בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל מיט קאווע...!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 3:14 pm
דורך שעפטל
‎קאווע שטיבל איז געגאנגן פאבליק און זיך פארברייטערט צו א געשעפט...

נאכן יארן זיין קאווע שטיבלעך אין אלע שוהל'ן, נאכן שטארקן סוקסעס פון אונזער שטיבל דאהי, האט זיך געפענט א קאפי-שאפ, יא מיטן נאמען "קאווע שטיבל" ממש הארט נעבן וויליאמסבורג, אויף 94 Ralph Ave. ביי Putnam Ave.
IMG-20140625-WA036.jpg
IMG-20140625-WA036.jpg (204.74 KiB) געזען געווארן 1102 מאל


דער געשעפט (ווי איר זעהט אויפן בילד) הייסט אין ענגליש "Kava Shteeble" און איז ‏געפענט געווארן בערך צוויי חדשים צוריק, דער געשעפט האט נישט קיין השגחה, אבער זאגן אז די קאפי איז כשר, די מילך איז OU-D און פארשטייט זיך זיי האבן אויך ווייטנער וואס איז OU‏.

זייער וועבזייטל http://www.KavaShteeble.com ווייזט נישט גארנישט, ווידעראום אויף זייער פעיסבוק בלאט ‏http://www.facebook.com/kavashteeble זעהט מען מער

(כ'אנטשולדיג מיך אויב ס'איז שוין דא געווען)

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 3:20 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס נישט א קאווע שטיבל מיט ביר און ברוינפן?

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:03 pm
דורך זיגמונד פרויד
א שענק בלע"ז

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:00 am
דורך פליקער
קרעיטשמע
איך געדעינק אז איך. אב געהערט אזא געדאנק ערגעץ צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:34 am
דורך אפטעמיסט

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:17 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין אז אין ירושלים געפינט זיך אויך אזא קאווע שטיבל.
איך פרוביר שאפן א בילד. אפשר באלד.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
דא האט איר, איינער האט עס מיר געשיקט,
(געפינט זיך ערגעץ ביי גאולה געגענט)

.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:38 pm
דורך אפטעמיסט
אינטערעסאנט אז זיי רופן עס קאווע שטיבל. פארוואס נישט איימעמאדער? כ'זעה אז ס'איז נאר געמאכט פאר פרויען. #חחחח

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:22 pm
דורך אפטעמיסט
[tag]שמעקעדיג[/tag], דו מיינסט [tag]סאשי פיש[/tag] ארבעט פאר די NSA?! קוק וועלכע בילד איך האב פארשאפט! אונזער [tag]מנשה לוסטיג[/tag]!

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:34 pm
דורך איך אויך
אפטעמיסט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז זיי רופן עס קאווע שטיבל. פארוואס נישט איימעמאדער? כ'זעה אז ס'איז נאר געמאכט פאר פרויען. #חחחח

די טיר איז פאר די מענער די פרויען גייען אריין אין די וואנט ובלע''ז climbing up a wall.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:11 pm
דורך מ גפני
איז דאס פון מנשה'לעס יעצטיגע באזוך

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:36 pm
דורך לאליפאפ
מ גפני האט געשריבן:איז דאס פון מנשה'לעס יעצטיגע באזוך

ער איז נאך דארט, ניין?