בלאט 1 פון 2

א דאקטאר פאר אונזער באלעגאלע געזוכט, עמוירזשענסי!

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:16 pm
דורך שמעקעדיג
נעכטן נאכט זעה איך ווי א ריזיגע מאסע מענטשן שטייען אינאיינעם מיט צענדליגער הצלה יונגעלייט ערגעץ אין א זייטיג געסל אין ב"פ, סמוך ונראה צו א לאנגע געילע סקול באס אן א נאז (די סארט פון יאסי פאלאק, ווער געדענקט נאך) און די הצלה וואלונטירן שלעפן און שטופן, באכענען און שרייען קולות, סיי די מענער אפטיילונג און סיי די פרויען לעלוס, אלע קוקן אויס פארלוירן, אומבאהאלפן, אובדי עצות. ביז 5 מינוט איז דער מאן אויפן בעטל אריינגעשטופט געווארן אינעם אמבולאנס, און עס צינדן זיך אן די לעמפלעך מיט די יאמערליכע סירענעס און היידא, אדורכגעפלויגן אלע רויטע טראפיק ליכט צום שפיטאל אין מאנהעטן.

:roll: :twisted: :o

איך פרעג זיך נאך (שלא כדרכי) ביי די דורכגייער, וואס גייט דא פאר? וואס איז געווען דער שרעקליכער אינצידענט וואס האט צוזאמענגעשלעפט עולם גולם מקטן ועד גדול?

פארציילן זיי מיר אז דער דרייווער פונעם באס האט געכאפט א אינטרעסאנטע אומדערהערטע אטאקע וואס לא נשמע כמוהו מימות יהושע בן נון, ניטעמאל איז אריינגעשריבן אינעם ספר הרפואות פון חזקיהו המלך א רפואה פאר די סארט קרענק. "ווער איז דער דרייווער"? אינטערסיר איך זיך מיט נייגער. "ער רופט זיך "בערל", קומט דער ענטפער.

מיין הארץ האט פארפעלט א באכע. בערל!! איז דאס אונזער בערל? וואספארא סארט אטאקע האט אים אנגעכאפט?? איך לויף צוריק צו מיין מערצעדעס און דרוק אראפ דעם געז פעדאל אזש די RPM ווייזערל האט אנגעהויבן ווייזן רויט, איך האב אפילו געפעססד אלע מאטארצייקלעך, אבי אנצוקומען אינעם שפיטאל וואס שנעלער לראות את שלום בערל ולדעת מה יֵעָשֶה לו, וואס וועט זיך אויסקאכן.

:evil: :roll: :?: :idea: :|

דער רעסעפשאניסט באווייזט מיר צו גיין אויפן פערטן שטאק צום ICU, ווי גרויסע דאקטורים שטייען ארום און פארברעכן מיט די הענט, און קאנען זיך נישט קיין עצה געבן, אזא פאל האט זיך נאך נישט געמאכט, אין די מעדיצינישע בוכער איז נישט פאראן קיין רפואות דערפאר, עס איז א מיסטעריעזע אומדערהערטע מחלה, זיי שטייען ארום און דיסקוטירן וואס איז דער אורזאך פון אזא מאדנע קרענק.

איך האק אריין ווי א שבעה דברים בגולם, און בעט זיך צו די דאקטוירים, ביטע, וואס גייט פאר? אפשר קענט איר מיר זאגן בקוצר אמרים וואס האט פאסירט מיט מיין ידיד נפש, רבי בערל? זיי קוקן מיר אן מיט אזא האלב-רחמנות האלב-ביטול מינע, כאילו לאמר, ווער ביסטו, וואס מיינסטו פארשטייסטו, דו האסט נאך אפילו האפענונג? ביי אונז איז עס שוין לאחר יאוש, ער וועט עס שוין נישט מאכן.... אבער דאך! איך בעיט זיך ביי זיי.... צייגן זיי מיר א קאפיע פון די רעפארט וואס די דיאגנאז מאשינען האבן אויסגעשפיגן עטליכע מינוט צוריק, און זיי זיצן איבערגעבויגן דערויף מיט די שווארצע ברילן אויפן שפיץ נאז און מוטשען זיך צו פארשטיין די מאדנע קאודס.

איך וועל אייך פארליינען וואס איך האב געזעהן דארט:

דער פאציענט איז ערנסט אינפעקטירט מיט די פאלגענדע: סענדער דער דויטש, :shock: :o :( ;) מיט "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ, פונ'ם "צייטונג" "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג :roll: :twisted: :lol: :lol: :P :oops: ווארפט אריין אין זיינע דיעות כוזבות אין דעים צייטונג איבער ציונים.... איך בין א שטארקע ציוני... דער העיליגער רעבבע פון א געוויסע שטעיטל וואס זאגט כסדר כ'וועיס נישט, 8-) :shock: ר'פירט זיך צו עסן דעים געוויסע (נישט אזוי באקאנטן) מאכל, ווי די די אנדערע רע-בנים, זכותו "יגון" עלינו, לאורך ימים "ונשים" טובות.... על ראשון שני ועל אחרון מפטיר (קרעדיט: איך-מיך)..... איך דערמאן זיך כסדר א מעשה (פארוואס איז דאס איינגערינגעלט) ווייס איך נישט )פארקערטע רינגעלעך( דער עוילעם האטציך אנגעשיכור'ט ביי א קידושא רבא. און מ'האטציך גענומען שלאגן צווישן זיך... :roll: :oops: ;) : :o )דאס איז אן א שמייכל.(. א ייש"כ פאר ברענגען די הערליכע ארטיקלען און קאפיעס פון "דעי צייטונג". כ'האב נאר איין באמערקונג, אז....דף היומי.... הרב קוק.....שש"ט שרייבט ווי א כיתה ג' אינגל..... דער בלאט... הרב סאסנע.... הרב איצא שייגעץ... ווידעראמאל הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ-פלאפ...... ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני עפ"ל אראנדז"ש.... טמא'נעם נחל חרדי..... פארשטינקענע נטורי חרתא..... ווען מיין רבי פון קרית יואל רעדט אקעגן טעכנאלאגיע מיינט ער נישט מיך ווייל איך בין א גרויסער מן הארץ אין די זאכן.... מעשה שהיה. א מעשה וואס איז קיינמאל נישט געשעען.... פארכאפט דעם עראפלאן, און פארשלעפט קיין אוגאנדא... ???? :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: על אלה אני בוכייה :( ;) :o ;) :D :shock: :lol: :lol: 8-) :roll: :idea:


איך בין אויך געווארן היסטעריש, און איך וויל בעטן פון די חברים דא, ווער עס ווייסט א פאסיגע דאקטאר פאר די אנשיקעניש זאל ביטע מודיע זיין קריטיש וויכטיג, ויפה שעה אחת קודם! געדענקט, כל המקיים נפש אחת וכו'.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 7:28 pm
דורך שמערל
העי און וואס איז מיט די רעבעצין קלוגהויפט, איר אינפעקציע האט נישט קיין סייד אפעקטס?

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. איך מיין דעם בעסטן דיאגנאז, בעסער פון אלע דאקטוירים, האסטו געמאכט. מיין שאלה איז אויב די ביה"כ וואו דו האסט קאמפאוזד דעים מאמר איז געוועין עיר-קאנדישאנד?... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
שמערל האט געשריבן:העי און וואס איז מיט די רעבעצין קלוגהויפט, איר אינפעקציע האט נישט קיין סייד אפעקטס?

בערל מיט שמערל... גאנץ א פאסיגער זיווג!...

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ס'דערמאנט מיך א מעשה אז איינמאל האט א יונגעל אויף מיין באס געזאגט "ביי ביי באלעגאלע קענסט מיך נישט אריינכאפן"..... :P :oops: :cry: :evil: :lol: 8-) :o :shock: :?

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ס'דערמאנט מיך א מעשה אז איינמאל האט א יונגעל אויף מיין באס געזאגט "ביי ביי באלעגאלע קענסט מיך נישט אריינכאפן"..... :P :oops: :cry: :evil: :lol: 8-) :o :shock: :?

פשט? חלום חלמת, ואינך יודע מה הוא?... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o :?: :|

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעצטענס קומט בערל אריין זייער שטארק. ס'מוז זיין ער איז שוין אכציג. בן שמונים לגבורה זאגט די משניות קהתי.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:23 pm
דורך פליקער
סמייליאייטעס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:33 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:סמייליאייטעס

אויך געווארפן א שטיין. נו. וואס נאך? :twisted: :evil: :twisted: :evil:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:20 am
דורך טעפל
ר'' בערל וואס איז געשעהן? איך מיין איהר דארף זיך טאקע גיין אונטערזוכען, איהר מאכט זיך עלטער ווי איהר זענט!!! :lol: :x :P :oops: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ. איך האב שוין געמאכט אן אפוינטמענט. אבער דער דאקטער נעמט נישט קיין מעדיקעיד :lol: ערנסט גערעדט. איך האב א גרויסע הנאה אז מען לייגט מיך ארויף אויפ'ן טיש און מ'פראקט מיך אויס. דאמאלס ווייס איך אז איך לעיב... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:30 pm
דורך טעפל
ממש ווי אן אלטע איד וואס גייט צום דאקטער פרעגן וואס איז היינט געשעהן אז גארנישט טוהט נישט וויי די מצב איז נישט גוט.. :cry: :cry: :cry: :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:42 am
דורך כוכב
גוט גוט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:גוט גוט

כוכב: וואס האסטו דיך עפעס היינט דערמאנט. אפשר געהאט א חלום...? אדער איז א טאג פון סלאו ביזנעס אין קאווע שטיבל. אדער אין דיין שמשות (שאמאסעס) ביזנעס... :roll:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:00 am
דורך ווייל אזוי
berlbalaguleh האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:גוט גוט

כוכב: וואס האסטו דיך עפעס היינט דערמאנט. אפשר געהאט א חלום...? אדער איז א טאג פון סלאו ביזנעס אין קאווע שטיבל. אדער אין דיין שמשות (שאמאסעס) ביזנעס... :roll:


אולי ווייל די מאמענט באשרייבט דיין סנדר.....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:04 am
דורך berlbalaguleh
ווייל אזוי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:גוט גוט

כוכב: וואס האסטו דיך עפעס היינט דערמאנט. אפשר געהאט א חלום...? אדער איז א טאג פון סלאו ביזנעס אין קאווע שטיבל. אדער אין דיין שמשות (שאמאסעס) ביזנעס... :roll:


אולי ווייל די מאמענט באשרייבט דיין סנדר.....

ייש"כ: כ'האב עס נאכנישט געזעהן. אולי. ניתי ספר ונחזה...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:07 am
דורך קאמענטירער
וואס איז טאקע פשט? סאיז דאך דור הולך ודור בא, יעדע דור האט זיך זיינע רשעים אין זיינע צדיקים, פארוואס איז אונזער בעל עגלה סטאק געבליבען מיט עפעס א דייטש אין האלז?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:14 am
דורך berlbalaguleh
קאמענטירער האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט? סאיז דאך דור הולך ודור בא, יעדע דור האט זיך זיינע רשעים אין זיינע צדיקים, פארוואס איז אונזער בעל עגלה סטאק געבליבען מיט עפעס א דייטש אין האלז?

קאמענטירער: ווייל אונזער בעל עגלה האט שוין געגעסן א ביסל מער אפיקומנ'ס פון דעם קאמענטירער און רוב פון די אנדערע חכמי בראד אויף קאווע שטיבל, לאורך ימים ונשים. איך האב א סאך געליינט זיינע מאמרים. און ס'ליגט מיר אין די ביינער. נאר איך האק אויף די היינטיגע רשעים און דעמאגאגן אויך. נאר א געוויסער פיינשמעקער האט דאס נישט ליעב. צוליעב דעם האט ער אויפגעמאכט דעם אשכול. אדער אפשר איז יענעם טאג געווען א סלאו טאג אין זיין אנדערע ביזנעס. כ'מיין נישט איי וועלט. ווייל דארט איז ער אויכעט א תושב. נאר ער טענה'ט אז ר'האט נאך א ביזנעס...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 6:15 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט פארוואס, איך האב מיך דערמאנט....... :lol:
(ר' בערל, אל יחר אפך בעבדך, איך מאך נאר א ווערטל; אויב עס פארדריסט אייך, לאט מיר וויסן און איך פארמעק עס תיכף ומיד)

.

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ניין. ס'פארדריסט מיך נישט. פארמעק עס נישט. איך האב אייביג ליעב א גוט ווערטל. אפילו ווען ס'איז אויף מיין חשבון.

איך הייב אן צו גלייבן אין אזא זאך ווי טעלעפאטיע. אדער (להבדיל) רוח הקודש. ווייל די טעג האביך פונקט געטראכט פון דעם זיסן אשכול. און וואס ס'איז געווארן דערמיט... :lol:

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
און ווידעראמאל האבעך זיך אנגעשטויסן אין א רעמיינדער פון אונזער באליבטע בערעלע,
דאס מאל זייענדיג אין א געשעפט דורכנישטערנדיג די כשר'ע DVD סעקשאן....

.

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 2:51 pm
דורך [NAMELESS]
מערקט די געלע סמיילי אויבן אלץ חותמו של בערל

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 8:05 am
דורך שמעקעדיג
א נייע סימפטאם איז לעצטנס ערשינען אין צוגאב צו די אלטע קרענק. דאקטוירים האבן באמערקט אז אין 4 פון יעדע פינף תגובות פון ר' בערל פאלן אריין די ווערטער שר"י עפ"ל.

דוק וטישטוך.

די עסקנים האבן זיך געוואנדן צו די גדולי הרבנים, בעיקר ר' בערל'ס רבי, ר' אהרן, וואס אים קומט זיך די רביסטעווע ווייל ער איז דאך דער בכור (ווי ר' בערל האט שוין ערווענט דא אין שטיבל כמעט 50 טויזענט מאל), און געבעטן דעם רבי'ן זאל קאנסידערן צוצולייגן א נאמען, כולי האי ואולי.

דער רבי האט זיך געווערטלט, כדרכו, אבער גלייכצייטיג זיך מתמרמר געווען אויף דעם נייעם פענאמען פון 'בערליזם' וואס כאפט זיך אריין אין כלל ישראל.

ווען מען האט געוויזן פאר'ן רבי'ן די עפ"ל שר"י, האט דער רבי געזאגט בדרך צחות, אז עס איז נוטריקון, עס פרישטאג לאנטש, שווייג רבי יוד.