בלאט 1 פון 1
אינטערנעט פלען'ס אין א"י
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 9:45 pm
דורך ביבער
איך וועל זיין אין א"י אויף 10 טאג, ווערייזאן בעט 100/25MB$ דאס איז א ים מיט געלד, איך וועל דארפן א מינימום פון 250MB. ווער קען העלפן מיט א בעסערע אפציע?
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 9:49 pm
דורך zurich
מאך א פלען דארט און שוין
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 11:04 pm
דורך ונבנתה העיר
דו קענסט דינגען ביי talk n travel וכדומה.
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 6:51 am
דורך לעיקוואד
אין אר''י קענסטו פאר א נישטיגע פאר שקל האבען א פלאן מיט עטליכע גיגאבייט, פרעג זיך נאך ביי איינע פון די קאמפאניס דארט.
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:07 am
דורך פלעין יודיש
https://www.golantelecom.co.il/web/news3.phpunlimited calls to 55 countries (inc. USA) free sms and up to 6 GB free internet
פלוס זיי ועלן דיר געבן בחינם א ניו יארקער נאמבער אז מ'זאל דיר קענען ריפן פון ניו יארק און ס'זאל נישט קאסטן פאר די ריפערס ווי א לאנג דיסטענס קאל
אלעס פאר די פרייז פון
26 שקל א חודש קענסט עס קענסעלן גראד ווען די פארסט אהיים
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:29 pm
דורך ביבער
תודה לכולכם פאר די נוצבארע אינפא,
[tag]פלעין יודיש[/tag] עטליכע שאלות געבליבן,
דו האסט פערזענליכע עקספיריענס מיט זיי?
איז דא ערגעץ דאהי ווי איך זאל קענען אויפפיקן זייער סים?
אויב נישט, וואו אין ירושלים קען מען?
א סמארטפאון דארף מען מיטברענגען, גערעכט?
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 7:31 am
דורך פלעין יודיש
פערזענליכע עקספעריענס האב איך פון א שטיק צייט ציריק, פאריאר ווען איך בין געווען דארט זענען זיי נאך געווען ניי אויפן מארקעט, דאן האב איך עס געהאט פערפעקט מיט זיי.
לגבי אויפפיקען א סים דאהי, איך גלייב אז ס'איז זיכער דא ווי אויפציפיקען, אבער דא וועסטו שוין צאלן אמעריקאנער פרייזען ווייל נאך איינער דארף דא מאכן געלט אינדערמיט, איך פערזענליך האב עס געמאכט נאר ווען כ'בין דארט אנגעקימען זיי האבן סטענדס איבעראל ס'האט מיר נישט גענימען מער ווי פינעף מינוט זיי צי טרעפן.
אדורכקיקענדיג זייער וועבזייטעל פארשטיי איך אז מ'קען באשטעלן א סים אויפן אינטערנעט און ביז א וואך שיקען זיי די סים בחינם אויפן פאסט (לכאורה נאר אין א''י) אויב האסט א אדרעסס אין א''י איז אפשר כדי עס צי מאכן אויפן אינערנעט אזוי העסטו עס האבן גראד ווען די קימסט אהן
לחיים ולשלום
ברענג ציריק מלא ברכות וישיעות
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:26 pm
דורך לאליפאפ
ביבער האט געשריבן:Thanks, why don't you post I'm public so I can like you?

שכוח פאר די אפפער, לייק מיר..
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:14 pm
דורך ביבער
לאליפאפ האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:Thanks, why don't you post I'm public so I can like you?

שכוח פאר די אפפער, לייק מיר..
פון אישי...
לאליפאפ האט געשריבן:דארפסט האבן א פאון וואס קען נעמען א סים קארד, מאך זיכער דיין פאון איז אנלאקד, גולן איז נישט 26 שקל עס איז 50 אדער 60 שקל פאר 6 גיג, ווייטער האסטו אראנדזש פאר 50 שקל 3 גיג וואס דאס איז אסאך שנעלערע אינטערנעט ווי גולן טלקום. אזוי איז עס געווען עכ"פ לג בעומר צייט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:43 pm
דורך הויזן טראגער
ORANGE ביגטוק אין SELCOM טולקמן זענען בערך די זעלבע פרייזן אין מען קען עס קויפן אין יעדע צווייטע סטאר אין ארץ ישראל.
די דאטא פון גולן טלקום ארבעט נישט אויף אלע אמעריקאנע סמארטפאונס
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:17 am
דורך קאפקעיק
פלעין יודיש האט געשריבן:https://www.golantelecom.co.il/web/news3.phpunlimited calls to 55 countries (inc. USA) free sms and up to 6 GB free internet
פלוס זיי ועלן דיר געבן בחינם א ניו יארקער נאמבער אז מ'זאל דיר קענען ריפן פון ניו יארק און ס'זאל נישט קאסטן פאר די ריפערס ווי א לאנג דיסטענס קאל
אלעס פאר די פרייז פון
26 שקל א חודש קענסט עס קענסעלן גראד ווען די פארסט אהיים
די נישטיגע 26 שקל איז אויף די פלען, פלוס די דארפסט צאלן 49 ₪ אויפן סים,
וואס איך האב געטוהן, כ'האב אויפגעזוכט א חבר וואס האט א ליין ביי hot mobile, דארט ארבעט עס אזוי, די ערשטע ליין, קאסט פופציג, די צווייטע קאסט דרייסיג, און אויף די צווייטע קאסט די סים 20 שקל, האב איך גע'עפנט אויף מיין חבר'ס אקאוינט א צווייטע, כ'האב געהאט unlimited קאללס צו די גאנצע וועלט, unlimited sms אין א"י, מיט 6 gb פון היי ספיד אינטערנעט אזאנס וואס t-mobile קען זיך באגראבן פאר בושות, און אויב מ'פארמאכט די ליין אימיטן חודש, צאלט מען נאר לויט וויפיל טעג ס'האט גע'ארבעט, ס'קומט אויס א שקל א טאג.