בלאט 1 פון 11
רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 8:45 pm
דורך אךשמח
איך בין דא ביים גרויסן כינוס און איך הער די דרשות און רעדעס און איך קען קוים ווארטן צו הערן וואס מען גייט ארויסגעבן.
וועלכע תקנות גייט מען אויפברענגען?
ווי אזוי גייט מען עס אינפארסירן?
די אלע שאלות און פאראויסשאצונגען האט מען שוין פיל אויסגעאקערט, יעצט לאמיר זען וואס גייט טאקע זיין? וואס גייט מען מעלדן?
אט אט און דער מצב דארף זיך טוישן!
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:21 pm
דורך דבילה
Jnet האט היינט געהאלטן א מיטינג פאר טעקנישענס אין ווילי און פארגעשטעלט זייערע נייע פראדוקטען\סאלושענס פאר די אינטערנעט.
דריי פראדוקטען האבן זיי פארגעשטעלט. איינס א הארדווער שטיקל וואס קען סערווען טויזענטער קלייענטס און האלטן אלע לאגס לאקאל. צוויי, א קלענערע הארדווער שטיקל וואס דינט צען באנוצערס, און דערנאך א סאפטווער מיט א נייערע מהלך אין פילטערן וואס פילטערט די קאנטענט ענדערש ווי די url אין מעטא אינפא. דער סאפטווער דארף צו זיין גאר שנעל, נישט מער ווי 5 ms א בלעטל.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:23 pm
דורך שמואל הלוי
כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:27 pm
דורך דבילה
ביג בראדער אין אקשען... אלעס וואס גייט געשען נאכען כינוס שטייט שוין דא קלאר פאראויסגעשריבן פון איבער 50 יאר צוריק!
http://www.openculture.com/2008/06/geor ... rsion.html
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:28 pm
דורך קרעמער1
איין זאך איז זיכער אז טויזענטער חסידישע בחורים האבן ב"ה געהערט אז מיט א בלויע העמד קען מען אויך זיין אן ערליכע איד
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:45 pm
דורך דבילה
(מתוך דברי סקולענער רבי)
רעזאלאציע נומער 1: די עולם זאל תשובה טוהן (זאגט נישט וויאזוי)
(מתוך דברי רב וואזנער)
רעזאלאציע נומער 2: ס'איז דא אינטערנעט באיסור און ס'איז דא אינטערנעט בהיתר
רעזאלאציע נומער 3 (פאר די מוסדות): ווער ס'האט אינטערנעט באיסור איז אסור אריינצונעמען זייערע קינדער
רעזאלאציע נומער 4 (פאר די עלטערן): אויב האט איר אינטערנעט באיסור שרייבט ביטע איין אייערע קינדער אין פובליק סקול
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 9:47 pm
דורך דבילה
(מתוך דברי ר' אפרים וואקסמאן)
רעזאלאציע נומער 5: מ'מעג טראגן א בלויע העמד
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:24 pm
דורך דבילה
(מתוך ניגוני העדה הקדושה)
רעזאלאציע נומער 6: ר' מתתיהו סאלאמאן = מלך ישראל!
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:33 pm
דורך צוויבל מיט איי
מ׳גייט מאכן א טיילונג, ווער ס׳ווארפט ארויס די אינטערנעט אדער ווער עס האט געלט קען בלייבן אין כלל ישראל.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:18 pm
דורך דבילה
מפטירין כדאתמול. גארנישט קיין נייעס. דער אסיפה האט געקענט פונקט אזוי נישט פאסירן.
'ך גיי שוין שלאפן.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
נישט צו גלייבען. אז מ׳האט שוין יא צאמגענומען אזויפיל אידן - זאל מען גארנישט קענען זאגן?! גארנישט פארקויפן?! אזוי פיסט און ליידיג זענען זיי?!
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:24 pm
דורך הדד בן בדד
שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.
דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:31 pm
דורך דבילה
הדד בן בדד האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.
דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?
איך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט
קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט
איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:41 pm
דורך איינער
דבילה האט געשריבן:איך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט
קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט
איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.
דבילה, איז גערעכט, די אסיפה וועט לכאורה זיין די יסוד פון וואס מען וועט פראבירן צו מאכן אזא סיסטעם. זעהט אויס עס איז נאך נישט געווען גרייט אדער אז די פירער האבן נאך נישט געהאט מסכים געווען אויף א סיסטעם גענוגט פאר די אסיפה.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:42 pm
דורך אךשמח
איך זע נישט גארנישט אנדערש ווי פאר דעם.
דער כינוס קען גערעכנט ווערן אלס סוקסעס אין נומער פון מענטשן וויפיל עס זענען אנגעלאפן, אבער ביז אהער.
פארן כינוס האב איך געקלערט אז מעגליך וועלן מענטשן אוועקלייגן דעם אינטערנעט אויף עטליכע טעג, אבער יעצט בין איך קלאר אז עס גייט נישט קיין סאך געטוישט ווערן.
...אויסער, אויב דער כינוס איז נאר דער ערשטער חלק פונעם פלאן און עס האט א המשך וואס איז נאכנישט באקאנט פארן עולם.
סך הכל פון די אסיפה
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 7:56 am
דורך איינער
די רבנים לעבן אין אנדערן פלאנעט.דאס האט מיר איינער געשיקט ביי אימעל
The Skulener warns about shidduchim from houses with "the keilim tmeiyim". Is he at least half as worried about Choson Kallah actually being attracted to each other? for a change in our Shidduch system that gives boys and girls choice? that lets them make informed decisions based on actual life rather then parental wishes and expectations? them having something in common other then chassidus? That Sholom Bayis and NOT driving the spouses crazy is a far greater "geder" to "zech nisht metamne zaan"?
Rav Don Segal is busy how even for Business Internet is OOser, Is he at least half as busy trying to make sure that yungeleit have parnoose? thats they have the "keilim" (raed education) to have parnoose? Is he skipping breakfast before demanding that the almost every businessman/ employee find parnose without Keilim temeyim"?
Does Wosner really think that his issurim have a remotest chance of being enforced? doesn't he realize that internet has ALREADY switch to hanheld devices such as Phone, GPS, IPods, etc? Doesn't he realize that WiFi makes a mockery of all that? and where is he flinging charoomes when he should endeavoring to make yiddishkeit palatable and make life of his followers sweet rather then vying for control?
מען דארף שיקן די רבנים ארבייטן פאר א פאר וואכן און נאכדעם וועלן זייל קענען רעדן פון די אינטערנעט.
פון די אסיפה שטארק אויסגעקוקט אז אנשטאט מען זאל ארבייטן אויף די חרדים פון ארץ ישראל זאלן גייען ארבייטן ווילן זיי אונז מאכן ווי זיי אז מיר זאלן אויכט נישט ארבייטן.
רבנים, וועק אופ!
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 9:58 am
דורך יידל
הרב וואקסמאן האט געזאגט " די רבנים ווייסן אפשר נישט וואס די אינטערנעט מיינט, אבער זיי ווייסן וואס מיינט לעבן ריכטיג". איך וויל ח"ו נישט זיין פון די "כת ליצים" ווי ער רופט עס, איך וויל אבער פרעגן מיט אויפריכטיגקייט - וויפיל רבנים ווייסן וואס דאס מיינט גיין ארבעטען פאר פרנסה אן קענען בעיסיק ענגליש פשוט דערפאר ווייל זיין מוסד איז על טהרת הקודש?
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 1:56 pm
דורך אךשמח
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:06 pm
דורך יואליש
אלע סטראשונגן און מייקראמענעדזשינג פון די מוסדות התורה וואלט ממילא פאסירט אפי' אן די אסיפה. טייל האבן עס שוין אנגעהויבן, און אנדערע וואלט ממילא אהין אנגעקומען.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 4:03 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
I hope u know you are talking hoidl boidl. In these times this is impossible to do by FORCE
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 4:32 pm
דורך שמואל הלוי
(קרעדיט פאטאש פון איי וועלט)
מיט א פאר שעה צוריק בין איך געווען איינער פון פערציג טויזענט אידען, היינט בין איך איינער אליין, ארויס געווארפען פון כלל ישראל, מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט מיר, מען טאר אפילו נישט אריין קומען ביי מיר שטוב.
נעכטען האבען איך זיך גע'ישוב'ט צו איך וועל עובר זיין אויף התבדלות מיטן גיין צום כינוס, היינט איז גאר דא אן איסור התבדלות אויף מיר.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:04 pm
דורך יידל
היינט נאכט צוגעשטעטלט דורך איחוד הקהילות, פרייע פילטער אינסטאלאציע פאר קאמפיוטערס, טאבלעטס און סעלפאונס, און אנדערע סעלושענס פון 7 ביז 10 אין Jtech center און פון 9 ביז 10:30 אין iShop.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 12:23 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין געוועהן היינט נאכט אין איישאפ. די צוגאנג איז געווען אז יעדער אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען איז מען געזעצען מיט אים און צוגעשטעלט א קאסטמייזד סעלושען וואס איז פאסיג פאר אים. א שיינע עולם האט זיך באטייליגט.