בלאט 1 פון 1
אינטערסאנטע זאכן אין ספרים
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:25 am
דורך שמואל הלוי
מקור פון א "משוגעים הויז"
איך האב היינט געפינען א אינטערסאנטע רמב"ן (במדבר י"א, כ"ח), אדוני משה כלאם. הטעם בזה וגו' והנה צריכין לשומם בבית הכלא כאיש משוגע.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 7:21 am
דורך שמואל הלוי
מקור פון זיך מזכיר זיין מיט א קוויטל ביי א צדיק
ז"ל הרמב"ן בפרשתן (א, מה) : שע"י שעברו ישראל לפני משה ואהרן, והודיעו שמם בכתב, יהיה להם בדבר הזה זכות וחיים כי ישימו עליהם עינם לטובה ויבקשו עליהם רחמים וכו' עי"ש.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 10:00 am
דורך יידל
דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 10:15 am
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.
גערעכט, אבער ס'איז א חילוק פון סתם גיין צו א חכם ביז שרייבן א קוויטל, און דאס ווערט נישט דערמאנט אין די גמ', נאר אין רמב"ן.
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:26 am
דורך שמואל הלוי
היינט געפינען אין פלא יועץ ערך כבוד הבריות אז ס'איז דא א ענין צו מכבד זיין און צו אויפשטעלן זיך פאר א עני, אזוי ווי עס שטייט "כי יעמוד לימין אביון".
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:53 am
דורך שמואל הלוי
געפינען אין ספר תפארת יהונתן לרבי יהונתן אייבשיץ (פרשת ראה אויפן פסוק לשכנו תדרשו ובאת שמה) אז ווי נאר איינער האט געטראכט צו ברענגען א קרבן אין ביהמ"ק איז ער גלייך אנגעקומען קיין ירושלים בקפיצת הדרך, עיי"ש.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:44 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.
משה און אהרן זענען געווען נאך פאר די גמרא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:56 am
דורך גוטזאגער
די שטערן האט באשריבען באריכות אז אין די .תורה געפינען מיר נישט אזא שטראף ווי בית הכלא/טורמע און ער ברענגט אראפ מ"מ פון ספרים וואס רעדו דערפון און די טעם איז וויבאלד א שטראף ווי תפיסה איז מצער די גאנצע משפחה פונעם קרימינאל, עס העלפט נישט אז די פארברעכער זאל זיך אויס אויס איידעלן און נאך סיבות פארוואס מען געפינט נישט אין די תורה אזא שטראף
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:00 am
דורך שמואל הלוי
מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה
מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:39 am
דורך לעמיל
מ'האט שוין גערעדט אמאל דערפון אין שטיבל צו עס איז געווען א עונש פון תפיסה, צו נאר ביז די פסק איז ער געווען אין תפיסה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:56 am
דורך דולה ומשקה
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה
מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין
אז יוסף איז געוועהן תפיסה איז מצד המצריים ניצט מצד חלק התורה,
ביי דער מקושש שטייט בפירוש אז דאס איז געוועהן ביז געוואויר צו ווערען וואס איז די דין ביי אזא איינעם, אין ווי לאנג הא עס דען גענומען ביז מ'האט בייקומען א ענפער, שוין יענער טאג האט דער באשפער געזאגט צו משה רבינו וואס מ'האט צו טוהן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל האט געשריבן:מ'האט שוין גערעדט אמאל דערפון אין שטיבל צו עס איז געווען א עונש פון תפיסה, צו נאר ביז די פסק איז ער געווען אין תפיסה.
דא האסטו געשריבן דערוועגן, לעמיל.
viewtopic.php?p=38372#p38372
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה
מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין
אבער נישט אלס שטראף. א סענטענס פון עטליכע יאר תפיסה איז נישט געוועין. אדער מלקות אדער מיתת בית דין...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:24 am
דורך איך אויך
געווען א עילוי בשם ר' חיים יעקב יצחק רבינזון (ראדישקוביצר) וואס איז געווען א גרויסע מוח אבער מעורער בנפשו ,יש אומרים עס איז געווען א מחלת הנפש נאך יונגערהייט ויש גורסים אז דאס איז געקומען פון די מאוראות השואה נאכדעם וואס ער האט צוגעזעהן ווי מען שיסט זיין כלה.
אזוי צו אזוי איז געווען גאר א קאריעזער פערזאן ,גענוג צו ליינען דעם לעצטן
עמוד מספרו 'עולם גדול עולה ועולם גדול שוקע' צו האבן א מושג עד היכן הדברים היגיעו.