בלאט 1 פון 2

מה נשתנה: סאטמארע רב'ס שיטה vs היינטיגע סאטמאר,

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:11 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'זיץ אסאך מאל און שטוין, וויזוי איז ארויס געקומען פין אזא הייליגע איד ווי סאטמארע רב, מיט זיין הייליגע שיטת הקנאות קעגען רשעי ישראל, וויזוי איז דא צימאל פין די וואס פאריפען זיך אלץ זיינע נאכפאלגער פאלנע שונאי ישראל, וואס האבען פיינט אידען פונקט אדער נאכמער ווי די ערגסטע שונאי ישראל,

איז מיר בייגעפאלען א הסבר אזוי: דער סאטמארע רב מיט זיין ריין הארץ האט געבלוטיגט אז ס'קומען ליידער רשעי ישראל און מאכען אן אזוי פיהל שאדען פאר כלל ישראל ברוחני וגשמי, דערפאר האט ער געפייערט דערקעגען מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה, ער האט זיך מוסר נפש געווען זיך צי שלאגען מיט זיי, אבער אין די זעלבע צייט האט ער ליב געהאט יעדעס איד, ער האט זיך אוועקגעגעבען פאר אידענס וועגען, ער איז געווען פיהל מיט אהבת ישראל פאר "אלע" סארט אידען, אין זיין קנאות איז טאקע געווען מושרש אין זיין אהבת ישראל,

אבער ווען ס'קומט צי די היינטיגע "רעליגיע געווארענע קולט" פין שנאת ישראל, ווען אסאך פין די וואס פאריפען זיך סאטמאר האבען "עכט פיינט" יעדע מתנחל וואס ווערט געבוירען און די שטחים, דאס איז פאלנע שנאת ישראל און די שורש איז לכאורה ווי פאלגענד: וויבאלד ס'איז געווארען א OCD משוגעת פין חלילה נישט "נכשל ווערען אין ציונות", ממילא קוקען זיי אן יעדע מתנחל ווי א פאטענציעלע נסיון זייי צי מכשיל זיין אין "ציונות", ס'האט שוין נישט מיט אהבת ישראל, און אפילו נישט מיט קנאות, ס'איז וויבאלד "איך" וויל חלילה נישט נכשל ווערען מיט די "עוון הידוע" פין "ציונות" ממילא יעדע מתנחל און בכלל יעדע ערליכע איד וואס גייט מיט א קופה סרוגה אדער האט עני שייכות מיט די מדינה, יעדע אזא איד קען "מיר שאדען מאכען" דורעך "מיר" אריינברענגען "מחשבות זרות" איבער "ציונות", ממילא "האב איך זיי פיינט", ס'האט שוין גארנישט מיט מיינען דעם אייבערשטען, נישט מיט אהבת ישראל, נאר פשוטע אלטע עגאואיזעם, וויבאלד זיי האבען זיך קאנווינסט אז "א מחשבה זרא פין אזוי געריפענע "ציונות" איז "שרעקליך דעסטראקטיוו" ממילא האבען זיי פיינט אלעס וואס קען זיי חלילה ציברענגען אזא מחשבה, ס'איז א פשוטע עגאיסטישע חשבון, אין האט גארנישט מיט אידישקייט,

ס'איז אזוי ווי איינער זאל פיינט האבען אלע פרויען ווייל ס'ברענגט עים צי נסיונות,

פארדעם צי עוסק זיין און קנאות ברויך מען צי האבען א ריין הארץ אזוי ווי סאטמארע רב האט געהאט,

און כ'וויל ענדיגדען מיט די ווערטער וואס סאטמארע רב האט געשריבען אין אגדות מהרי"ט, ברכות
אמנם אפשר לומר הכוונה, כי בשעה שריב"ז היה חי וקיים, הרי היה הוא מנהיג את הדור, וכולם ראו וידעו את דרכו הברורה וידעו שהוא היה לוחם בבריונים ובשאר דעות נפסדות, ולא היה באפשר לפרש אותו שלא כהלכתו, ובכה ריב"ז ואמר דאחר הפטירה כאשר התלמידים ודורות הבאים יהיו מוליכים אותי, ולא שאני אוליך אותם, מי יודע כיצד יתרגמו אותי וכיצד יפרשו את דרכי וכיצד יציגו אותי בפני הבאים אחרי, וצרה זו גדולה מכל הצרות, ואיך לא אבכה.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:42 pm
דורך שרייבער
געוואלדיגע ווערטער
ווי האט הערשל פר"מ אמאל געזאגט, ווען דער רבי ז"ל וועט אויפשטיין תחיית המתים וועט ער זען 2 מענטשן וואס האבן אים באשריבן, הערשל פר"מ און שלמה יענקל געלבמאן, יעדער האט אים אנדערש אראפגעמאלן, ער וועט האבן א אויסוואל אויף וועמענס זייט ער וויל געהערן

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:43 pm
דורך שרייבער
[tag]חזקיהו המלך[/tag], מיין לייק פאר דיר איז מעט הכמות ורב האיכות, ס'איז מיין טויזנטסטע לייק, און דיין ארטיקל איז ווערט 1000 לייקס

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
נאר סאטמאר רב? ווען משה רבינו זאל היינט אראפקומען וואלט ער יא דערקענט זיינע תורה-טרייע אידן?

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 3:10 pm
דורך שמעקעדיג
מי יודע אויף אייוועלט האט געשריבן:מורא'דיגע ווערטער חזקי' המלך, אוי דארף מען דאס חזר'ן
האב איך פונקט געהערט יענע וואך אין דעם נושא א ווארט, אז אויף דעם האט יעקב אבינו מתפלל געווען, בקהלם אל תחד כבודי, קרח וועט טון וואס ער וויל, און ער וועט זיך נאך פאררופן אויף מיין נאמען?, ביטע שעהן, בקהלם אל תחד כבודי, מיש מיך נישט אריין אין דיינע מעשים


:like :like

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:40 pm
דורך חזקיהו המלך
אין איי-וועלט איז דער ארטיקל אריינגעלייגט געווארען אין "פארברענגען"...

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 5:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך זע עס נישט דארט אין ערגיץ

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 6:07 pm
דורך חזקיהו המלך
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך זע עס נישט דארט אין ערגיץ


יאפ, ס'שוין אינגאנצען געמעקט...

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 6:10 pm
דורך berlbalaguleh
חזקיהו המלך האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך זע עס נישט דארט אין ערגיץ


יאפ, ס'שוין אינגאנצען געמעקט...

נו, אבער דער עוילעם לויפט (צוריק) קיין אייוועלט!!! :lol: :roll: :twisted: :o

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 6:37 pm
דורך איך אויך
חזקיהו המלך האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך זע עס נישט דארט אין ערגיץ


יאפ, ס'שוין אינגאנצען געמעקט...

וואדען האסטו געמיינט?
זיי לאזן ברענגען פון יעדע עקסטרעמיסט ,פרייער ,גוי ,מטורף וכו. ברחבי תבל אבער דער מינוט עס דאכט זיך זיי עס שטייט א ווארט אקעגן דת הסטמורים פליט עס אוועק תוכ''ד.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 1:37 am
דורך סאשי פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך זע עס נישט דארט אין ערגיץ


יאפ, ס'שוין אינגאנצען געמעקט...

נו, אבער דער עוילעם לויפט (צוריק) קיין אייוועלט!!! :lol: :roll: :twisted: :o

אונזער בערל ווערט פרישער טאג אויף טאג :roll:

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:42 am
דורך ציבעלע-קיגל
אפי' איך האלט נישט און איך בין נישט א חסיד פון קנאות אבער איך ווייס אז דער סאקמערער רב איז געווען א הייליגע איד וואס האט עס (נעבעך) געמיינט ערענסט. און נישט די הייטעגע רוצחים וואס די איינציגסטע זאך וואס זיי מיינען ערענסט איז וואס מער צו באגראבען יענעם. און איז אויך געבויעט אויף "אני ואפסי" נאר איך מעג. און ווען מען טוט אמאל צוריק פאר זיי שרייען זיי פאר רחמנות.

איך האב פריער געשריבען נעבעך ווייל איך מיין אז אויב ער וואלט געוויסט וואס עס וועט ארויס קומען םון זיין קנאות וואלט ער זיך אנגעטוהן אן אראפגעבויגן היט און און זיך אוועקגעצויגן פון ברוקלין און זיך אפגעלאזט פון דעם.

איך מיין ער דרייט זיך מער נישט איבער אין קבר... דאס איז געווען יארן צוריק. היינט איז ער בכלל נישט דארט... ער איז שוין לאנג אנטלאפען פון דארט. וועגן דעם האב איך טאקע אויפגעהערט גיין צו זיין ציון.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 12:42 pm
דורך גאנצל
די רבי דארף זיך נישט איבערדרייען אין קיין קבר ער האט א פיינע ממלא מקום וואס גייט אויף זיין וועג ס'אינטערסירט אים בכלל נישט וואס אלטר משה מיט משה בער האבן צו זאגן

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 1:14 pm
דורך דריידל
איך האב מורא אז גאנצל'ס תגובה מאכט אים זיך דרייען אין קבר

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 1:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיך האט גאנצל'ס תגובה געקאסט אן אויספלאץ... :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:03 pm
דורך טעפל
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך מיין ער דרייט זיך מער נישט איבער אין קבר... דאס איז געווען יארן צוריק. היינט איז ער בכלל נישט דארט... ער איז שוין לאנג אנטלאפען פון דארט. וועגן דעם האב איך טאקע אויפגעהערט גיין צו זיין ציון.

קען זיין אז ער איז אריבער צו פאלאק'ס לאט?!

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:10 pm
דורך ציבעלע-קיגל
גענוי ווי ער איז ווייס איך נישט אבער איין זאך איז זיכער... דארט אין אוהל איז ער זיכער נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:18 pm
דורך שרייבער
און די רעבעצין איז נאך יא דארט? איך זע דו ווייסט פונקטליך וואס טוט זיך אונטער די ערד

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 9:06 am
דורך יאיר
א געשמאקער געדאנק, חזקיהו. בחדא מחתא קען מען שוין מיט דעם פארענטפערן דעם סאטמארער רב'ס שיטה אליין, וואס כידוע לכל בר בי רב דחד יומא איז דאס מלא קשיות ותמיהות, נאר היות דער רבי האט געהאט א שטארקער חיבת הארץ, האט ער אליין מורא געהאט צו נכשל ווערן אין ציונות, ממילא איז דער מושג פון "ציונות" געווארן זיין פערזענליכער דם שונא (מה שנקרא בשפת פרויד projection) און ער האט עס באטיטלט מיט כל מיני שמות נרדפים, ערפינדנדיג א היבש אריגינעלע תורה מיט מפולפלדיגע יהרג ואל יעבור'ס, (אלעס אויב דער ים האט געהאלטן קנין הפירות כקנין הגוף דמי, פארשטייט זיך). זענען געקומען די חסידים וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו מבחין זיין, און איבערגענומען די פסיכאלאגישע רעאקציע קעגן "ציונות" צו "ציונים", און האבן עס פארוואנדלט אין א באורינג שיטה מיט קינדערישע לאזונגען. איי, וואס פארשטייט די היינטיגע יונגווארג.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 9:21 am
דורך גאלד
עיין פה ופה מה שכתבתי כבר בענין זה

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:07 am
דורך מאטי
איך בין מסכים צום צווייטן העלפט ארטיקל.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:38 am
דורך חרבונה
[tag]יאיר[/tag] די ביסט דאך דא צו חוזק'ן בכלל פון די אידישע גדולים, איז אנשטאט רעדן אויף א גברא רבא ווי רבי יואל זצ''ל.
פארקויף דיינע שיטות איבער דעם טיפוש ומשוגע הנביא שקר מוחאמאד, עס וועט דיר לייכטער זיין די ארבעט.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:00 pm
דורך יאיר
מר. חרבונה זה ? מ'האט לעצטנס געמאכט נייע תקנות וועגן האבן אפאר ניקים.