התחברות לרשעים אפעקט
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:12 am
איינע פון די מערסטע גוט-גייענדיגע שלאג-ווערטער ביים עקסטרעמיסטישן לאגער איז "התחברות לרשעים" א מושג וואס ווערט גערעדט אין עטליכע פעלער אין חז"ל וספרי מוסר צעווישן אנדערע טויזענטער מושגים פון קעגנזייטיגע ענינים מוסריים, און איז שטארק פאפולעזירט געווארן דורך די וואס זענען טייל פונעם separatist movement וואס האלטן אן אן עקסטרעמיסטישן אידילאגיע פון התבדלות לשם התבדלות, די ענין איז אזוי הארב אז עס איז נישט קיין צווייפל אז ס'איז ביהרג ועל יעבור, די איראניע איז אז ס'טראגט מיט זיך מיט אזא מאדנעם אפעקט וואס אויב איינער איז זיך חלילה יא מתחבר לרשעים, פארשטייט זיך אפילו אויפצוטוען, דאן ווערט יענער אליין א רשע הגם קען זיין אז יענער טוט עס מחוסר ידיעה, אבער אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם, און אז יענער ווערט אליין א רשע, טאר מען זיך צו יענעם פארשטייט זיך אויך נישט מתחבר זיין, אזוי ציעט זיך א קייט פון התחברות לרשעים, ביז ס'פאלן ארויס עטליכע געציילטע וואס געבן זיך אן אלס די וואס זענען ריין פון די מכה, הגם מ'קען שטארק צווייפלן אין דעם צו זיי זענען באמת התחברות לרשעים-פריי, בעת ס'איז א פאקט אז צו פירן א רעליגיעזן לעבנסשטייגער דארף מען אלס צוקומען צו א ברייטערען שיכט פון בעלי אומנות וואס ווייסן וויאזוי צוצושטעלן מקוואות סת"ם שחיטה מילה וכדומה
נאך אן אינטערסאנטן אבסורדיטעט ליגט אין דעם וואס געווענליך א גערופע וואס מער ס'אפעלירט צום ברייטערען עולם אלס מער זיכערקייט פליסט אריין ביי די מיטגלידער און אנהענגער פון יענעם אידילאגיע, אבער אינעם פאל פון אט די עקסרעמיסטישע גערופע שעפן זיי גאר חיזוק פונעם פאקט אז זייער אידילאגיע שטופט אוועק דעם ברייטערן ציבור ווייל סאיז דאך בנבואה אז באחרית הימים וועט דאך זיין א קליין הייפעלע אידן פון שלש מאות אשר לא כרעו לבעל.
גיי פארשטיי.