היימישע פאלקלאר און דיכטונגען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
היימישע פאלקלאר און דיכטונגען
לעצטנס האב איך מיך שטארק אריינגעלייגט אין אונזער רייכער היסטאריע פון מעלאדיע און פאלקלאר ניגונים, און וואס א טאג מער עס גייט דורך ווער איך מער איבערראשט איבער דעם גייסטרייכן ענדלאזן קוואל די מוזיק-היסטאריע פון דעם עם חכם ונבון איז באשאנקען.
פאר ווער ס'ווייסט, שלאגן אונזערע ווארצלען טיף טיף אין חכמת המוזיק והפיוט, עמוק עמוק מי ימצאנו, אזש סלאזט זיך גאר זאגן אז כל אומה ולשון, יעדע ראסע און שטרעמונג, איז אויף איין וועג אדער דער אנדערער אינספירירט געווארן פון אונזערע אוצרות.
ארינגייענדיג טיפער האב איך מיך גענומען צענעמען און חקרנ'ען די היסטאריע און באדייטן פון געוויסע ספעציפישע וועלט באקאנטע ניגונים, וואס מיר אלע קינד און קייט זענען אויפגעוואקסן און אויפגעהאדעוועט געווארן דערמיט, קאמפאזירונגען, מעלאדיעס און פאעטן וואס האבן אונז באגלייט אין אונזער יוגנט, און איבערגעלאזט א באדייטנדע אימפערסיווע השפעה אויף שטענדיג.
נאך מי און פלאג איז מיר געלונגען צו מאכן באגריסווערנדע פארשריט אין דעם פעלד, און איך וויל דא פרעזענטירן את אשר העלה במצדתי פאר'ן ברייטן פובליקום, בעזרת קל גיבור ונורא. צום ערשט וועל איך אנהויבן מיט דעם קלאסישן בענקענדן ניגון וואס איר אלע געדענקט נאך פון וויגעלע ארויס און ברענגט ארויף נאסטאלגישע זכרונות, ווי פאלגנד:
ס'רעגנט ס'גיסט
די אלטע באבע הוסט
ס'קומט א פאליס
און ס'געט א שיס
צום ערשט דארף מען באוואונדערן די אומנות פון די גראמען, עס איז איבריג צו באטאנען די קונסט דערפון, ווי ממש יעדע צוויי זאצן גראמען וואונדערליך איינער מיט'ן צווייטן.
צו וויסן דעם מקור פון דעם ניגון האב איך מיך פארבינדן מיט אן אלצווייסער וגוגל שמו, והעלה חרס בידי...
שטעלט ענק פאר וואס פאר א מיסטעריע עס נעמט ארום דעם ניגון, עד כדי כך, אז אפילו גוגל ווייסט נישט מבטן מי יצא את השירה הזאת.
איז כדרכו פון די וויסנשאפטלער און די אקעדעמיקער, העל איך מיך נעמען צו די טעקסט אליין און צענעמען צושטייטלעך דעם ניגון, טריט נאך טריט, און אפשר וועלן מיר צווישן די שורות טרעפן מרגליות טובות וואס וועט ווארפן א ליכט אויף דעם אפשטאם פון דעם ניגון.
מיין השערה איז, אז דער ניגון איז ווארשיינליך נתחבר געווארן אין די לעצטע עטליכע צענדליגער יארן, נאך דער צווייטער וועלט קריג. אויך בין איך ביי דער מיינונג, אז דער ניגון איז פארפאסט געווארן אדער אין אמעריקא אדער אין ענגלאנד, וכדומ', א לאנד וואו מ'רעדט ענגליש, ואפרש מעמדי:
נעמט די ערשטע צוויי גראמען: 'גיסט' איז מיט א חיריק יו"ד, און 'הוסט' איז בשורשו מיט א מלאופים. אז די צוויי ווערטער זענען צוזאמענגעשטעלט אלס א גראם, מוז זיין, אז דאס איז געטון געווארן דורך אן אשכנזישער איד מיט א חסידישן לעצטיגן דיאלעקט, וואס האט געמאכט פון חיריק, שיריק און מלאופים, אלעס איין. האמיר שוין איין גרויסן אויסטרעף.
נאך א נקודה: מ'זעט אז דער פאעט האט זיך באנוצט מיט'ן ווארט 'פאליס'. דאס באדייט פאליציי אויף דער ענגלישער שפראך, און איז מיט די יארן פאראידישט געווארן. דאס ברענגט צו די מסקנה, אז דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך א אידיש-ענגליש רעדנדער פערזאן.
א סברא זאגט אז דאס האט א קינד געמאכט, ווייל קינדער זענען אלעמאל פארנומען מיט די פאליציי: איך וועל רופן די פאליס, איך וועל זיין א פאליס, וכדו,' אבער דאס איז שוין נישט אזא שטארקע ראי,' און מ'קען זיך אפשר דינגען.
איז הכלל, לא בזכותי אלא בזכות אבותי, האמיר זוכה געווען אריינצוברענגען א נייער דערהער און באדייט און דעם ניגון עתיק וואס איז געווען טמיר ונעלם פאר יארן לאנג.
די צווייטע ניגון אין וועלכן איך האב מיך פארטיפט איז שוין מער א שווערערע און פארצווייגטע סוגיא, ווארום מ'טרעפט כמעט נישט אז די פריערדיגע זאלן רעדן דערפון. עס איז דע פארשידנארטיגע נוסחאות, אנדערע האבן א צווייטע ווערסיע אין דעם ניגון. מיר ברענגען עס וויאזוי עס איז אונז באקאנט. דא האט איר דעם טעקסט:
אברהמ'לע מלמד ליגט אין בעט
מיט א שמאטע צוגעדעקט
אוי וויי
געב מיר טיי
די טיי איז ביטער
געב מיר צוקער
די צוקער איז צו זיס
לעק דיין פוס
די פוס איז קאלט
גיי אין וואלד
אין וואלד האב איך מורא
לערן תורה
די תורה איז צו הייליג
עס בייליק
די בייליק איז פארדארבן
המן איז געשטארבן
א גוט מארגן
אט דער וואונדערבארער זמר מיט גאנצן אייגנארטיגן באצויבערנדן חן עס טראגט, איז עס אבער דאך איינגעוויקלט אין א שווערן נעפל. ווארום, ביז "די צוקער איז צו זיס" קען מען נאך עטוואס פארשטיין דעם המשך, און ארויסנעמען א שטיקל משמעות אין דעם ניגון, אבער פון דארט און ווייטער קלעבט נישט איין ווארט מיט'ן צווייטן.
אבער אז קינד און קייט זינגען און פילעווען אין דעם ניגון, מוז דאך זיין אז עס האט א פשט, ספעציעל אז סאיז יסודתו בהררי קודש פון הבל פיהם של תינוקות של בית רבן שאין בהם חטא, וכידוע וואס די גמ' זאגט אז בזמנינו ליגט די נבואה ביי די יונגע קינדער, קען דאך נישט זיין אז דאס איז סתם געהאקט א טשייניק.
א סברא האב איך געקלערט, אז עכ"פ די ערשטע העלפט איז נתחבר געווארן דורך לאנגווייליגע תלמידים פון אן אלץ-קרעכצעדיגן מלמד מיט'ן נאמען אברהם וואס האט איין טאג געפעלט פון חדר, און די קינדער נוצן זייער פאנטאזיע אויסצו'משל'ען ווי דער מלמד זיצט אינדערהיים און קרעכצט זיך אונטער און לאזט זיך באדינען.
ווידעראום פון דער סיפא פון דעם ניגון זעט זיך אויס אז דאס קומט פון א 'פורים שפיל' ווי מ'זעט אז המן שפילט א גרויסע און אונטעגראלע ראלע אין דעם ניגון, אבער אויף זיכער קען מען דאס נישט זאגן.
דא קענט איר זען א לענגערע אפהאנדלונג פון א בארימטן פראפעסער, איבער די אנדערע ווערסיעס פון דעם ניגון.
אזוי צי אזוי, בלייבט דער ניגון פון די סאמע באקאנטסטע פאלקלאר ניגונים וואס האט אונז אינספירירט און אריינגעברענגט אזויפיל לעבנסלוסט און געשמאק דורכאויס אונזערע יוגנט יארן און וועט ווייטער דינען אלס לערע און אינספיראציע פאר אונזערע קינער און קינד קינדער, וואס וועלן אויף שטענדיג חזר'ן דעם וואונדערליכן געשיכטע פון אברהמ'לע דער מלמד, וועלכער איז עלי דרך לא דרך קונצליך אנגעקומען ביז צום גוט מארגן.
מיינע איבריגע געפינסן איבער אנדערע באקאנטע פאלקלאר מעלאדיעס, ווי צום ביישפיל: איני מיני דיקסא דיני, ענע באנענע באנענע ספליט, שלום עליכם באקסעס, זשאני סטעפס, און וואן פאטעיטע טו פאטעטיטע טרי פאטעטא פור, וועט נאכפאלגן אין א קומענדיגער געלעגנהייט.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

דו ביסט פיינע נייעס!..
אט האסטו נאך אביסל:
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=447
viewtopic.php?f=4&t=493
וירח ה' את ריח הניחוח
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
[tag]כוכב[/tag] ציקער זיס
דיין אינוועסטיגעישן האט טאקע געפירט צי אלע ריכטיגע אינפארמאציע
אגב אפשר וערסטו אויך געוואויר די מעשה מיטן בריק און לאנדאן וואס טראסקעט שוין אזויפיל יאר, און קיינער נעמט עס נישט ערענסט, און די המשך מיט עפעס א פער לעידי
אויך איז כדי דא צי דערמאנען דעים לידל פון וואס איך האב שוין תגובה'ט א שטיק צייט ציריק פינעם זמר רינגל ראנגל רויזה עס איז כדי צי קיקן.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דאס פלעגן די מאמעס זינגען פאר די יונגערע קינדער ביים איינשלעפען די קינדער, אין די מאמאראשע געגענד:
פארן שלאפען לייגן
טוהן מיר זיך נעגל וואסער צוגרייטען
לא לא לא-לא לא-לא לא
אינדערפרי ווען איך שטיי אויף
זאג איך מודה אני,
און איך גיס מיך די הענטעלעך שנעל אפ
***
קינדער שלאפען קינדער
דער טאג איז שוין אנטלאפען
אלע קינדערליך פון גרויס ביז קליין
דארפן שלאפן גיין
און קיין מורא איז נישט דא
עס איז איז דא א באשעפער
אין נישט קיינעם נאר דער איינעם
--- [חסר כמה תיבות]
א גוטע נאכט
פארן שלאפען לייגן
טוהן מיר זיך נעגל וואסער צוגרייטען
לא לא לא-לא לא-לא לא
אינדערפרי ווען איך שטיי אויף
זאג איך מודה אני,
און איך גיס מיך די הענטעלעך שנעל אפ
***
קינדער שלאפען קינדער
דער טאג איז שוין אנטלאפען
אלע קינדערליך פון גרויס ביז קליין
דארפן שלאפן גיין
און קיין מורא איז נישט דא
עס איז איז דא א באשעפער
אין נישט קיינעם נאר דער איינעם
--- [חסר כמה תיבות]
א גוטע נאכט
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ס' דא געוויסע מעלאדיען וואס פארמאגן יא גאנץ פארשטענדליכע ליטעראטור און קומט ספאנטעניש ארויף אויף די מיילער פון שפילער און צוקוקער פון טעגליכע געשעענישן און עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ פאר די אויגן. א טייל מעלאדיען זענען פריינטליכע/איבערבעטנדע, טייל זענען קריגערישע/פארשעמענדע, טייל רעליגיעז געטריבן, און טייל פאסיווע
אט האט איר א ליסטע פון זיי:
ביי ביי קארעלע דו קענסט מיר נישט אריינכאפן
דאס פלעגט געווענדליך ווערן געזינגען אינעם טראנק פונעם סטאנציע וואגאן, בשעת דער פאטער שלינגט איין מיט א שנעלקייט איין אוטא נאכן צווייטן, פירן די קליינע אויך אן אייגענארטיגן קריג מיט די שכנים אויפן וועג.
חוזק אין די לענג חוזק אין די ברייט
דו ביסט אביסעלע צודרייט
דאס פאסירט געווענדליך אינמיטן א שפיל /פארמעסט ווען א געוויסע אקציע פון איין צד איז נישט געגאנגען לויטן פון פאראויס באשטימטער פלאן, ווערט דאס געזינגען ביים צד שכנגד ווי אויך ביי צופלאמטע צושויער.
רע רע רע רע רעגסטיך מע מע מע מע מעגסטיך ווע ווע ווע ווע ווילסט נישט מע מע מע מע מוזט נישט
דאס קומט געווענדליך גלייך נאכדעם וואס דער אפגעחוזק'טער פארלירט זיך, און הייבט אן מיט ווילדע מאנאווערן און דער צד שכנגד ווערט נאך מער אויפגעהייטערט פון די אי הצלחות און פארלוירענקייט פונעם אנדערן צד
חמור אייזל פוטער אייזל אינגלעך מיט מיידלעך
לכאורה א רעפערענס צו צוויי מיני בהמות וואס זענען ווי כלאים, צוזאמען.
ווערט געווענדליך געזינגען צווישן שכנים אדער קאנטרי איינוואוינער, וואס דארט זענען די קעגענגעזעצטע מינים נישט אזוי פונאנדערגעשיידט. טייל מאהל ווערט איין מין -- געווענדליך די נקיבות -- אומגעדולדיג פון די אנדערע מין, הייבן זיי אן צו רייטן אויף די רעלגיעזע געפילן, כדי צו פארטרייבן דעם אנדערן מין פונעם שפיל פלאץ
ריגעלע ריגעלע רויגז
מיר זענען געווען ברוגז
ריגעלע ריגעלע ריג
מיר זענען פריינט צוריק
ריגעלע איז מן הסתם משורשו "רינגעלע" ווי צו זאגן "פון א רינג שונאים איז געווארן א רינגעלע פריינטשאפט".
רוגז אז דער לשון הקודש'ע אפטייטש פון צארן. און "ברוגז" איז דער אידישער.... כ'מיין היימיש-אידישער אפטייטש.
ריג" קומט מן הסתם פונעם פאקט אז דער פארפאסער איז אויסגעלאפן פון פאסיגע גראמען אויפן ווארט "צוריק" און נאך זייענדיג אונטערן רושם פון "ריגעלע רוגז" ווערטער וואס פארמאגן ר'ן און ג'ען איז נשתרבב געווארן דאס ווארט "ריג"
דאס איז שוין אבער רירענד.... ווערט געזינגען ווען צוויי שוועסטער בעטן זיך איבער, ביי די בני המשפחה מיט די מאמען אינאיינעם. אדער ווען צוויי באוואוסטע שונאים אין קלאס האבן באשלאסן צוליב פאליטישע חשבונות (אנצורייסן א קאמאן ענימי) צו זיין בשלום זינגען דאס די איבעריגע חברים. צומאל -- געווענדליך אין די אינגערע יארן -- זינגען דאס די צוויי נארוואס געווארענע פריינט אליינס, צו די פאטשערייען פון די צושויער.
ואידך זיל גמור..........

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
כוכב האט געשריבן:ס'רעגנט ס'גיסט
די אלטע באבע הוסט
ס'קומט א פאליס
און ס'געט א שיס
צום ערשט דארף מען באוואונדערן די אומנות פון די גראמען, עס איז איבריג צו באטאנעם די קונסט דערפון, ווי ממש יעדע צוויי זאצן גראמען וואונדערליך איינער מיט'ן צווייטן.
צו וויסן דעם מקור פון דעם ניגון האב איך מיך פארבינדן מיט אן אלצווייסער וגוגל שמו, והעלה חרס בידי...
It's Raining, It's Pouring
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
די היינטיגע קינדער זינגען אסאך אנדערש. פאר בערך א חודש צוריק בין איך געווען אין וויאלאמסבורג אויף שבת און דארט האב איך געהערט א נייעם ניגון...
ששאאאאאבבעססס!
ששאאאאאבבעססס!
פוי! פוי! פוי!
מחללי' מות יומת!
פוי! פוי! פוי!
און די בעסטע ניגון איז געווען איך האב געזען א איד מיט זיין זוהן (איך קען איהם) שטיין פאר בית המדרש ד........... און דער אינגעל שרייט נאך אן עלטערער איד וואס האט זיך געשלעפט מיט א וואלקער שרייט דער אינגעל...
דו אלטער קאקער פייגער שוין אפ פוי! שששאאאאאבבבעעסססס! פוי!
און דער טאטע שטייט און שעפט נחת... עס איז א נייע דור מיט נייע ניגונים. מען וועט נאך רעדן פונעם אלטען ניגון... פוי שבת...

אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
און אז מ'רעדט שוין, ווי קומט צו די קינדער אז ווען זיי שפילן קעטש וכדומה זינגן זיי שלמה'לעס "או הו הו הו, או הו הו הו"?
און אז מ'רעדט שוין פון געימס, פון וואו שטאמט "רייט אווער, רייט אווער ווי קאל* פלוני רייט אווער"?
*אונז צוריקגעשטאנענע קינדער פלעגן זינגט "ביקאָז" אנשטאט ווי קאל. וואס א נפקא מינא, ביקאז, ווי קאל, ס'אלץ די זעלבע.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:כוכב, א ריזן דאנק פאר'ן נעמען די פליכט צו דערגיין די היסטאריע פון אונזער רייכער קולטור. אז איר טוט יא אין די ענינים, אפשר נעמט איר דעם פאלגענדע ניגון צום לאבאטאריע?
ווער האט גע'גנב'ט די קיכל פון די פושקע?
ווער איך?
יא דיך!
קען נישט זיין,
איז ווער דען?
אפגעקויפט פון א פאסטוך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יידל האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין, ווי קומט צו די קינדער אז ווען זיי שפילן קעטש וכדומה זינגן זיי שלמה'לעס "או הו הו הו, או הו הו הו"?
און אז מ'רעדט שוין פון געימס, פון וואו שטאמט "רייט אווער, רייט אווער ווי קאל* פלוני רייט אווער"?
*אונז צוריקגעשטאנענע קינדער פלעגן זינגט "ביקאָז" אנשטאט ווי קאל. וואס א נפקא מינא, ביקאז, ווי קאל, ס'אלץ די זעלבע.
די ריכטיגע ווערטער זענען "רעד ראווער רעד ראווער".
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ווער איז דער מיסטערעיזער מאן ביים נאמען הרב לעקיש בער, איז ער געוועין א צדיק, רשע, תם, שאינו, א מאן, א פרוי, ווער ווייסט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
גראדע אברהמ'לע מלמד איז א פארצייטישע מיטאלאגישע דמות, פון א האפענונגסלאזע שלימזל
https://www.youtube.com/watch?v=Cj2yOUQQi4c&safe=active
https://www.youtube.com/watch?v=Cj2yOUQQi4c&safe=active
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
לעצטנס האב איך שטודירט דעם פאלגנדן קלאסיק מעלאדיע:
הונט הונט,
ביזט עשיו'ס קינד
אויב דו וועסט מיך בייסן
וועל איך דיר צערייסן
מיין טעזע דערציילט אז דער ניגון איז ווארשיינליך אינספירירט פון דעם באקאנטן מאמר חז''ל, אז עשיו האט אין אמת'ן געוואלט בייסן דעם יעקב'ן, נאר זיין האלז איז אים הארט געווארן, און דערפאר האט ער אים געמוזט קישן.
דעריבער זאגט מען פאר'ן הונט, אויב בייסטו, דעמאלט האסטו סימפטאמען פון אן עשיו אפשטאמיגער וראה הזהרתיך.