ביי וואטסעפפ
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ביי וואטסעפפ
ביי ווטצעפפ
טייערע חבר מיינע, עס איז געקימען די צייט נאך איינמאל, נאך א יאר איז דורך געלאפן, און איין אויגען בליק, עס האט זיך מיר באוויזן א מעסעדזש אויף מיין וואטצעפפ אז איך ברויך זיי בקרוב געיבן מיין יערליכע סכום פון ניינין נייצציג צענט, איך טראג דאס נישט איבער, איך בין דא און א געפערליכע פארלעיגענהייט, איך קען נישט מחליט זיין וואס צי טיען, איך וויל דער עולם זאל מיר צי העלפן.
פון איין זייט איז עס פיל פאן, מען לאכט ארים, זייער איינגענעים, מען פארברעינגט בדיבוק חברים, מען שמיעסט אויס פארשידענע וויכטיגע ענינים, אמאל אפילו א גיט ווארט, אפילו א תורה'לע אויפ די פרשה, אויב איז עס געניג טשיקאוו, טעיג און וואכן לויפן דורך, עס איז נישט דא קיין צייט זיך אפשטעלן, נאך א קליפ, נאך א אינטערעסאנטע בילד, נאך א מזל טוב איינלאדענינג, אפילו אמאל עפעס פאר פרנסה ווי א טיי אווענט, אימדירעקט ווערן מיר שוין געפיטערט פון פיפיגע עדווערטייזמענט, דורך פארשידענע קליפס פון לצים, אקטארן, אדער פריש ארויסגעגעיבענע טעיפס, ב"ה מען האלט זיך כסדר אינטער, די צייט פליט, קיין מאל נישט באהרד, ווייל די גרופעס עפענען און מערן זיך ווי די דענדראפס אויף מיין רעקל, ממש א מחי-ה.
אבער פון די אנדערע זייט פון די מטבע, איז עס א שרעקליכע צייט פארברעינגעריי, עס לאזט זיך גאר נישט זאגן, מען קען זיך אפילו נישט אפ געיבן א חשבון הנפש, מען שטייט און קיקט יעדע רגע, אולי האט שוין איינער ארויף געלייגט נאך א קליפ, אפשר עפעס א מאדנע בילד, א שטיקעלע לשון הרע'לע, איינער בארעד אפשר דעים צווייטן, אפשר פליקט איינער פיין אריין דעים צווייטן, אפשר האט א זאלי גיט אפג'ענטפערט אן ארויני, אדער פארקערט, אפשר על פי טעות פארשטייט זיך איינער אריבער געשיקט א פרישע חתן כלה בילד, מען קיקט אויפן טעלעפאן נאך איידער מען גיסט זיך אפ נעיגל וואסער, צוויי דריי מאל צווישן חצות און משיכיר בין הענדרויד להאייפאן, ווי מען האלט וועין איצט פינקט אינמיטן אנפירן די דריטע וועלט קריג, אפשר איז דא נייעס וועיגן די דריי בחורים, יעדער איז פארנימען געוואויר ווערן די נעמען פון די מאמעס פון די דריי בחורים, אלעס כדי צי זיין פון די מזכי את הרבים, אז יעדער זאל קענען זאגן תהלים, אבער דערווייל זענען מיר פארנימען מיט פארווערדן כדי יענער זאל זאגן, איך בין דאך די עוסק במצוה איז דאך פטור.
איך קיק זיך ארים, איך קיק אריין טיפ אינעם שפיגעלע, איך זעי א לער בילד, א אויסגעטריקענטע נשמה, א פארעלטערטע נער מיט שוין עטליכע ווייסע האר, יום המיתה גענעינט זיך גאר שנעל, און איך לעכץ ווי א תינוק שנשבה נאך א קלינגעדיגע וויץ, ווי קען אזא זאך פאסירן צי א רעלאטיוו קליגע דור, וויפיל צייט גייט לתמיון, ווי שעימען מיר זיך נישט ווען מיר מאכן זיך וועין א קליינע מינימאלע חשבון הנפש, איך פאר זיך ווייס דעים אמת, מיר קען מען נישט איין רעדען מעשה'לעך, איך בין נישט קיין רב, איך בין א פיינע אינגערמאן וואס איז געקניפט מיט א קשר של קיימה צים טופשת הדור, צי נערישע קינדישע שמיסעריי, אנשטאץ איך זאל זיך נעמען טיען עפעס זאכלעך מיט די טייערע צייט, בין איך ביזי לאכן.
געניג געוועין, מיר מיזן זיך אויפבינדען, זיך אפשאקלען פון די ספיידער וועב, וואס הייסט וואטצעפפ, איך וויל נישט צאלן די ניין און ניינציג צענט, זאלן אלע גרופע'ס זיך בעינקען נאך מיר, אפשר וועט מיר נאך איינער נאך טיען, און זיך אראפ ציפן פון די טייערע צייט פארלענדעניש, און צווישען איין וויציגע, היציגע אדער שמיציגע קליפ אינעם צווייטען הערן מיין וויי געשריי, און מיר אויך נאך טיען, מער נישט האבן דעים פראגראם.
איך האפ אז איך גיי זיך קענען איינהאלטן, איך וויל דערפין פטור ווערן, אוי באשעפער העלף מיר, עס איז די גרעסטע עדיקשן וואס עס איז פארהאן, מער ווי ציגארעטן, און מער פון עסן געוואוינהייטן, ווען מען כאפט זיך איז מען שוין געקניפט פון אלע זייטן, לאמיך עס פראבירן, בעוד שלושת ימים עקספייערט עס, און איך וויל כאטש א חודש זעין ווי אזוי גייט עס גיין אן קיין וואטצעפפ, וועל איך קענען זיין מער פאקאסט און ביזנעס, אדער וועל איך טאקע דערלייגן גרויס געלט, ווייל די מקור הפרנסה פאלט אוועק..., אדער וועל איך געפינען מיינע פארלוירענע שעות, איך וועל האבן מער צייט צי לערנען, מער צייט פאר מיינע קינדערלעך און ווייב, אויפאמאל פליצלינג בעסער פארשטיין דעים בלאט גמרא, די אפ ועט נישט אזוי רידערן מער, ווער ווייסט איך האף אז יא,
עס איז צי האפן אז עס וועט זיין בעוד שלושת ימים, השיב על כני, איך וועל זיין ציפרידן פינעם טויש, איך וועל נישט האבן אזעלכע שווערע הענג אווער'ס, איך וועל גלייך זיין ציפרידן ווען איך לערן מער, איך וועל תיכף שלום מאכן מיט די נייע געשאפענע מצב, און נישט חס ושלום זיך בעינקען ווי א חזר אויף די צועה, איך וועל נישט ציריק קיקן ווי יעדער מאכט א לעיבן, יעדער ווייסט אלעס נאר איך ווייס גארנישט, הצלחה רבה.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אוי ווי הייליג גערעכט!
ווילאנג איר זאגט נישט "ביי קאווע שטיבל" וועל איך נישט וויינען..
דאס איז זיכער אז ליינענדיג דיין ארטיקל האב איך עטליכע מאל אויסגעשאסן בבחינת צחוק מכאיב. דיינע אויסדרוקן זענען משהו מיוחד.
סיי וויאזוי, לאז אונז וויסן די רעזולטאטן. אפשר וועט מען דיר טאקע נאכטון און פטור ווערן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
איך האב געהערט אז וואטסעפ גיט א מעגליכקייט צו באצאלן די 99 סענס פאר א צווייטן. קוקט אויס זיי זענען באזארגט פאר אזעלכע ווי דיר.
באמת קען אלעס געניצט ווערן אויף גיטס און אויף שלעכטס, מ'דארף זיך נאר קענען קאנטראלירן. די ערשטע זאך וואלט איך דיר גע'עצה'ט אז די זאלסטיך אפשאקלען פון אלע גרופס. אויב באקומסטי פערסאנעל מעסעדזשעס מיט נערישקייטן, זאלסטי רעפלייען מיט א בקשה צו יענעם אז די ווילסט עס נישט. מ'דארף אבער נישט גיין צו די אנדערע עקסטרעם.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
געוואלדיגע רייד. גראדע ביי מיר פערזענליך איז וואטסעפפ פון די נוצליכסטע, ווייניגסטע צייט אויסברענג פארומס. איך לאז נישט אריין קיין שום גרופעס פון צייט שטופ. נאר מיינע קאנטאקטס און ארבעט קאלעגעס. עס איז די בעסטע מיטל צו האלטן קשר מיט משפחה פון מרחקים איינמעלדן א שמחה וכדומה צו ווען איינער דארף א טובה. בקיצור מען קען עס נוצן צום גוטן און עס קען אויך זיין שלעכט. ווי יעדע זאך.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
מיינע חברים אויף די גרופס האבן אויסגעפיגערט דעים דריידל פון @דריידל און די נדבה פון .99 איז געדעקט און באצאלט געווארן דורך א אנענימער פריינט,
איך האב שוין אנגעפאנגען שפירן די זיסקייט פון מנוחה ווען מוצ"ש איז קיין איין צעפ נישט אריין מחמת די עקפיירעישן, איך האב געשפירט גיט, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן מער ווי צוועלעף שעה ווען איך הייב אן צי הערן דעים פייפ, דאס בליט האט זיך מיר געשטעלט, אבער איך קיק און זעי אז עס איז באצאלט ארויס פון די בלוי,
קען דער שטן גופא האט געמאכט א טיי דערפאר.
איך גיי א ער קוויטן נאך אמאל, אדער אלע גרופס דעליטן דערנאך העמיר רעפארטן.
יישר כוח אלע.
איך האב שוין אנגעפאנגען שפירן די זיסקייט פון מנוחה ווען מוצ"ש איז קיין איין צעפ נישט אריין מחמת די עקפיירעישן, איך האב געשפירט גיט, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן מער ווי צוועלעף שעה ווען איך הייב אן צי הערן דעים פייפ, דאס בליט האט זיך מיר געשטעלט, אבער איך קיק און זעי אז עס איז באצאלט ארויס פון די בלוי,
קען דער שטן גופא האט געמאכט א טיי דערפאר.
איך גיי א ער קוויטן נאך אמאל, אדער אלע גרופס דעליטן דערנאך העמיר רעפארטן.
יישר כוח אלע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
zurich האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:ב"ה דעליטעד אלע גרופס
הייסט דיינע חברים האבן אומזיסט באצאלט פאר דיר?!
יא, איך האב נישט געבעיטן קיינע טובות, עס איז געוועין א ריזיקע וואס דער חבר איז געוועין וויליג צי נעמען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
מיר האלטן שוין היינט ביי די דריטע טאג, זייט מוצש"ק.
איך מיז זאגן אז עס איז פיינע נייעס, די טעיג זעיען אויס עטוואס לעינגער, און א גיטע וועיג
מיין קארפעל טאנעל לאזט נאך, די יעדע רגע ארויס און אריין די סעל פינעם שיידל, איז מער נישט נויטיג
נאך דא די נערישע געוואוינהייט אביסל, אבער עס לאזט לכאורה נאך
איך האף נאך צי שפירן בעסער און בעסער

שוין א וואך פארביי, פינעם תענית וואצעפ גרופעס, ב"ה אז איך בין דערפין לויז געווארן, עס איז ממש א מחייה, איך זעי נישט יעדע מיניט יעדעם'ס, אויסברעכעריי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
איך זעי לעצטענס, די אייז באקעט טשעלענדש, עס איז אזא טשעלענש אדער גיבסטו הינדערט טולר, אדער גייסטו דורך א טשאלענדש מיט פריזינג אייז וואסער, מיין שאלה איז וואס פאר א גיט יאר גייט דער ליידענדער פון לוגעריגס דיזיז מרוויח זיין פון ביל געיץ'ס זיך מסגף זיין זיין גוף מיט אייז וואסער, חוץ א ביסל געלעכטער, און א האנטעך מיט פרישע וועש, אטענטשן האט קיינער גארנישט, זיי וואלטן דאך סך ענדערש געוואלט אז ביל געיט'ס זאל ענדערש געיבן כפי יכלתו, אבער דאך זעקעל'ט מען עפעס אז מען קען טשאלענדשן נאך דריי חברים צים טשאלענדש, פארוואס פינקטלעך ווייס איך נישט, אבער דעיס איז די רול פון די געים.
איך וויל אויפטיען א נייע טשאלענדש צו א געוויסע מחלה, די מחלה הייסט וואצעפעטייטעס, עס איז שוין וואויל באוויסט וויפיל אירע זענען אפעקטירט דערפין, עד כדי כך אז אין בית אשר אין שם חולה, עס אפעקטירט מענער פרויען ציגלייך, נישטא כמעט קיין רפואה, משומר, טעג, אלע קאמפעני'ס פריוון אימערמידלעך, אבער די פאקט איז אז עס איז נאך נישטא קיין רפואה, מען ברויך דאך נאר טיען איין קליינע זאך און מען איז געהיילט, די ליעוו קנעפעלע, עס איז אזוי שווער צי דריקען, אבער ווי זיס איז עס ווען מען דריקט עס.
על כן ווי איך מחדש זיין די וואצעפ טשאלענדש, נאמענירט דריי אירע פון דיין גרופ פארן טשאלענדש, מען דריקט די ליעוו קנעפעל, און דאן ברויכן די דריי אנדערע נאמענירן דריי אנדערע, און אזוי ווייטער, די מחלה ווערט אויסגעהיילט תיכף ומיד, די קאז מיט די אפעקט קומען צינעזאם, לאמיר זיך געיבן א נעם, לאמיר זיך טשאלענדשן אראפ צי גיין פון וואצעפ גרופ'ס, רייט עוועי.
געים רול'ס, מען ברויך פארלאזן יעדע סאציאלע גרופ.
מען ברויך זאגן א פיינעל מעסעדש אויפן גרופ, די מעסעדש מיז זיך ענדיגן מיט דיין נאמען, למשל איך ראוובן יאנקאוויטש בין מקבל דעים וואצעפ טשאלענדש, און דעיס איז מיין פיינעל גרופ מעסעדזש, איך בין מיט מיין אראפ סיינען פון די גרופע בארעכטיגט צי נאמענירן דריי מיטגלידער פון די גרופע, אדער געיבן הינדערט דולר פאר א צדקה פון מיין אויסוואל, און איך נאמעניר שמעון לוי מיט יודא, די רגע וואס די דריי זענען מקבל מיין טשאלענדש, בין איך מחייב אראפ צו גיין פון די גרופע, און דעים זכות וועט מען טרעפן די רפואה צו די ביטערע מחלה וואצעפיטייטעס, מיר טיען פארמיידן דערמיט די מחלה, מיר זענען גאר די וואס היילן די מחלה מיטן טשאלענדש.
די וואס ווערן געטשאלענדשט זענען ווייטער בארעכטיגט צי טשאלענדשן יעדער איינער דריי אנדערע צי די וואטסעפפ גרופ ליוו טשאלענדש, ביז עס וועט מער ישט זיין קיין איין מיטגליד אויפן גרופ, דער לעצטער זאל דיליטן די גרופ.
מען קען עס נישט טוויטן אויפ א העש טעג, חלילה ווייל דעיס וועט ווייטער אריין ציען דעים עולם, אדער חלילה מאכן יו טאב קליפ'ס ווי מען זעיגן'ט זיך מיט די חברים פון די גרופ, חלילה נישט גיין משוגע ווי די אלע ביים גיסן די אייז וואסער ווי יעדער מיז איבער שטייגן דעים צווייטן, נאר א קליק אויפן ליוו קנעפל, און דאן ביסטו בארעכטיגט צי טשאלענדשען דריי אנדערע.
איך וויל אויפטיען א נייע טשאלענדש צו א געוויסע מחלה, די מחלה הייסט וואצעפעטייטעס, עס איז שוין וואויל באוויסט וויפיל אירע זענען אפעקטירט דערפין, עד כדי כך אז אין בית אשר אין שם חולה, עס אפעקטירט מענער פרויען ציגלייך, נישטא כמעט קיין רפואה, משומר, טעג, אלע קאמפעני'ס פריוון אימערמידלעך, אבער די פאקט איז אז עס איז נאך נישטא קיין רפואה, מען ברויך דאך נאר טיען איין קליינע זאך און מען איז געהיילט, די ליעוו קנעפעלע, עס איז אזוי שווער צי דריקען, אבער ווי זיס איז עס ווען מען דריקט עס.
על כן ווי איך מחדש זיין די וואצעפ טשאלענדש, נאמענירט דריי אירע פון דיין גרופ פארן טשאלענדש, מען דריקט די ליעוו קנעפעל, און דאן ברויכן די דריי אנדערע נאמענירן דריי אנדערע, און אזוי ווייטער, די מחלה ווערט אויסגעהיילט תיכף ומיד, די קאז מיט די אפעקט קומען צינעזאם, לאמיר זיך געיבן א נעם, לאמיר זיך טשאלענדשן אראפ צי גיין פון וואצעפ גרופ'ס, רייט עוועי.
געים רול'ס, מען ברויך פארלאזן יעדע סאציאלע גרופ.
מען ברויך זאגן א פיינעל מעסעדש אויפן גרופ, די מעסעדש מיז זיך ענדיגן מיט דיין נאמען, למשל איך ראוובן יאנקאוויטש בין מקבל דעים וואצעפ טשאלענדש, און דעיס איז מיין פיינעל גרופ מעסעדזש, איך בין מיט מיין אראפ סיינען פון די גרופע בארעכטיגט צי נאמענירן דריי מיטגלידער פון די גרופע, אדער געיבן הינדערט דולר פאר א צדקה פון מיין אויסוואל, און איך נאמעניר שמעון לוי מיט יודא, די רגע וואס די דריי זענען מקבל מיין טשאלענדש, בין איך מחייב אראפ צו גיין פון די גרופע, און דעים זכות וועט מען טרעפן די רפואה צו די ביטערע מחלה וואצעפיטייטעס, מיר טיען פארמיידן דערמיט די מחלה, מיר זענען גאר די וואס היילן די מחלה מיטן טשאלענדש.
די וואס ווערן געטשאלענדשט זענען ווייטער בארעכטיגט צי טשאלענדשן יעדער איינער דריי אנדערע צי די וואטסעפפ גרופ ליוו טשאלענדש, ביז עס וועט מער ישט זיין קיין איין מיטגליד אויפן גרופ, דער לעצטער זאל דיליטן די גרופ.
מען קען עס נישט טוויטן אויפ א העש טעג, חלילה ווייל דעיס וועט ווייטער אריין ציען דעים עולם, אדער חלילה מאכן יו טאב קליפ'ס ווי מען זעיגן'ט זיך מיט די חברים פון די גרופ, חלילה נישט גיין משוגע ווי די אלע ביים גיסן די אייז וואסער ווי יעדער מיז איבער שטייגן דעים צווייטן, נאר א קליק אויפן ליוו קנעפל, און דאן ביסטו בארעכטיגט צי טשאלענדשען דריי אנדערע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
זעקס חדשים שוין אדורך, איך מיז זאגן אז איך בין פערטיג, קיקט מיר אויס אז איך גיי שוין נישט ציריק.
איין זאך וואס איך מיז איבערגעיבן איז, אז נייעס ווייס איך מער נישט, דער עולם איז אזוי טיפ אין די וואטס עפפ גרופעס, אז פשוט דער עולם האט אויפגעהערט שמיסן אין מקוה, דער עולם טרינקט קאווע אין קאווה שטיבל פון שיל, און קיינער רעדט נישט קיין ווארט, למשל איין טאג הערשט א שיסעריי אין קרוין הייץ, איך קים אין שיל, מקוה זיך, טרינק זיך קאווע, דאווען, פאר'תיקון זיך געהעריג, גיי אהיים, גיי אינדער ארבייט, און האב נישט קיין אהנונג אז 770 איז אויף רעדער, א בחור דערשטאכן, קיינעם איז אפילו נישט איינגעפאלן צו שמיסן דערוועיגן, אלעס איז שוין געוועין אויסגעשמיסט אויף די גרופע'ס, איך דער אלעס ווייסער האב ניטאמאל קיין אהנונג, אבער איך בעינק זיך נישט, איך בין געבליבן דער איינציגער מקוה שמיסער מיט נאך איין כשר'ע סעלעפאן אייגענטומער, און קייען איבער אלטע נייעס וואס מיר ווערן געוואויר פון אלטע קוועלער ווי דער איד, זיכער שנובלען זיך די גרופ חברה די נעיזער וואס עס איז ראנג מיט מיר, אבער איך בין זייער ציפרידן.

- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
סתם פאר דיין אינפארמעישאן איז דא ספעציעלע פלעצער וואס איז געמאכט פאר נייעס א חוץ וואטסעפ און מקוה. למשל. קול מבשר. טוויטער. פארשידענע וועב זייטלעך וואס דערציילען יודישע נייעס. ווי למשל. ווארלד ניוס. און וואס איז נייעס. נאכדעם האסטו אונזער שטיבעלע. און איי-וועלט. אויך די ראדיאו האט עס געמאלדן אויף ממש אלע סטעישאנס. בקיצור אויפגעבן וואטסאפ מיינט נאך נישט ווערן א פרוש. .
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
טי מיר א טובה, שם טוב, איך האפ אז דו מאכסט איצט א וויץ, כלמה מיט איי, ראדיא, וועלכע וועלט ביזטו, אגב דא אין שטיבל איז נייעס גאר שוואך, און די אלע סייטס וואס דו רעדסט איז מיר נישט אפעטיטלעך, איך בין דייקו נישט קיין פרטש, נאר איך ווייס פשוט ווייניג
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
פליקער האט געשריבן: איך וויל נישט צאלן די ניין און ניינציג צענט,
דו קומסט צוריק? וואטסעפפ איז מבטל די $1 יערליכע סובסקראבציע
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: ביי וואטסעפפ
פרייוויליג האט געשריבן:פליקער האט געשריבן: איך וויל נישט צאלן די ניין און ניינציג צענט,
דו קומסט צוריק? וואטסעפפ איז מבטל די $1 יערליכע סובסקראבציע
נע איך בין פארטיג
הגם איך בין נאך יא אויף איין גרופ, וואב איז מיר וויכטיג פאר מיין פערזענלעכקייט, אבער אלע אנדערע קאפי פעיסט גרופעס בין איך קיין מאל נישט ציריק אפילו פאר די גרופ וואס האט מיר באצאלט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
אינטרעסאנט ווי זאכן טוישן זיך, ס'איז שוין בכלל נישט די זעלבע ווי אמאל, וואצעפ.
די אלע חזריי, גייט שוין נישט אזוי הייס ארום אויף וואצעפ, און ס'איז שוין היינט יא מער א פרעסטיזשפולע מעסענדשינג סיסטעם וואס מנוצט פאר פערסאנעל און ביזנעס געברויכן, מער ווי אויף שטותים.
טעלעגרעם איז אסאך צו פארדאנקען דאס. זיי האבן איבערגענומען דעי חלק.

- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל