עס טוט וויי דאס הארץ צו ליינען אזעלכע אשכולות, עס איז א שאד אז היימישע אינגעלייט קוקן עס אן מיט אזעלכע גלעזער, מיט א נישט-ריכטיגע השקפה, ווען דער מציאות איז בעצם אינגאנצן אנדערש, אויב מען טראכט אריין.
אייגענטליך קען מען פרעגן די סארט פראגע אין כמעט יעדע תחום אינעם לעבן. פארוואס ארבעטסטו? עס איז דאך אזוי שווער! א גאנץ לעבן ארבעטן? אבער אז דו פארשטייסט אז סוף וואך קומסטו אהיים מיט אפאר דאלער און דו קענסט זיך אליינס שפייזן און נישט זיין א מחזיר על הפתחים אדער מצטרך לבריות, איז דאך דאס דיין גרעסטע טובה, וועסטו אליינס לויפן ארבעטן!
אבער דא ביי שלום בית איז עס נאך פיל מער. באמת איז שווער אפצוטיילן תורה פון דעם שכל אנושי (ווי דער פותח האשכול האט געבעטן), ווייל ביידע זענען איינס און די זעלבע, סיי תורה'דיג און סיי שכל'דיג איז די מטרה די זעלבע: צוצוקומען צו א תכלית אין לעבן, וכדלהלן. און ווי יאסי האט פריער געשריבן, והא ראי' אז אפילו ביי די גויים צום סוף נאך יארן ארומהאצקען וועלן זיי סוכ"ס איינזעהן אז חתונה האבן און לעבן מיט א ווייב איז דער תכלית, און א מענטש מיט א פאמיליע איז אפילו ביי די אוממאראלישע גויים שטארק רעספעקטירט און געשעצט, אינשורעס ראטעס זענען ביליגער פאר פארהייראטע, און א ביי א משפט קען א שטרענגער פסק צומאל פארלייכטערט ווערן אויב האט דער פאר'משפט'ער א משפחה, וויבאלד דאס צייגט אחריות און מענטשליכקייט.
עס איז ידוע מפי ספרים וסופרים – און מיר האבן שוין כמ"פ געשריבן דערוועגן דא אין שטיבל – אז די וועלט איז צוטיילט צווישן נותנים און מקבלים. עס זענען פאראן די געבער'ס און דערנאך די נעמער'ס. א מענטש דארף שטרעבן צו זיין א נותן, כאטש עס מאכט זיך געלעגנהייטן ווען מען איז נישט אומשטאנד, און מען מוז בלית ברירה זיין א מקבל. צו זיין א נותן איז אבער נישט אלץ גרינג. לאמיר פרעגן א הצלה מעמבער, וואס דארף זיך ארויסרייסן פון טיפסטן זיסן שלאף און עפענען מיט געוואלד די פארקלעפטע אויגן צי עס איז גרינג, לאמיר פרעגן א חברים מעמבער אויב אין די שנייאיגע פרעסטן איז גרינג צו גיין טוישן א רעדל פון איינעם וואס איז סטאק, לאמיר פרעגן א קידני דאונער אויב עס האט געהאט א גרינגע צייט זיך צו לאזן שניידן און ליגן אפאר טעג אין בעט מיט ווייטאגן. מיר ווייסן אלע קלאר פה אחד אז עס איז בכלל נישט גרינג, און עכ"ז וועלן מיר זעהן אז די נדבנים/בעלי חסד זענען עמאנג די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט, דער סיפוק וואס דאס גיט אריין אין א מענטש איז דאך אומבאשרייבליך, דער געפיל איז דערהויבן, מען שפירט אז מען טוט עפעס אויף אויף דער וועלט. א ראי' האסטו, אז די אלע מעמבערס וואלטן געקענט אויפגעבן זייער העראאישע ארבעט, פארוואס זיין א וואלונטיר, זיך איבעררייסן פאר יענעם, און מען פארדינט נישט קיין פרוטה אחת דערפון? אבער ניין, זיי וועלן ווייטער גיין און לויפן בכל עת ועונה, אלעס צוליב דעם אויסערגעווענליכן סיפוק.
באמת איז אידישקייט אויך אזוי, ווי שוין
מערערע מאל ארויסגעברענגט דא
בין כותלי הקאווע, אידישקייט פאר זיך איז שווער, אבער דער סיפוק וואס א איד שפירט בשעת ער פירט זיך אויף כדבעי איז ווערד כל הון דעלמא, און די זויערע געפילן וואס מען פילט פארקערט, ממש מען ווערט דעפרעסד, איז שרעקליך, עס לוינט נישט.
עס האט אויך אביסל שייכות צו די "באלאנס" נושא וואס איך וויל נאך בקרוב שרייבן דערוועגן. אבער אונטערשטע שורה: דאס איז דער מציאות הדברים, א גוטע זאך וועט קיינמאל נישט אנקומען גרינג, פינטל! אמת, אודאי קען זיין גרינגע גוטע זאכן, אבער דאס איז געווענליך ווען מען איז א "מקבל", מען לאזט זיך באדינען, נאר די סארט הנאות האט נישט קיין לאנג-טורם עפעקט אויפן מענטש, עס ברענגט נישט אריין קיין שום דערהויבענע געפיל, צען מינוט נאך די הנאה/תאוה איז דער גאנצער געפיל א פארגאנגענהייט, עס ברענגט נישט גארנישט בזה ובבא. משא"כ ווען מען ארבעט שווער אויף א גוטע זאך באקומט מען צוריק כפל כפליים אין גוטע געפיל. יעדער אינוועסטמענט איז אזא בחינה, מען טוט אינוועסטירן כוחות און עגמ"נ, אלעס כדי צו שניידן שפעטער די פירות, והזורעים בדמעה ברנה יקצורו.
מען רעדט כסדר צו עלטערע בחורים, אדער גרושים, זיי זענען אנגעזעצט, לכאורה וואלטן זיי דאך געדארפט זיין פרייליך און צופרידן, זיי האבן דאך דאס בעסטע וואס שייך, זארגלאז און פרעשור'לאז, זיי קענען האקן א טאג און זיי זענען פריי, נישט משועבד צו קיין פרוי וואס האקט אין קאפ, זיי קענען גיין און קומען ווען/וואו אימער זיי ווילן אן אפגעבן דין וחשבון, אן זיך דארפן רעכענען מיט א צווייטן, בבחי' בשרירות לבי אלך ושמח בחור בילדותך, נו אויב אזוי שטעלט זיך די הארבע פראגע, פארוואס זענען זיי נישט צופרידן מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, פארוואס הערן מיר זיי כסדר זיך באקלאגן, פארוואס טרעפן מיר מיר כמה ניקס דא אין שטיבל וואס רעדן זיך אויס זייער הארץ אז זיי האבן נאך נישט זוכה געווען צו א עזר כנגדו, האבן זיי דען נישט ווי צו וואשן וועש? זיי קענען נישט קויפן בעסערע מאלצייטן אין די רעסטוראנטן ווי רוב ווייבער קענען צושטעלן? קענען זיי נישט רופן א גוי'טע צו רוימען אביסל דאס הויז? וואס קרענקט זיי אזוי טיף אין הארצן אז זיי האבן נישט זוכה געווען צו א אנגעזעצטע ווייב?
נאר הוא הדבר אשר דיברנו: די מענטשן שפירן זיך נעבעך אויסגעליידיגט. די אלע האצקערייען ברענגט נישט קיין אמת'ע הנאה אין לעבן, און סוף פסוק ביינאכט ווען מען גייט שלאפן שפירט מען א ליידיגע געפיל אינעם נפש, מען שפירט אז מען באשטייערט גארנישט אויף דעם עולם, אלע הנאות וואס מען האט שוין יא (אויב עפעס) איז נאר מיט א בחינה פון "נעמען" און מקבל זיין, צייטווייליגע הנאות, עס ברענגט גארנישט פארן מענטש. מען ענדזשויט די וועלט אן עפעס צוריקגעבן, א ריכטיגע נהמא דכיסופא, עס האט א עקלדיגע נאך-טעם. אודאי וועט מען למחרתו ווייטער פארזעצן צו האצקען, כדי צו פארטרייבן די באטריבטע געמיט און פארוואסערן די דערדריקענדע געפילן, ער האט דאך במילא נישט בעסערס וואס צו טאן, אבער טיף אין הארצן לעכצט ער בכליון עינים מתי יבא לידי ואקיימנה, הלואי ווען האב איך שוין די געלעגנהייט צו טרעפן א ווייב און קענען אביסל "ליידן פון איר". זעהט מען דאך קלאר אז די איינציגסטע וועג פון לעבן איז נאר דורך זיין א נותן.
לענינינו איז אזוי, עס איז ידוע אז דער מאן איז א "משפיע" (א נותן) און די פרוי א מקבל, און דער מאן איז כסדר משפיע אויף די פרוי. די משפיע זיין טאר נישט זיין אויף א אופן ווי א דיעל, שמור לי ואשמור לך, אויב די פרוי וועט מיר געבן וואס איך וויל הרי טוב, און אז נישט גיב איך נישט, חס ושלום, מען דארף טון די התחייבות ווייל דאס איז די פליכט פון א מאן, און סוכ"ס וועט מען צוריקבאקומען, אבער עס איז קלאר ווי דער טאג אז די אלע אינגעלייט וועלכע זענען "נעבעך" משועבד צו זייערע פרויען האבן טאקע דא און דארט פיזישע שוועריגקייטן מזמן לזמן; אבער די רעווארדס זענען דאך עפעס מורא'דיג, מען פילט ווי א גברא און א חפצא, איינער דארף אנקומען צו דיר, איינער ווארט אויף דיר. אין די long term איז דאס די ultimate טוב, דאס ברענגט די אמת'ע הנאה אין לעבן, עס איז אן אינוועסטמענט וואס די פירות זענען מורא'דיג זיס שפעטער ווען מען שניידט עס, קיינער זאגט נישט עס איז גרינג, אבער עס איז כדאי בלי שום ספק.
אבער אייגענטליך דארף מען ניטאמאל ווארטן ביזן קצירה, טאג-טעגליך קען מען טרעפן קליינע רעווארדס, ווער אינטרעסירט זיך אויף אייך אויף טריט און שריט, ווען איר פילט נישט גוט, צו וועמען רעדט איר זיך אויס, ווער האט אייך אינזין, אויב דארף מען גיין צום דאקטאר אדער אין שפיטאל ה"י, ווער וועט גיין מיט אייך 24/7 מיט א געטריישאפט, יעדע שוועריגקייט גייט מען אדורך אינאיינעם בשותפות. בכלל די פרוי קען די בעסטע די מאן, ווי לענגער די רילעישאנשיפ אלס בעסער לעבט מען זיך צוזאמען, די פרוי ווייסט שוין פונקטליך וואס דער מאן האט ליב און וואס נישט, צי איז דאס מיט עסן אדער התנהגות, ווי אזוי אים צו בארואיגן אין א פארצווייפלטן מצב, ווי אזוי אים צו מאכן פרייליך, און אודאי אויך בנוגע אינטימישע באציאונגען, וואס די אלע זאכן האט מען נישט אויב טאנצט מען יעדן טאג ארום מיט א פרישע, און ווי דער יעניגער וואס נעמט זיין 40 יעריגע פרוי און טוישט איר איין אויף 2 צוואנציגערס, ס'איז אפשר געשמאק אויפן מאמענט, א צייטווייליגע הנאה, אבער דאס ברענגט נישט קיין ריכטיגע ריווארדס. און אויב חלילה פאסירט א אומגליק מיט די פרוי, זעהט מען בחוש וואס חז"ל זאגן אין אשה מתה אלא לבעלה, וויפיל מענער וואס זענען געווארן אן אלמן קענען אייך דאס מעיד זיין, אז מען קען זיך ממש נישט צוגעוואוינען צו א צווייטע, די פריערדיגע פרוי איז שוין ממש געווארן א חלק פונעם לעבן, והיו לבשר אחד.
אודאי קען קיינער נישט זיין א נותן נאן-סטאפ, א מענטש דארף א ברעיק, די ווייב אליינס וועט מוזן צוריקגעבן און זי גיט טאקע אסאך אויב מען איז זיך מתבונן, אבער חוץ מזה קען מען גיין וואקאציע מיט חברים, אפילו פארן אויף מירון, אומאן, אדער צו ר"ר אלימלך פאר אפאר טאג אן די אידענע און זיך שפירן פריי, מען דארף האבן "פאן" יעדע שטיק צייט, נעמען א ברעיק, וואס איז נאר לצורך עליה, צו קענען ווייטער אנגיין, זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו זיין א משפיע, דאס איז די סיבה פארוואס די FUN איז לכתחילה באשאפן געווארן, אבער מען טאר נישט פארגעסן אז די פאן איז נאר טעמפארערי און נישט א תכלית אין לעבן, דער עיקר תכלית איז צו געבן, און ארבעטן אויף די מדות, וואס די 2 זאכן קומען ארויס בהדרו אינעם חתונה געהאטן לעבן.
איך האף אז דאס איז גענוג קלאר צו שיינען א שטיקל ליכטיגקייט אויף דעם ענין. און געדענקען וואס אונזער באשאפער זאגט, "לא טוב היות האדם לבדו".
און דער חכם מכל אדם שרייבט אין קהלת:
טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד - אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם.
כִּי אִם יִפֹּלוּ - הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוֹ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל - וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ.
גַּם אִם יִשְׁכְּבוּ שְׁנַיִם וְחַם לָהֶם! וּלְאֶחָד אֵיךְ יֵחָם?