויסן צו עס האט געהאלפן צו נישט? דער אמת איז אז כ'ווייס נאך אליין נישט. ביז דערווייל האלט איך נאך אינמיטן זאגן אז איך גלייב אז עס האט געהאלפן...[/justify]