בלאט 1 פון 1

כי יקום בקרבך … נביא (רוה״׳ק בלע״ז)

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:18 pm
דורך קינד_אן_קייט
לעולם באלאנגט דאס אין אשכול ״אותות ומופתים באדמת בני חם״ (אדער אין ״סיפורים וועלכע זענען נגד השכל״ אדער אפשר גאר ביי ״ר’ יענקעלע איז גארנישט?״) אבער כדי ס׳זאל זיי נישט שאטן קיין עין הרע (חמסה, חמסה)... איז אפשר יא כדי דאס אפצוטיילן.

כ״ק אדמו״ר מ׳ריבניץ (בארא פארק, הי״ו) איז נוהג צו זאגן אז ״ס׳וועט קומען א ׳מקובל׳ פון א״י און הייסן דעם עולם איינטינקען דעם קאפ אין א שיסל קאלט וואסער וועט עולם גולם נאכשפרינגען״ און נאך באצאלן דערפאר אויך.

דער ווידיאו איז טאקע לשם ליצנות אבער א גוטער ביישפיל ווי גרינג מען קען שפילן אויף די נערוון פון תמימי לב.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GmYY8nfcr2Q[/youtube]

ועיין עוד ערך פיטער פאפאפף

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:44 pm
דורך איך אויך
אוי איז דאס גוט!

אגב ,ווער איז האדמו''ר מריבניץ הי''ו?

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 11:23 pm
דורך דריידל
מיינסט אפשר ר' דוד יצחק שיק?

דער איז דאך א גאון עצום בנגלה ובנסתר בנוסף צו זיין פרישות און צידקות, איינער וואס שרעקט זיך נישט צו זאגן דעם אמת. איך האב געהאט די זכיה נאנט צו ווערן מיט אים א צייט צוריק, און איך זעה פאר אז ער וועט נאך זיין א גרויסע אדרעסס ווי מ'וועט לויפן צו אים פון איבעראל.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:06 am
דורך קינד_אן_קייט
יא כ׳מיין טאקע הרב שיק (נישט פארטוישן מיט שיק - ברסלב), מלפנים דומ״ץ התאחדות הרבנים וטאהש, רב דקהל תפילה לדוד, פאררעכנט זיך אלץ תלמיד מובהק פונעם רימניצער.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 6:01 pm
דורך zurich
לאמיר טאקע רעדן פון עקשטיין פון ווי ווייסט ער די אלע זאכן?