ווייסט איר דאך אוודאי אז ביי אונז פארט מען נישט. יארן מיט חדשים זענען שוין פארבייגעלאפן און מיר זענען נאך אלץ דא, בבית מושב ושם תשכב. זומער איז מען אין דער שטאט אן קיין רחמנות, ס'האט שוין גערעגנט ווינטער און געשנייט פרילינג וקאנטרי לא גרסינן. אז יעדער פארט איז דאך אוודאי גוט און אז דער עולם בלייבט שוין אויך דא נו פארוואס זאל איך זיין אנדערש, בלייב איך אויך דא. אבער ווי יעדע גוטע און שלעכטע זאך נעמט אמאל אן עק איז ביי אונז אויך נייע צייטן און היי יאר פארט מען. עפעס א פאסטן אונטערגעקומען וואס איז ממש א זינד ארויסצולאזן פון אונטער די הענט (ווער האט דיר געבעטן לכתחילה זיך צו נעמען אזא אומסטאבילע פרנסה??). איז פאקט מען פעק און זעק און, ויסעו. און נישט עפעס ווי א מתחיל אויף א וואך צוויי דריי, נאר אויף צו להכעיס ולתיאבון און אלעס אינדערמיט אויף "א גאנצע זומער". הגם, אז מ'רעכענט נאך איז עס נישט מער ווי א ניין וואכן מיט תשצ"ג חלקים, אבער דאך סאך אסאך מער ווי גארנישט.
דארף איך דאך אייך נישט צו פארציילן ווי די קאנטרי קוקט היינט אויס אין די אויגן פון איינער וואס לא דרכו רגלי סטעישאן וועגאן'תו אויפן סעווינטין פאר אזויפיל יארן. דאס לעצטע מאל וואס איך געדענק דעם דרך המלך איז ער געווען גאר א לאנגע שמאלע ראוד, און בעיקר מיט אסאך עקזיטס. וואו מ'גייט וואו מ'שטייט ביסטו אדער א דרייפערטל מייל פאר אן עקזיט, אדער צוויי מייל פאר די קומענדיגע. און מ'פארט, מ'פארט ווי לאנג ס'לאזט זיך, און ווען מ'איז מחליט פארט מען ארויס די נעקסטע עקזיט און מ'הויבט אן בלאנדזשענען. מ'שטעלט זיך אויף א זייט, פון ערגעץ וואקסט דער דרייווער ארויס א צוקנייטשטע מאפע, מ'שפרייט איר אויס בפישוט ידיים ואוזניים אויפן האד ווי די רקועי פחים ציפוי למזבח. און מ'שטעלט אפ די קומענדיגע דריי גויים און פיר גויטעס (זיי ווייסן די וועג). סך הכל אויף צען אזייגער ביינאכט איז מען אלעמאל געווען אין די קאנטרי נישט קיין נפקא מיניה ווי שפעט מ'האט זיך ארויס געלאזט.
נו צוויי וואכן צוריק אז ס'איז שוין געבליבן אז מ'פארט, האמיר זיך אריינגעזעצט איך מיטן אשת חיל'טע אין א קליינע קאר אריין און זיך ארויסגעלאזט אהין. ס'איז געווען א רעדע פון צוויי דריי מעגליכקייטן, עכ"פ ווי ס'האט אונז זיך געהערט, דארף מען דאך ארויספארן קוקען זוכן וואס שייך דאס בעסטע, סוף כל סוף פארט מען דאך פאר די קינדער. די טאג האט זיך אנגעהויבן און מ'זעמיר שוין אויפן וועג, לאמיר שוין זען וואס מ'האמיר פארפאסט די אלע יארן.
קלאפ איך אריין אינעם ג'פ.ס. פונקטליך דעם אדרעס פונעם ערשטן דעסטענאציע מיינע, די קאר פארט, די טרעפיק איז בכלל נישט זיך אפצורעדן, נישט אז ס'וואלט זיך ווען עפעס גערירט אז יא. דאס ערשטע קבלת פנים מיינע אז עפעס איז נישט גלאטיג דא האב איך שוין באקומען נאך אין די שטאט, כ'לייג אריין די אדרעס און די נאמען קומט גלייך ארויף, ווי זיי ווייסן שוין פון וואס איך רעד. נישט עפעס וואס איך האב אזוי ליב, אבער פאר דעם גייט מען נישט איבערדרייען, מוחל און געגאנגען ווייטער, דער פירט דאך מיר ממילא אוואו אים שמעקט נאר.
האלט איך שוין טיף אויפן סעווענטין ווען איך ווער געוואויר אז מ'קאנטרי'ט שוין היינט צוטאגס אזוי ווייט אראפ כמעט ביז אנפאנג, די גאנצע לאנגע מיסטריעזע שטיק מהלך ביז צו די אנפאנג פון די קאנטרי זאנע וואס פלעגט מיר אייביג אלעמאל וואונדערען ווער ס'וואוינט דארט איז שוין היינט אלעס היימיש באזעצט, שוין נישט קיין ווילדע סוד מער, נאך א שטיק נאסאטלגיע אין דער ערד אריין א כפרה פארן עזאזל. פארוואס האט מען נישט געקענט ענדערש זיך ציען אויף ארויף צו? נישט דא דען גענוג שטח הפקר אין דער לענג און אין דער ברייט פונעם גאנצען מדבר קאנטרי אז מ'מוז זיך קושן מיט נאך א וואלמארט כאילו איינס האט נישט געקלעקט פארן גאנצען ציבור? מ'שפארט זיך דען געזאלין, ס'קומט דאך מילא פון ניו זשירסי! ס'מאכט נאר שווערער דאס לעבן פאר די היטשערס און פאר די סטעיט טרופערס, נישט קיין יושר, בכלל נישט.
אויב האב איך זיך איינגערעדט אמאל אז היינט צוטאגס איז אכשר דרא האט עס מיר שיין צוריקגעפאטשט אין פנים אריין, א נעכטיגן טאג, לא דובים ולא יער ולא גולדי לאקס, ס'הויבט זיך בכלל נישט אן די גאנצע מעשה. וואלט מיר איינער אפשר געקענט מסביר זיין פארוואס אין ווייטן 2014, אין א דור פון טוויטער, וואטסעפפ מיט טורענסטיילס אין די מקווה זאל מען נאך דארפן ביי יעדע קאנטרי זוכן דעם אריינגאג מיט זיבן לעכט? כ'מיין, גארנישט האט זיך געטוישט די אלע יארן? וואס איז דאס דער גרויסער גדולה מיט א קאנטרי ענטרענס אז ס'זאל נישט זיין פאר א מכה צו געפונען? נישטא נאך א זאך אזוי גוט באהאלטן פון א שלעכט אויג ווי די ענטרענס צו א קאנטרי. א גנב מיט הלל'ס געדולד וואלט אויך מן הסתם צוויי מאל געטראכט פארן גנב'נען א קאנטרי ענטרענס נאכאמאל. כ'קום אן, די כלי ווייזט אז כ'בין שוין אנגעקומען, אין זיין שפראך הייסט עס "דערגרייכט דיין דעסטענעישאן", אבער וואס פאר א שווארץ קאפל גיי איך טוהן מיט מיין דעסטאנעישאן אז איך שטיי אינדרויסן. כ'בין שוין ארומגעפארן די געיט צוויי מאל, שוין געזען די סווימינג פול מיטן בית מדרש, די דעי קעמפ בודקעלע מיט די צוריסענע סקרינס, כ'ווייס שוין עפעס אויך וועגן די גראונדס, געכאפט א בליק פון דערווייטענס צו דער אנגעטראגענע באשערטע מיינע, די "באנגעלא", אבער איך בין אינדרויסן פון בילד, כ'זוך די ענטרעס.
הפנים צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, כ'בין אנגעקומען, כ'האב עס למעשה געטראפן. גיי איך אריין אויסשמעקן פון וואס ס'רעדט זיך דא, קענסט האבן א גאנצע לעדל מיט ברילן דארפסטו נאך אלץ אן עקסטערע פאר אויגן אויף צו "קוקן א באנגעלא", ס'איז א מסכת פאר זיך. גיי איך מיך אומקוקען בבדיקה וביטול וואס פאר א גליק איך האב געטראפן, וועל איך זיך צוריקקערן אן אנדערע געלעגנהייט מיט ווייטערדיגע אינפארמאציע. ווארטס מיט שפאנונג און פארזעצונג.