שליחה
דורך ימי קדם » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:21 pm
אין סקווירא איז מען געגאנגען ווייסע זאקן אינדערוואכן, און עס איז דא א באקאנט בילד פון רבי ר' דוד'ל (אבי ר' יעקב יוסף) מיט ווייסע זאקן. לאנגע הויזן האט געהייסן מאדערן. נאר אין ווייס רוסלאנד זענען די רבי'ס געגאנגען לאנגע הויזן. רבי יעקב יוסף איז אויפגעוואקסן ביי זיין ברודער, רבי יצחק'ל קעשינובער וואס איז איז געווען אן איידעם און רוסלאנד, מילא איז ער געגאנגען לאנגע הויזן. ווען רי''י האט חתונה געהאט האט ער נישט געוואלט גיין קיין לאנגע הויזן, ווייל עס איז מאדערן, אבער ווייסע זאקן האט ער נישט געוואלט גיין פארן כבוד פון זיין ברודער, האט ער זיך אנגעטוהן ווייסע זאקן און עס איבערגעדעקט מיט שטיוול (וואס האט אגב געהייסען א חסידיש לבוש אין אייראפע). און פארדעם, און פאר די סטראקעס האט מען אויסגערודפט אין בעלזא. אין ראחמיסטריווקא איז מען מלכתחילה געגאנגען מיט די גאנצע טשערנאבילער לבוש (דער לעצטער טשערנאבילער רבי צו גיין מיטן פולע טראגע, דהיינו די קאלירטע סטראקעס [כנהוג היום בבאבוב ונאדבורנא], ווייסע הויזן און ווייסע זאקן, איז געווען האדמו''ר ממאחנובקא ז''ל פון א''י). אבער זיי האבן געהאט א מסורה אז ביי יעדע גרויסער מלחמה גיט מען אוועק איין לבוש פארן שטן, כדוגמת שעיר לעזאזל, אזוי אז נאכן מלחמה זענען זיי שוין געבליבן נאר מיט די פשוטע בעקיטשע און לאנגע הויזן. ווען רבי איציקל האט חתונה געהאט האט זיך זיין שווער, סקווערער רבי אויסגענומען אז ער זאל נישט גיין לאנגע הויזן, אבער ער האט נישט פארלאנגט דירעקט שטיוול, אבער היות אין ראחמיסטריווקא גייט מען נישט קיין ווייסע זאקן, איז ער געבליבן ביי די שטיוול. ער פלעגט זיך אבער אלץ אפרעדן אז עס איז שווער וכו', איז ווען ער האט געמופט קיין ב.פ. האט ער זיך עס אויסגעטוהן. נא, ווייסע זאקן גייט מען נישט, צוריק אנטוהן לאנגע הויזן קען מען נישט, ווייל דער שווער האט דאך פארלאנגט נישט צוגיין, איז עס געבליבן ביי שווארצע זאקן.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)