בלאט 1 פון 1

world cup

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:24 pm
דורך פלעין יודיש
זייער אינטערסאנט אז אין ק"ש ווערט נישט דערמאנט קיין זכר, אבער אין די גוישע וועלט זענען אין די לעצטערע וואכן די אויגן פארגלייזט אויף אזא רינדיגע שטיקעל ראבער דמתקריא באל (ובלע''ז טאבע), וואס פליט ארים פון איין פיס צום צווייטען,
און דאס צישפילט מיליאנער מענטשען אויפן כדור הארץ מגייט שלאפן דערמיט און מ'שטייט אויף דערמיט, מ'וויינט און מ'לאכט מ'שיכורט און מ'שלאגט זיך אזש אפילו ביזן טויט (געווען באריכטעט אפאר שטעכערייען), דער שפיל האט די מערסטע צאל viewers נאך מער ווי די אלימפיקס.

שטייטזיך אז ביי אינז אין ראדני פארנעמט דאס נישט קיין פלאץ, דאך איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסען וויאזוי די שפיל גייט צי? וועלעכע לענדער זענען בארעכטיגט צו שפילן און וויאזוי ווערט דאס ציטיילט וועלעכע לאנד שפילט קעגן א צווייטע וויאזוי ווערט מען א פיינעל געווינער נאך די אלע וואכן אא''וו.
קען איינער אזוי גיט זיין און דאס גיט דורכטון און אראפשרייבען דא אין שטיבעל, ווייל תורה הוא וללמוד אני צריך בבחינת מאויבי תחכמינו, אנו רצים והם רצים...

און דערנאך איז סתם אזוי אינטערסאנט צו וויסען די נייעס פון די היי יעריגע געים וואס ווערט געשפילט אין Brasil, כסדרדיגע אפדעיטס וכדומה, פארדעם איז דער אשכול דא.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:27 pm
דורך פיינע קאווע
כמדומני אז די וואס דאווענען נישט אין ראדני זענען נישט פון די מ'וויינט און מ'לאכט מ'שיכורט און מ'שלאגט . והראי' כהאב נישט געוויסט אז עפעס טוט זיך יעצט איבער א באל געים.
גיט א שמייכעל

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 6:01 am
דורך שצם_חנכל
[tag]פלעין יודיש[/tag] ביסט אויך געוואר געווארן דערפון דורכן גוגל דודל? מיר זענען טאקע אויסגעפלאגט מיטן אינטערנעט צוזאמען

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:39 pm
דורך ימי קדם
Germany defeats US 1-0

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:47 pm
דורך לאליפאפ
איך האף מוצאי שבת צו באשרייבן די ענין באריכות!

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:54 pm
דורך מ גפני
Reuters Top News (Reuters): #BREAKING: Overpass collapses in Brazilian World Cup host city Belo Horizonte, leaves at least one dead: media reports

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:54 am
דורך פלעין יודיש
שווערע ראיאטן קומען אצינד פאר אין די שווייץ נאכן פארלירן ביים "וועלטס גלעזל"

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=I9nlSYz2NOQ[/youtube]

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 7:53 am
דורך פלעין יודיש
לאליפאפ האט געשריבן:איך האף מוצאי שבת צו באשרייבן די ענין באריכות!

היינט קומט פאר די "פיינעל" Germany vs Argentina
און איך ווארט נאך אלס אויף [tag]לאליפאפ[/tag]'ס ביאור.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 5:58 pm
דורך מ גפני
די דייטשן האבן געוואונען