בלאט 1 פון 1
מן האדום האדום הזה
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 6:52 am
דורך כוכב
א שוואכער בר הכי
נישט געבענטש נישט געמאכט קיין ברכה
די מזוזה נישט געקישט
אבער א נאר איז ער נישט
הלעטני נא דער פעטער שרייט
מיין אפעטיט פולקאם גרייט
מן האדום האדום די רויטע סחורה
נאדיר מיט דער בכורה
כבין הונגעריג ווי א בער
כ'פארקויף דיך מיין שעיר
באנדס סטאקס א געשעפט א מייסע
דו גיס נאר לינזען הייסע
סימן לבנים מעשה אבות
גענוג מיט די שמאנצעס
לאמיר ווישן די וואנצעס
וויי טו קעי מהאלט שוין ביי צוויי טויזנטע תגובה
הגיע הזמן לומר שירה
לאחד המיוחד שבחבורה
בשפה ברורה ונעימה
צו יעדער צייט און נויט
טויט אדער רויט
בהשכל בדעת
א ווערטל א שפאס
מיט ליבשאפט און אהבה
לישרים נאווה
א ווערטל א גראם
מלא טעם
א קרוין איז עס
די גאלדענע מדות
כי ח'ן יבורך גבר
אונזער טייערער חבר
ברכות מלא חפנים
צום דערגרייכן אלפיים
פאר די מענטשהייט געבן לאוו
ביז צען טויזנט איך האף
ווי אלל אדמייער רויט
ביקאוס הי ראקס דע באוט
פלעזשור טו סי יו עראונד
סאו סוויט ענד סאונד
זשאסט קיפ אפ דע גוד ווארק
עי לעף, סמייל אר סמורק
איטס קווייט קלעירלי
ווי לאוו יו רויטע דעירלי
אלוועיס אפביט
קערעקטער סאו סוויט
עוועריבאדי עי בלעסינג, דאונט בי סטינזשי
פאר אור קיוט זשינזשי!
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 8:28 am
דורך שמעקעדיג
הערליך כוכב...

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:20 pm
דורך קליגער אינגערמאן
פיין איז ער אויף.. ער לייקט אויף כח..... ער קען זיך נישט עפעס אויסקראצען וואס ס'זאל זיין די צווייטויזענסטע
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:39 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]כוכב[/tag] אזוי מיר אויספראקן ברבים? נישט נאר די וואנצעס זענען יעצט רויט נאר אויך ערגעץ אנדערש.
עניוועיס א דאנק פאר דיין גאר געלונגענע הודעה, כ'האב אזוי געלאכט, איך האב געזעהן "רויטע שטערנ'ס"
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:35 pm
דורך כוכב
געלערנט די וואך אין פרק, איזהו מכובד, המכבד את הבריות.
דאס זעט מען באשיינפערליך פון די געוואלדיגע הערצה רויטע האט ביים ציבור.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 6:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינע פון די גרויסע מעלות אויף קאווע שטיבל איז, אז מ'קען מכבד און מקרב זיין אנדערע אן קיין חשבונות, לשמה. ווייל מ'ווייסט דאך נישט ווער יענער איז. ס'איז א גרינגע אנהייב פאר תיקון המידות.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 6:20 pm
דורך כוכב
אויך האלט איך אינמיטן דורכפירן א סקר אויב מפארדינט עפעס פון ארויפברענגען אלטע אשכולות פאר די וואס האבן נישט עספיעט צו ליינען.
פאר ווער סוויל וויסן די רעזולטאטן: סהאלט פונקט ביי נול. לכאורה צוליב דעם פלינק שנעלע צייט עס ווערט באלד נאכמאל אראפגעשטיפט פון דער ארענע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:26 am
דורך פליקער
כוכב האט געשריבן:אויך האלט איך אינמיטן דורכפירן א סקר אויב מפארדינט עפעס פון ארויפברענגען אלטע אשכולות פאר די וואס האבן נישט עספיעט צו ליינען.
פאר ווער סוויל וויסן די רעזולטאטן: סהאלט פונקט ביי נול. לכאורה צוליב דעם פלינק שנעלע צייט עס ווערט באלד נאכמאל אראפגעשטיפט פון דער ארענע.
אבער פארוואס איז יענער בשם פערד יכונה, אויב דיין מיינינג איז אנדערש, איך גריידע האלט דערפין, עס זענען דא קנאקעדיגע אלטע אשכוללות וואס מען באלעקט זיך די פינגער, פון אלטע גיטע שרייבער'ס פינדע אמאל, וואס טראץ זיי האבן שוין תשובה געטיען, זיי שרייבן שוין נישט, דאך גייט זייער לעגאסי אן, און די אלע נייערע שרייבער קענעו זיך לערנען א זאך צוויי, באלעקן די פינגער, אשכול אויפוועקער גו אן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:32 pm
דורך כוכב
כ'על מיך האלטן אין די ראמען
כ'האב נישט קיין גראמען
איידער די רינגלעך אראפפליקן
און מיט'ן פיטום זיך דערשטיקן
נישט טרעטן אויף די געהירן
אבער מיר אלע טוען שפירן
ליבשאפט און דאנק
פאר דעם הערליכן געשאנק
גן עדן קריגן וועט ער
פאר די אראומע בלעטער
ביי די לאנגע יוצרות
פאראדאקסן און תכלת
און צו די הכנות
מער נישט קיין צרות
אלע וועלן בליקן
דעם שכן אונטערן ריקן
און זיך דערקוויקן
פון וומ"ב ביז מאנסי
בענטשן דעם וואנצע
פאר'ן עדיטאר א קאנצוס
מיר נעמען אויף רויטע וואנצעס
אזא יאמי דעלישעס חבר איז אונז א שטאלץ
וואנץ וואנץ וואו איז דיין שנאלץ!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:55 pm
דורך כוכב
טאמעוואטע
אין דער האנט א שמאטע
דער דיין באקוקן
די בדיקה פריקן
ס'רויט ס'א כגריס
פאר צוויי וואכן צרות ס'איז
שוין געקלינגען די בעל
כ'פלי שנעל
שבת שוין באלד
געיאגט געאיילט
אויף זיבעציג מ'גייט
מ'דארף כאפן די לייט
ס'ברענט די הויט
אך ס'רויט
אפעטיט א גרויסע
אומר ועושה
כבין הונגעריג זייער
אויפגעקלאפט צווי אייער
מ'קוקט אין טאפ
כ'האף נישט א בלוטס טראפ
אך ש'ט
ס'רויט, פארגעט איט
אבער פארוואס קוקן שווארץ
ער האט דאך אזא גוט הארץ
ווי ליטל רעד ריידינגהוד
אלעמאל אין א גוטע מוד
נישט פון די שלעכטע וועלף
יעדן איך העלף
אלעמאל צו דער זאך
קען אסאך
אין בעקל א קניפ
א לייק א טיפ
צייט און געדולד
קיינמאל ווילד
פאנטש פעטעל
אראמע בלעטל
כ'על ווארפן הוטן
מאכטס פלאץ אינדערמיטן
כ'על זאגן נעמען
נישט זיך שעמען
די וואנצעס קעמען
דער טאג איז גרויס
שייגעץ ארויס
פיר טויזנט א נומער
א שמחה ווי אימער
מאכטס אים א זאטער
נו, מאיר גוטמאן, שריי שוין, קוואטער!!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
ר' יחזקאל זאגט רויט איז כשר לכל הדעות, ומשם תדרשנו אז די בליץ טראפ איז בעצם אויך כשר, אבער מ'קען עס נישט עסן ווייל ס'איז נישט גענוג רויט. ביים רויט לייט איז די מעסעזש קלאר: טשפע נישט דעם רויטן, ער וועט ווערן ווילד.
ערענסט לאכעדיג גערעדט, א דאנק פאר דיין גאר טאלאנטפולע רעפ. עמער רעדן שפעטער, איך דארף גיין צום דאקטאר. איך האב א enlarged liver.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:44 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס מיססד רויטע? לעצטנס דרייעט ער זיך דא זייער ווייניג. גיבט א לייק און ארויס. אמאל ווארפט ער צו א ביינדל, מיט א שורה'לע-צוויי, און רעדט זיך איין ער איז יוצא מיט דעם.
אמת, פסח קומט. אבער פארט, כ'בענק זיך!!
Re: מן האדום האדום הזה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:07 am
דורך [NAMELESS]
נאופ. ביסט נישט די איינציגסטע
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:53 pm
דורך כוכב
דעם קומענדיגן זונטאג וועט פארקומען דעם מעמד 5000 אין די פראכטפולע זאלן פון די פאלאס. דער גאנצער ציבור איז געלאדנט.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
בין איך היינט געזעצן מיט די עסקנים צאמצושטעלן די פראגראם:
צו טרינקען וועט זיין רויטע וויין אדער רויטע טשערי סאדע.
מאסטערד וועט בשום אופן נישט זיין צוגעשטעלט, נאר רויטע קעטשאפ איז ערלויבט.
פאר זופ וועט זיין נזיד עדשים מיט טעמאטע סאוס, אדער בארשט מיט סוויט פאטעטא.
פאר די מעין דיש וועט זיין פרה אדומה תמימה מיט צוויקל אויף די זייט.
איטאליענע רויטע אייסעס וועט זיין פאר נאך שפייז.
שירה וועט פאר זינגען די רבי ז"ל'ס בבאו מאדום.
גאסט רעדנער וועט זיין רויטע רבי פון דיט'רויט.
יעדער איז געלאדענט, רויט צו טויט.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:38 pm
דורך שמעקעדיג
בליציג!
Re: מן האדום האדום הזה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:30 am
דורך נופת צופים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ר' יחזקאל זאגט רויט איז כשר לכל הדעות, ומשם תדרשנו אז די בליץ טראפ איז בעצם אויך כשר, אבער מ'קען עס נישט עסן ווייל ס'איז נישט גענוג רויט. ביים רויט לייט איז די מעסעזש קלאר: טשפע נישט דעם רויטן, ער וועט ווערן ווילד.
ערענסט לאכעדיג גערעדט, א דאנק פאר דיין גאר טאלאנטפולע רעפ. עמער רעדן שפעטער, איך דארף גיין צום דאקטאר. איך האב א enlarged liver.
ווען דו פארסט מיט אים ערב שבת אויף זיבעציג, זאגט דיר אויך ר' יחזקאל אז די רויט לייט איז נישט באמת רויט.